בלאט 1 פון 1

מחשבות איבער צענזור פון מיין פערזענליכע פרעספעקטיוו

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 5:06 pm
דורך שאלתיאל
אסאך איז שוין געשריבן געווארן, אריינגערעכענט דא אין שטיבל, איבער דער פראבלעמאטישקייט פון דער צענזור וואס איז איינגעפירט במחנינו. קען זיין אפשר אז די זאכן וואס כ'שרייב איז פשוט און קלאר פאר מאנכע, אבער כ'האב געטראכט אביסל מיטטיילן איבער דעם פון מיין פערזענליכע עקספיריענס ווי ס'האט מיך געטראפן:

ס'איז געקומען א געוויסע מינוט אין מיין לעבן וואס ס'איז מיר געפאלן דעם אסימון און כ'האב געכאפט אז כמעט אלע ''אמיתות'' מיינע פון די יונגע יארן שעפן זייערע ''אמיתיות'' ביי מיר אין קאפ בלויז פון דער פשוטע פאקט אז זיי זענען געווען די איינציגסטע אינפארמאציע שטיקלען וואס כ'האב פארמאגט. דאס זענען געווען די איינציגסטע אינפארמאציע צו וואס כ'בין געווארן עקספאוזד, דער איינציגסטע וועג פון לעבן וואס כ'האב געזען און געהערט טאג און נאכט. אונז האבן מיר טאקע געוואוינט צווישן די גויים אבער זעלטן געקומען אין קאנטאקט, אבער אפילו ווען יא וואלט עס נישט אויסגעמאכט: דאס לעבן אין א Resonance box וואס הילכט אפ אגאנצן צייט די זעלבע דעות איז גורם צו אפטייטשן דאס גאנצע ארום לויט דורך די שמאלע לאך פון שפאקטיוו.
ממילא, מאך א פשוטע חשבון: אויב איז דער גאנצע סיבה פון זייער אמת'קייט און עקסקלוסיוו סטאטוס פון וואס זיי געניסן נאר צוליב דער צענזור איז דער מינוט וואס דאס קורטשיקל איז ארויס פון איי און כ'בין געווארן אנטפלעקט צו נאך אינפארמאציע און אנטדעקט אז די וואס כ'האב אין מיין באזיץ איז נאר א קליין פיצי- מיני חלק פון די ים אינפארמאציע וואס איז דא, ס'איז נאר איין אמת פון אסאך אמיתות, אטאמאטיש, בדרך הטבע, האבן זיי פארלוירן כמעט די גאנצע ווערט וואס זיי האבן געהאט. (ס'מיינט נישט נעסעסערלי אז זיי זענען נישט אמת, נאר אז ביי מיר זענען זיי שוין מער נישט בהכרח אמת)

און ווען דאס געשעט עפעקט דאס אלעס: אמונות, ערכים, און כמעט די גאנצע חינוך אויף וואס מ'איז אויפגעוואקסן. דאס גאנצע וועלט בליק כאפט אזא מיאוסע טרייסל. אך, נאך ווי א טרייסל! איינמאל מ'אנטדעקט למשל אז שלאגן כפרות איז לאו דווקא אן אמת איז דער עקזיסטענץ פון גאט שוין אויך נישט פארזיכערט און אז דער ווארט פון רבי'ן מוז נישט זיין אמת איז דער תורה אויך נישט אמת, ווייל ביידע זענען געווען אמת פאר דער זעלבע סיבה און איינמאל דער סיבה איז נישטא איז גארנישט דא. יעצט גיי זוכן אנדערע סיבות צוריק אויפצובויען די חורבות און זיי געבן אן אנדערע תוקף, נישט אלע האבן נערוון אדער מוט דערצו. דער שאק און טרייסל וואס מען כאפט ווען מען אנטדעקט אז כל הקדוש והיקר לך איז געווען בעיסד אויף לופט איז זייער שטארק און קען אפט פירן צו א קאנטער-רעאקציע פון טאטעל אומצוטרוי, צווייפל און פארדאכט צו אלעס וואס פרעזענט דער פריערדיגע וועלט.

