בלאט 1 פון 1

איך בין א גרויסע רבי

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:35 am
דורך טאמבל סאס
כ'וואוין אין וויליאמסבורג
חסידים איך פארמאג

איך בין א גרויסע רבי
איך האב א גראבע גבאי

א בעקיטשע א בלוע
איך וואונטש בּוהע, בּוהע

א קאר גרויס און ברייט
מיט א טשערי לייט

אלארעמעס און בליצערס
ארום מיך הייסע שוויצערס

כ'פאר שנעל, איך רייס שטיקער
מ'מאכט מיך פאר דר'עיקר

כ'push יעדעם אוועק
מיין קאר איז טינטעד בלעק

כ'מאך א נויז גאר rude
כ'דריי איבער די שטאט

כ'ברענג אהן פאליציי
ס'טוט זיך א פייפעריי

כ'זאג איך מאך ניסים
איך ווייס ס'איז אלעס שטותים

מ'גלייבט כ'מאך מופתים
עולם גולם פאָפּט'צעם

כ'נעם גרויסע פדיונות
כ'זאמל אהן מעלאונעס

כ'קויף מיך שיינע הייזער
ווען דו לעבסט ווי א חזיר