בלאט 1 פון 2

ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 10:45 am
דורך אלע צוזאמען
מירון: שוד ושבר! שרעקליכע נייעס קומט יעצט אריין פונעם הייליג דערפל, אז לדאבון לב פון די סקריקים פון 'אש דת' און פון די 'קנאים', האט דער מדינה-געשטעלטער 'פריוקטר ההלילא' יוסי דייטש 'ביזדערווייל' אויסגעפירט און אויפן מינוט הערשט א געוואלדיגע סדר אויף הר מירון...!

ווי סאך מ'האט נאר פרובירט אנצודרייען אלימות און אומריען, האט די עצת היצר שטענדיג געווינען און עס איז ווייטער דא א רואיגקייט אויפן בארג.

מיט פארווייטאגטע הערצער האבן אלע צוגעקוקט ווי ווען דייטש האט געבעטן אז ביי ר' מיילעך'ס הדלקה זאל מען אראפגיין פון די אויבערשטע שטאקן פון די פארענטשעס צוליב סכנת נפשות, האט די עולם געפאלגט און אזוי איז 'ליידער' פארמיטען געווארן א טראגעדיע מיט וואס מ'וואלט ווען געקענט באשולדיגן די מדינה....

עיני עיני ירדה מים אז מ'איז צוגעקומען צו אזא שטאפל איז איבערן גאנצן בארג איז דא הונדערטער היימישע עסקנים פון די אגודה קרייזן רח"ל, וואס פירן א העכסט געניטע סיסטעם אויפן וועג ארויף, און אין די מערה.

שרעקעדיגע און הארצרייסענדע באריכטן קומען אריין, איז אפי' די באסעס וואס מ'האט געדארפט אפשטעלן אינמיטן וועג צוליב די מלחמה צושטאנד, האבן זיך אפגעשטעלט אין פארקינג לאטס ווי ס'איז ל"ע געווען צוגעשטעלט עסן און טרינקען בהרחבה...

די זארג איז גאר גרויס אז אויב וועט ער ח"ו באווייזען ס'זאל דורכגיין די טאג אהן שטארקע מהומות און געוואלטאטן וועט מען אפשר דאס קומענדיגע יאר הבעל"ט איבערטוהן דאס זעלביגע היל"ת!!

נצח ישראל לא...
כלל ישראל וואס איז אינטער די 'שיטה הקדושה' רופן אויס: 'מיר וועלן ווייטער טוהן כל מה שביכלתנו צו צושטערן די היינטיגע סדר אין מירון!' 'מיר וועלן נישט צולאזן אז מירון זאל ווערן א מסודר'דיגע פלאץ אנע שלעגערייען, הפגנות, און וואנדאליזעם!'

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 10:50 am
דורך געזונטערהייט
אלע צוזאמען האט געשריבן:
די זארג איז גאר גרויס אז אויב וועט ער ח"ו באווייזען ס'זאל דורכגיין די טאג אהן שטארקע מהומות און געוואלטאטן וועט מען אפשר דאס קומענדיגע יאר הבעל"ט איבערטוהן דאס זעלביגע היל"ת!!
יא יא..
פון דעם איינעם ליין ציטערן זיי!!

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 11:10 am
דורך הייליגע קאקאש קעיק
עפעס איז יא געווען, ביי די ביאאן הדלקה זענען די נארנים געגאנגען מאכן א פראטעסט קעגן ביאאן'ער רבי :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 11:33 am
דורך יאסל ראקאווער
אויב מיינסטו אז סאיז דא ערענסטע מענטשן וואס האלטן אז חסידים טויגן נישט צו מאכן סדר מאכסטו א ערנסטע טעות. יעדער פארשטייט אז זיי זענען גאר טויגליך, זיי טויגן זייער גוט! און פארדעם באשולדיקט מען זיי אויף די אסון-45. דהיינו, די קענסט יא סעיפטי, פארוואס האסט עטץ געווען אזוי reckless ביז יעצט?!?!