א חבר מיינע האט מיר לעצטנס פארגעהאלטן פארן 'פאשען אין פרעמדע ערטער' אשר לא שיערום אבותינו. נישט אומזיסט האט ער געזאגט איז עס משפיע אויף דיר, אויף דעם האבן דאך אונזער רבי'ס געוויינט און געשריגן איבער ספרים חיצונים און דעות כוזבות און זייער שרעקליכע השפעה. האב איך אים געפרעגט, כ'פארשטיי נישט, ממה נפשך, אויב איז דער אמת מיט אונז אזויווי מען האט אונז מחנך געווען דעמאלט האב איך דאך נישט וואס צו מורא האבן: וואס און וויפיל כ'וועל נאר ליינען וועל איך סייווי איינזען צום סוף דעם שקר דערין און דער אמת וועט ארויפשווימן ווי בוימל אויפן וואסער און שיינען ווי א פאקל פייער אין דער טונקעלע ארום. צו דען האבן געוויסע ווערטער, ספעציפישע צירופי אותיות, א מיסטישע ווירקונג וואס זיי קענען בייפעסן דער שכל-גרעניץ און באיינפלוסן גראד דעם מוח אָן וואס דער מענטש זאל זיי קענען באטראכטן? טא, וואזשע איז דער פחד? אלא מאי האסט וואס צו באהאלטען? ביסט נישט זיכער מיט זיך אליין?

דאס איז לדעתי דער סיבה פארוואס אינטערנעט איז דער גרעסטע סטראשע פאר יהדות החרדית. בכלל נישט צוליב דער שמוץ שבה, אפי' נישט וועגן אפיקורסות אדער אומריינע 'גויאישע' זאכן נאר צוליב וואס ס'אנטפלעקט דיך צו דער גאנצע פיקטשער. ס'גיבט א שלעפ אראפ דער ליילעך פון אונזערע תמימותדיגע קינדערישע וועלט מיט וואס אונז זענען מיר געווען באדעקט און און דער פולע ריאליטעט אנטפלעקט זיך פאר דיינע אויגן און דו ווערסט געואור אז דער מציאות איז אביסל מער קאמפליצירט ווי די שיינע, קלארע חיידער מאלערייען. ווערסט געוואור אז אפי' 'דיין' אידישקייט איז נישט דער איינציגסטע אידישקייט.

יעצט, איך בין נישט זיכער צו דער סעלושען איז דווקא אויפן נעגאטיוון וועג פון שולל זיין צענזור אינגאנצן, יתכן, אבער אויפן פאזיטיוון וועג לכל הפחות זעה אז די זאכן וואס די פארקויפסט יא זאל זיין גוט באזירט אזוי אז זיי זאלן האבן כאטש עפעס א סטאבילע באזיס און נישט צוזאמענפאלען אטאמאטיש באלד ביים קומען אין קאנטאקט מיט דער דרויסענדיגע וועלט. אז דו קענסט עס נישט מסביר זיין פאר דיך אליין דאן ביטע פארקויף עס נישט ווייטער אדער לייג צו א קליין דיסקלעימער און זאג עס מיט אביסל ווייניגער זיכערקייט און אביסל מער ענווה.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 5:19 pm
דורך פרייוויליג
ליין מיין 5טע פאראגראף, "זייט ווייסן". עס איז שטארק רעלעווענט צו דיין אשכול.

זייט אבער אויך וויסן אז די פרעמדע ערטער וואו דו גייסט פאשן זענען אויך אין א עקא טשעמבער, אדער רעזענענס באקס - יעדער איז אין א טשעמבער. די קונץ איז ארויסצוגיין פונעם טשעמבער און נישט אריינגיין אין א צווייטן טשעמבער.