וואס יא? יעדער דא ווייסט אז חרידזם האבן א tendency צו neglecten safety און פארדעם ציטערט מען אז סאיז נאר א הראות שעה פאר זיי! יעצט וועגען די רשעים מיז מען ליידער זיין סעיף! אבער פאר וואס ווי ווען, איינמאל זיי זענען זיכער מיט די בענקעל, מפטירים כדאתמול.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 12:00 pm
דורך calculator
די קנאים טאנען אז פאר זיי קומט די קרעדיט אז עס נישט קיין משטרה און אלעס אויפן מערה און אינעם חצר ווערט געפירט דורך שומרי תורה, נישט דא קיין תערובות. זיי האבן געהאט א מיטונג מיט @דייטש און ער האט זיי אלעס נאכגעגבן .

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 12:02 pm
דורך calculator
.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 1:40 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......................................


לי הקטן זעט אויס, אז די געוואלדיגע זכות פון די מסירות נפש זעלנער פון אונזער מדינה'לע, צו שיקן ראקעטן אין עזה און אויסשחט'ן די שונאי ישראל די רוצחים פון איסלאמיק דזשיהאד ליל ל"ג בעומר, האט ערוועקט גרויסע זכותים אויף כלל ישראל, און דאס האט באשיצט די אידן אין מירון צו פועלן אלס גוטס.
און מיר קענן אוודאי ברענגן א ראיה פון דעם אז מאשין מצות זענן מותר אום פסח, ווייל פונקט ווי דאס דרוקן א קנעפל אין אפיס אין תל אביב הייסט א מעשה, אזוי אויך ביים באקן מצות, וד"ל.

כן יאבדו כל אויביך הוי"ה, שירבו זכיותינו אזעלכע.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:09 pm
דורך הרב שיף
ב"ה עס איז געווען צוזזאמן ארבעט פון אסאך אפטיילונגן און כלל ישראל, יעדער וואס וויל קען נעמען קרעדיט. אדער קרטיקירן.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:31 pm
דורך אלע צוזאמען
יאסל ראקאווער האט געשריבן: וואס יא? יעדער דא ווייסט אז חרידזם האבן א tendency צו neglecten safety און פארדעם ציטערט מען אז סאיז נאר א הראות שעה פאר זיי! יעצט וועגען די רשעים מיז מען ליידער זיין סעיף! אבער פאר וואס ווי ווען, איינמאל זיי זענען זיכער מיט די בענקעל, מפטירים כדאתמול.
נישט אמת, חרדים האבן עפעס א פראבלעם מיט זיכערהייט? זייט ווען?! נאר, וואס יא, אין מירון איז ביז יעצט געווען שווערע פאליטיק צווישן די חרדים, האט קיינער נישט געוואלט טון צו די זאך.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......................................


לי הקטן זעט אויס, אז די געוואלדיגע זכות פון די מסירות נפש זעלנער פון אונזער מדינה'לע, צו שיקן ראקעטן אין עזה און אויסשחט'ן די שונאי ישראל די רוצחים פון איסלאמיק דזשיהאד ליל ל"ג בעומר, האט ערוועקט גרויסע זכותים אויף כלל ישראל, און דאס האט באשיצט די אידן אין מירון צו פועלן אלס גוטס.
און מיר קענן אוודאי ברענגן א ראיה פון דעם אז מאשין מצות זענן מותר אום פסח, ווייל פונקט ווי דאס דרוקן א קנעפל אין אפיס אין תל אביב הייסט א מעשה, אזוי אויך ביים באקן מצות, וד"ל.

כן יאבדו כל אויביך הוי"ה, שירבו זכיותינו אזעלכע.
אויסער געווענדליך: אמת. די זכותים פון די מסירות נפש'דיגע מדינת ישראל סאלדאטן (אידן) צו ראטעווען אנדערע אידן זענען זייער גרויס. נאר דא איז אויך געווען א שטארקע השתדלות אויף סעיפטי (בעז"ה) דורך די ציונים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

כה יתן ה' וכה יוסיף לטובת כל עם ישראל. ועל אפם וחמתם פון די פאררוקטע סיקריקים און זיייערע נאכשלעפערס...!