האלט אייך רואיג, דו וועסט נאך האבן אסאך עוואלוציעס די קומענדע פאר יאר. ליין, און אבזערוויר. ווער אויך נישט אריינגעשלעפט אין אומזיסטע ענערגיע-דרעניטש. מ'האט שוין אלעס אויסגעדראשן דא.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 5:57 pm
דורך רימון
די אינטערנעט שטעלט נישט קיין שום געפאר פאר אידישקייט. מ'שטייט שוין עלף יאר נאך כינוס כלל ישראל און עולם כמנהגו נוהג און אזוי וועט בלייבן ביז משיח'ס טאג. פארוואס ס'איז אזוי האט צוטון מיט א רייע פאקטארן, אנגעהויבן אז רוב מענטשן באזירן נישט זייער לעבן אויף טעאלאגישע הנחות און אין רוב פעלער לוינט זיך נישט פאר'ן מענטש צו צווייפלען אין זיין וועג פון לעבן ווען עס גייט אים קיין גוטס נישט ברענגען ודוק כי קרצתי.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 6:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרייוויליג האט געשריבן:זייט אבער אויך וויסן אז די פרעמדע ערטער וואו דו גייסט פאשן זענען אויך אין א עקא טשעמבער, אדער רעזענענס באקס - יעדער איז אין א טשעמבער. די קונץ איז ארויסצוגיין פונעם טשעמבער און נישט אריינגיין אין א צווייטן טשעמבער.
ארויסגיין פונעם echo chamber און נישט אריינפאלן אין א צווייטן איז א קנאפער קונץ, בלייבן ביים זינען זיצענדיג אינדרויסן איינער אליינס דאס איז א קונץ. און איך זאג, איך בין נישט אראפגעקומען אויף דעם עולם צו פראווענען קונצן, אן echo chamber מיט א געשמאקע resonance איז מיר פונקט גוט.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 7:02 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל: איך בין מסכים מיט די מערסטע וואס דו זאגסט. די איינציגע חילוק איז נאר אז איך האב א פילטער וועלכע טוט מבחין זיין צווישן די יסודי ועיקרי הדת און מנהגים. וואס די גוטע און גרינגע אויב איך קען און איך בין אין די גוסטע וועל איך פרובירן איינצוהאלטן. און אויב נישט פאללן זיי אוועק ביי די זייט.

דאס טוט אבער נישט אפעקטירן די יסודות הדת אין אמונה בה' ותורתו. לויט די פירושים פון חז"ל.

איך וועל נישט ווערן שאקירט אויב איך זאלל הערן סיי וואס איבער א מענטש וואס די וועלט האלט איהם פאר'ן גרעסטן צדיק. ווייל איך גלייב מתחילה נישט אין קיין שום בשר ודם. הייליג איז נאר דער באשעפער און די מלאכים.

נעם דעם משל וואס דו האסט אנגעכאפט. דער מנהג פון שלאגן כפרות. איך האב אויך אמאל געמיינט אז דאס איז איינס פן די יסודי הדת. וואס האט מיר געמאכט טראכטן און אריינקלערן אין די גאנצע מנהג אויב ס'איז נישט אמאל יצא שכרו בהפסדו. דער וועג וויאזוי ס'ווערט פראקטיצירט אין אמעריקע (אפשר אין ארץ ישראל איז דער מצב אנדערש). אנגעהויבן מיט צער בעלי חיים ביז גניבה, גזילה, שווינדל און רמאות. האביך געוויסט אז דאס קען נישט זיין איינס פון די יסודי הדת. נאר דאס האט מיך נישט שאקירט אדער אפעקטירט מיין (פעסטע) אמונה בה' ותורתו.

איך פרוביר ווייטער איינצוהאלטן די הלכות פון די תורה צו די מערסטע פון מיין מעגליכקייט. און די אנדערע זאכן לאז איך פשוט לויפן...!

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 7:34 pm
דורך שמן למאור
רימון האט געשריבן:די אינטערנעט שטעלט נישט קיין שום געפאר פאר אידישקייט. מ'שטייט שוין עלף יאר נאך כינוס כלל ישראל און עולם כמנהגו נוהג און אזוי וועט בלייבן ביז משיח'ס טאג. פארוואס ס'איז אזוי האט צוטון מיט א רייע פאקטארן, אנגעהויבן אז רוב מענטשן באזירן נישט זייער לעבן אויף טעאלאגישע הנחות און אין רוב פעלער לוינט זיך נישט פאר'ן מענטש צו צווייפלען אין זיין וועג פון לעבן ווען עס גייט אים קיין גוטס נישט ברענגען ודוק כי קרצתי.
באופן כללי איז דאס טאקע ריכטיג, רוב מענטשן זיכן נישט דעם אמת בכלל. נאר די פאר חרדישע אידן וואס פאקטן און אמת בארירט זיי, האבן א פראבלעם. די נומערן זענען אבער בכלל נישט גרויס.

איך געדענק ווען איך בין געווען זייער ביזי ליינען און חקר'ענען, האט מיר מיין כנגדו נישט אויפגעהערט צו פגר'ן, "וואס ביסטו אזוי ביזי דארטן אויפן טמא'נעם אינטערנעט טאג און נאכט"?!?

האב איך איר פארגעלייגט אזא קשיא, בזה הלשון "לאמיר זאגן אז די גאנצע אידישע רעליגיע איז א אויסגעטראכטע שקר פונקט ווי איסלאם אדער קריסטונום, וואלסטו נישט געוואלט וויסן דערפון"??

איר ענטפער האט מיר באמת שאקירט! זי האט געענטפערט א הילכיגן ניין! ס'איז איר גוט אזוי... די אמת אינטערסירט איר ניטאמאל! קודם האב איך געמיינט אז זי איז משוגה.. אבער שפעטער האב איך איינגעזען אז איך בין גאר דער משוגענער.

כמעט קיינער אינטערסירט נישט קיין אמת.. מען וויל ווייטער בלייבן אינעם באקוועמען קאמפארט זאנע פון גלייבן אז 'אונזער' מהלך החיים איז די ריכטיגער און אמת'ער, און פארטיג! מער אינטערסירט נישט קיינעם גארנישט. פאקטן, מציאות'ן, אדער קשיות וועט מען שוין פארדרייען און פארטייטשן אז עס זאל פיטן די נאראטיוו, ושלום על רעב שייע בן בארי/משה...

איך האב לעצטנס אנגעפרעגט אחד מחברינו, א טיפע טראכטער און סקעפטיקער, אין אישי: "ווי קומט עס פאר א וויליאמסבורגע חסידישע איד צו אינטערסירן און טראכטן אזעלכע נושאים"?! ער האט מיר געענטפערט בול פגיעה..
"איך ווייס אויך נישט.. איך בין געבוירן מיט עפעס א בורט דיפעקט"...

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 7:52 pm
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:
כמעט קיינער אינטערסירט נישט קיין אמת.. מען וויל ווייטער בלייבן אינעם באקוועמען קאמפארט זאנע פון גלייבן אז 'אונזער' מהלך החיים איז די ריכטיגער און אמת'ער, און פארטיג! מער אינטערסירט נישט קיינעם גארנישט. פאקטן, מציאות'ן, אדער קשיות וועט מען שוין פארדרייען און פארטייטשן אז עס זאל פיטן די נאראטיוו, ושלום על רעב שייע בן בארי/משה...
100% גערעכט.
און לכאורה קומט עס ווייל מ'האט אן איינגעגעסענע נגיעה צו זיך, און אויב ביי די 30 פאלט אוועק אלעס וואס מ'האט געגלייבט ביז דאן, דאן צו װי קען מען זיך דרייען?