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען: פאר דעם דאזיגן עסיי פארדינסט דו א פוליצער פרייז. אדער (לכה"פ) א שריפטשטעלער טיטל.

איך האב געמיינט אז איך ליין אין דער בלאט אן ארטיקל פון הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער (אמאל איז דער שם הכינוי. דער פסעוודאנים דער עיקר. אפילו ביי א גט.)

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 12:27 am
דורך בת קול
אזא קעפל. כ׳האב געמיינט מען רעדט דא פון ריכטיגע טראגעדיע.

די טאג האט זיך געענדיגט מיט א דאפלטע טראגעדיע. א מיידל בעיבי נפטר געווארן נאכן טרעפן נישט בין החיים אין א הייסע קאר, און א 17 יעריג מיידל אראפגעקלאפט אין לעיקוואד.

ברוך דיין האמת. איך קען נישט קומען צו זיך.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 12:45 am
דורך קאצקע ציקער
בת קול האט געשריבן:אזא קעפל. כ׳האב געמיינט מען רעדט דא פון ריכטיגע טראגעדיע.

די טאג האט זיך געענדיגט מיט א דאפלטע טראגעדיע. א מיידל בעיבי נפטר געווארן נאכן טרעפן נישט בין החיים אין א הייסע קאר, און א 17 יעריג מיידל אראפגעקלאפט אין לעיקוואד.

ברוך דיין האמת. איך קען נישט קומען צו זיך.
ס'איז אין א שמייכל

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 1:06 am
דורך שערי יושר
בלוט זאל זיך גיסן, אבער כאאס זאל זיין!

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 1:17 am
דורך קלוגע יודל
ביטע נישט שרייבן אז די אגודאים קענען פירן א מעמד, אסאך היממישע יודן,ס פרנסה ווענדט זיך אין דעם!
מען ברויך נאך קענען מאכ'ן טיי אווענטס אין וויליאמסבורג אויסצוהאלטן מירון על טהרת הקודש

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 9:35 am
דורך סיסטעם
אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 9:36 am
דורך געזונטערהייט
סיסטעם האט געשריבן:אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
כ'האף אז איר זענט סארקאסטיש

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 9:38 am
דורך סיסטעם
איך מיין עס זייער ערנסט.
איך בין בכלל נישט קיין פען אדער אנהענגער פון זיי.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 2:22 pm
דורך אגרות צפון
סיסטעם האט געשריבן:אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
סטאקהאולם סינדראם בתפארתה

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 2:36 pm
דורך הרב שיף
סיסטעם האט געשריבן:אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
ער קען פשוט נישט די דעפענישען.

ס'איז כדי אמאל צו מאכען סדר דא. איך קען אויך נישט פינקליך ווער איז ווער.

די פרומע, חרדים, סאטמאר, מאה שערים, ירושלמי עדה, סיקריקים. סאיז אלע'ס אנדערע חברה, ער מיינט אז די סיקריקים זענען דיע וואס האבען געלייגט א פינגער און קאלט ואסער.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
סיסטעם האט געשריבן:אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
געווען אמאל א איד וואס פלעגט האבן א מנהג צו מאכן גדולים אין זיינע הויזן. פאר יארן לאנג פלעגט ער אריינקומען צו לכה דודי אין גרויסן שול, מאכן זיין חלק אויף זיין ארט, פארשטייט זיך באגלייט מיט געשליכטעטע ריחות און הויכע קולות וברקים, אזש מ׳האט נישט געקענט שטיין אין זיין געגנווארט.

איינמאל איז דער רב צוגעקומען צו אים און אים דערלאנגט א נייע הויזן, און געבעטן אז ער זאל אויפהערן מיט דעם שלעכטן מנהג זיינער. ווילנדיג אים בארואיגן האט דער רב אים אנגעבאטן אז ער גייט קענען האבן דעם שליסל פונעם בית הכסא אין ביהמ״ד, און ווען ער וויל וועט ער עס קענען נוצן.

פארשטייט זיך אז זייט דעמאלטס האט דער איד אויפגעהערט מכין צו זיין אין די הויזן.

פאר וועמען קומט די קרעדיט? פאר דעם איד וואס האט אויפגעהערט מיט די מעשי נבלה אדער פארן רב וואס האט אים משחד געווען און איבערגעקלוגט?

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 5:22 pm
דורך סיסטעם
האסט א פוינט :D

אבער אויב די מעשה גייט אז יעדע מאל ווען די איד האט זיך צולאזט פלעגט דער רב זיך בעטן אז קיינער זאל אים נישט פארשעמען נאר זיך נישט וויסענדיג מאכן און ממשיך זיין לכה דודי כאילו לא היה, למעשה פלעגט רוב עולם למחצה שליש ורביע טאקע פאלגן און מ'האט אים געלאזט אנגיין מיט זיינע שטיק, אחוץ אפאר עקסטרעמיסטן וואס פלעגן אים יא אנשרייען, ביז איינמאל האבן די עקסטרעמיסטן מחליט געווען צו אנהייבן א גרויסער קאמפיין אין בית המדרש קעגן אים און אנגעהויבן אויפקלערן דעם עולם אז עס איז נישט דא קיין ברירה ווייל צוליב אים קען נישט דער בעל תפלה אויפקומען מיט גוטע לידער פאר לכה דודי, בקיצור דער עולם האט זיך געלאזט איבעררעדן און צוזאמען האבן אלע אנגעהויבן שרייען אויף אים אז גענוג איז גענוג.

דא האט דער רב געזעהן אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה ווייל די ביהמ"ד ווערט איבערגעקערט א יעדע וואך, איז ער אויפגעקומען מיט דעם קלוגן פלאן אים צו געבן די שליסלעך פון בית הכסא וכו'.

למעשה קומענדיגע וואך גרייט זיך דער עולם צו א שיינע קבלת שבת אהן די אומאנגענעמע זאכן פון אלע וואכן, אבער נאך אפאר מינוט זעהט מען אז ס'הייבט זיך ווידעראמאל אהן און אפילו ערגער ווי אלע וואכן, דא זענען שוין אלע, אריינגערעכנט די שיינע אידן וואס פלעגן זיך קיינמאל נישט אריינמישן, שוין געשפרינגען פון די הויט, בקיצור עס האט נישט גענומען קיין צוויי מינוט און די איד האט זיך געטראפן אינדרויסן פון שול באגלייט מיט קלעפ, דא האט שוין דער רב געזען אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה און ארויסגעשטעלט א צעטל אז דער איד טאר מער נישט אריינטרעטן אין ביהמ"ד, אין צוגאב האט ער אנגעהויבן ברענגען ספרעיס וואס גיבן ארויס געשמאקע ריחות, און פון דעמאלס איז די שול געווארן די געשמאקסטע פלאץ צו קומען דאווענען.

איז פרעג איך דיך, קומט זיך דען נישט קיין קרעדיט פאר די וואס האבן אנגעדרייט די מערכה אז דער רב זאל אים פארשיקן?

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 6:24 pm
דורך אלבערט איינשטיין
עס קומט נישט קיין שום קרעדיט פאר זיי. איך האב געזעהן בילדער פון גענוג פאשקעווילן דאס יאר אין מאה שערים קעגן די עסקנים וואס ארבעטן צוזאם מיט די ציונים פוי. באשייגאצט יעדער וואס האט נאר אריין געשטעקט א קאלט פינגער צו העלפן די ציבור.

אז דו גייסט זיי געבן קרעדיט גייען זיי דיר לייגן א פאשקעעוויל אז א רשע א בעל סמארטפאון און קאווע שטיבל ליינער האט זיך געוואגט צו זאגט א גוט ווארט פאר זיי.

זיי זענען די מענטשן וואס מאכן די פראבלעמען פאר יעדע נייע זאך. אנגעפאנגען פון בויען א שויער אין א מקוה און יעדע זאך וואס מען קען האבן טענות...