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 8:32 pm
דורך פונדאַמענטאַל
רימון האט געשריבן:רוב מענטשן באזירן נישט זייער לעבן אויף טעאלאגישע הנחות און אין רוב פעלער לוינט זיך נישט פאר'ן מענטש צו צווייפלען אין זיין וועג פון לעבן ווען עס גייט אים קיין גוטס נישט ברענגען ודוק כי קרצתי.
דאס נישט צווייפלען אין דאס אייגענע וועג פון לעבן איז איינע פון די חוקי הבריאה און מעגליך אויך א טובה פארן מענטש. אבער ווי יעדע זאך קומט דאס מיט א מאס, וואס ווען עס ווערט אביוזד און overused דאן פארלירט דאס זיין גאנצע שיינקייט.
א מענטש דארף האבן solid ground צו שטיין אויף כדי צו לעבן א רואיגע לעבן און שפירן רואיג מיט זיך, נישט צווייפלען די אייגענע וועג פון לעבן העלפט עררייכן די ציל. אבער אויב האט מען נאר דאס דאן פארלירט דאס די גאנצע ווערט. א מענטש דארף אויך האבן די יכולת זיך אליין צו טשעלענדשן, און צו זיכען דער אמת. אהן דעם איז ער ווי א בהמה וועלכער האט נישט קיין דעת און ווייסט נאר דאס וואס פעלט אים אויס אויף צו אהנגיין מיט זיין לעבן וואס ער געפינט זיך אין. אהן דעם האט ער גענימען זיינע כוחות וואס דער באשעפער האט איהם געגעבן און דאס געלייגט אין מיסט. אהן דעם קען ער נישט צוקומען צו קיין שום אמת'ע עררייכונג, וואס פאר א ווערט האט גוטס וועלכער איז בלויז דא צוליב די העדר פון שלעכטס - אויב עס איז אהן דעת דאן איז עס נישט קיין אמת'ע בחירה.
עס פעלט אויס א healthy mix פון א סטאבילע באדן מיט אן אפנקייט צו שאלות. אזוי אז דער פאפירענע בניין זאל נישט צוזאמפאלן ביים ערשטן באגעגעניש מיטן ווינט.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 9:03 pm
דורך סקעפטיקער
שאלתיאל האט געשריבן:א חבר מיינע האט מיר לעצטנס פארגעהאלטן פארן 'פאשען אין פרעמדע ערטער' אשר לא שיערום אבותינו. נישט אומזיסט האט ער געזאגט איז עס משפיע אויף דיר, אויף דעם האבן דאך אונזער רביס געוויינט און געשריגן איבער ספרים חיצונים און דעות כוזבות און זייער שרעקליכע השפעה. האב איך אים געפרעגט, כ'פארשטיי נישט, ממה נפשך, אויב איז דער אמת מיט אונז אזויווי מען האט אונז מחנך געווען דעמאלט האב איך דאך נישט וואס צו מורא האבן: וואס און וויפיל כ'וועל נאר ליינען וועל איך סייווי איינזען צום סוף דעם שקר דערין און דער אמת וועט ארויפשווימן ווי בוימל אויפן וואסער און שיינען ווי א פאקל פייער אין דער טונקעלע ארום. צו דען האבן געוויסע ווערטער, ספעציפישע צירופי אותיות, א מיסטישע ווירקונג וואס זיי קענען בייפעסן דער שכל-גרעניץ און באיינפלוסן גראד דעם מוח אָן וואס דער מענטש זאל זיי קענען באטראכטן?
שאלתיאל האט געשריבן:יעצט, איך בין נישט זיכער צו דער סעלושען איז דווקא אויפן נעגאטיוון וועג פון שולל זיין צענזור אינגאנצן, יתכן, אבער אויפן פאזיטיוון וועג לכל הפחות זעה אז די זאכן וואס די פארקויפסט יא זאל זיין גוט באזירט אזוי אז זיי זאלן האבן כאטש עפעס א סטאבילע באזיס און נישט צוזאמענפאלען אטאמאטיש באלד ביים קומען אין קאנטאקט מיט דער דרויסענדיגע וועלט. אז דו קענסט עס נישט מסביר זיין פאר דיך אליין דאן ביטע פארקויף עס נישט ווייטער אדער לייג צו א קליין דיסקלעימער און זאג עס מיט אביסל ווייניגער זיכערקייט און אביסל מער ענווה.
דארפסט א סאלושען פארוואס? דו זאגסט דאך אזוי גוט א משהו פארדעם

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 6:53 pm
דורך ערנסטגערעדט
איין גראבע תירוץ צו די צענזור - "ספעלט נישט אויס צו וויסן"
פארוואס לערנט מען נישט ריכטיגע השקפה מיט ישיבה קטנה בחורים? ישיבה גדולה?
פארוואס איז נישטא קיין שיעורים אויף אמונה פאר חדר קינדער?
ווייל סאיז מוראדיג שווער צו פארשטיין ווי צו לייגן די גבולים פון וואס יא און וואס נישט, סאיז א סליפערי סלאופ וואס נישט יעדער קען סובל זיין
און סאיז נישטא די ריכטיגע בעלי דעה וואס קענען עס יא איבערגעבן, ממילא בעסער צענזורירן און פארטיג
איי יענער וועט דאך זאגן אז אלעס איז בלאף? מאי חזית אז אויב דרייסטו עס אויס וועלן זיין ווייניגער געווארענע תינוק שנשבו'ס?

די רמב"ם זאגט דאך מאיז נישט דורש מעשי מרכבה ברבים אדער נאר צו אנשים שהדעת סובלות, אויב אזוי הוא הדין לעניננו
טאקע וועגן דעם ווייל סאיז ביטער שווער צו לייגן די ריכטיגע גבולים - ווייל אויב לאכסטו פון דעם היינטיגן קדוש פארוואס לאכסטו נישט פונעם בעל שם? ואין לדבר סוף

אבער אזוי ווי שוין געדראשן אין שטיבל הונדערטער מאל איז די גאנצע אמת נישט באקוועם
און רוב מענטשן זוכן נישט און האבן נישט די גאטס צו טוישן זייער לעבנסגאנג
די סאסייעטי מיט זיינע פראבלעמען איז גאר גוט ווייל איז עס די מערסטע באקוועם פאר אונז
אויב קענסטו נישט דערליידן צו זיין מיט אפאר טרוקענע ליטוואקס אויף א שבת, וואס קענסטו יא הענדלען?
וויזוי זאגן זיי נאר "דו מיינסט אז דזשאסטין ביבער איז העפי?" אדער "קוק ווי יענער OTD איז אנגעקומען"
און די אמת איז טאקע אז ממוז זיין אין עפעס אן אמונה סיסטעם, אז נישט האט די לעבן נישט קיין ציל , למשל ליבעראלן זענען נישט סתם משוגע, זיי גלייבן אין דעם קלימאט טויש ווי סאיז א גאט
סא קענסט גיין ווערן מאדערן ארטעדאקס, דארט זענען פארהאן אלע אונזערע פירצות ואין פוצה פה ומצפצף אבער ווייטער ביזטו אין א סיסטעם און דארטן העסטו האבן אנדערע סארט פירצות און פראבלעמען

וכבר אמר החכם זיי קלוג און נישט גערעכט
וואסזשע קען מען יא טון? זיצן פארשפארט אינעם סיסטעם און זיך אויסרעדן אויף קאווע שטיבל
פון דאס האבן אונזערע חכמים נישט מורא :lol:

Re: מחשבות איבער צענזור פון מיין פערזענליכע פרעספעקטיוו

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:09 pm
דורך לייביששרייבער
וואהו וואהו, א שטארקער בליק אויף צענזור און דוקא זייער גערעכטע טענות אנטקעגן צענזור.

ווען די חינוך וואס מיר באקומען איז אזוי ווייל עס איז צענזורירט, וואלט איך מן הסתם עגריט מיט דיר מיט א יעדעס איינציגסטער אות וואס איז ארויס געקומען פון דיין פעדער (א יעדער פיקסעל פֿונעם סקרין, וואס איז צוקוועטשט אויפן קי באורד) אבער איך בין נאך נישט קאנווינסט אז דאס איז צענזורירט. נאר צו געשטעלט אינפארמאציע לויט די מסורה וואס אונז האבן און דאס לערנען מיר פאר די קומענדיגע דור, ווייטער צו ממשיך זיין און איבער געבן די מסורה.

די יסודות הדת און אפי׳ מנהגים וואס איז מסורה לנו מאבות אבותינו איז אין אונזער חינוך הייליג און טייער. דאס איז די איז די אינפארמאציע וואס אונזער חינוך סיסטעם פראווייד. דאס מיינט נאך נישט, אז נישט פראוויידן אנדערע אינפארמאציע איז ווייל מיר צענזורירן עס איז פשוט נישט די סירןויס פון די חינוךסיסטעמס.

עס איז אונזער אלס עלטערנס אחריות צו צושטעלן די אינפארמאציע וואס די ווילסט אז די קינדער זאלן וויסען, אדרבה שטעל עס צו.

אבער גיב אכטונג אז די אינפארמאציע וואס די שטעלסט צו זאל אויך זיין נישט איינשטימונג מיט א צענזערירונגער אזשענדע און אפ פרעגן א יעדע זאך וואס די חינוך סיסטעם האט צוגעשטעלו. שטעל צו די אינפארמאציע די זעלבע וועג ווי די אנדערע אינפארמאציע ווערט צו געשטעלט.

למשל: מנהג כפרות איז הייליג און טייער, אסור להרר אחריה עס איז ממש א דאורייתא טאָמער וועסטו נישטו שלאכען כפרות וועסטו ח׳׳ו נישט מוצא שנתו זיין. (צענזור אינפארמאציע)

די צווייטער זייט אינפארמאציע: צוויי מהלכים קען עס גיין.
1. א, שטותים והבלים, עס איז נאר א (נערישער) מנהג פון די א.ג. צוריק געשטאנענע.ַ עס איז צער בעלי חיים וכ׳׳ו.

2. עס איז דא מאנכע וואס זענען נישט אזוי מקפיד אויף די מנהג כפרות מטעם דעם און דעס.

אונזערע מסורה איז צו האַלטן כפרות הייליגער פון הייליג, נישט א יעדע מסורה איז געווען אזוי. מיר רעספעקטירן א יעדע מסורה ווי אזוי עס איז וכ׳׳ו

אויב גייט צו דיינע אינפארמאציע אזוי, דאן ווייס איך אז די צענזארירסט נישט ואשרי חלקך. אבער טאָמער קאפעסטו מיט די אינפארמאציע, בוסטו דער ברייטער קאפ מיט אַלע אינפארמאציע וואס די פראוויידס פּונקט אזוינע צענזורירטער אינפארמאציע ווי דער חינוך סיסטעמ׳ס צענזור, וואס האט געגעבן די אינפארמאציע אויף די פארקערטע וועג.

איך האף אז מיינע ווערטער ווערן פארשטאנען אויף ווי אזוי מיינע ווערטער זענען טאקע געשריבן געווארן דו׳׳ק ותשכח.


Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: מחשבות איבער צענזור פון מיין פערזענליכע פרעספעקטיוו

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:52 am
דורך לייביששרייבער
ערנסטגערעדט האט געשריבן:איין גראבע תירוץ צו די צענזור - "ספעלט נישט אויס צו וויסן"
פארוואס לערנט מען נישט ריכטיגע השקפה מיט ישיבה קטנה בחורים? ישיבה גדולה?
פארוואס איז נישטא קיין שיעורים אויף אמונה פאר חדר קינדער?
ווייל סאיז מוראדיג שווער צו פארשטיין ווי צו לייגן די גבולים פון וואס יא און וואס נישט, סאיז א סליפערי סלאופ וואס נישט יעדער קען סובל זיין
און סאיז נישטא די ריכטיגע בעלי דעה וואס קענען עס יא איבערגעבן, ממילא בעסער צענזורירן און פארטיג
איי יענער וועט דאך זאגן אז אלעס איז בלאף? מאי חזית אז אויב דרייסטו עס אויס וועלן זיין ווייניגער געווארענע תינוק שנשבו'ס?

די רמב"ם זאגט דאך מאיז נישט דורש מעשי מרכבה ברבים אדער נאר צו אנשים שהדעת סובלות, אויב אזוי הוא הדין לעניננו
טאקע וועגן דעם ווייל סאיז ביטער שווער צו לייגן די ריכטיגע גבולים - ווייל אויב לאכסטו פון דעם היינטיגן קדוש פארוואס לאכסטו נישט פונעם בעל שם? ואין לדבר סוף

אבער אזוי ווי שוין געדראשן אין שטיבל הונדערטער מאל איז די גאנצע אמת נישט באקוועם
און רוב מענטשן זוכן נישט און האבן נישט די גאטס צו טוישן זייער לעבנסגאנג
די סאסייעטי מיט זיינע פראבלעמען איז גאר גוט ווייל איז עס די מערסטע באקוועם פאר אונז
אויב קענסטו נישט דערליידן צו זיין מיט אפאר טרוקענע ליטוואקס אויף א שבת, וואס קענסטו יא הענדלען?
וויזוי זאגן זיי נאר "דו מיינסט אז דזשאסטין ביבער איז העפי?" אדער "קוק ווי יענער OTD איז אנגעקומען"
און די אמת איז טאקע אז ממוז זיין אין עפעס אן אמונה סיסטעם, אז נישט האט די לעבן נישט קיין ציל , למשל ליבעראלן זענען נישט סתם משוגע, זיי גלייבן אין דעם קלימאט טויש ווי סאיז א גאט
סא קענסט גיין ווערן מאדערן ארטעדאקס, דארט זענען פארהאן אלע אונזערע פירצות ואין פוצה פה ומצפצף אבער ווייטער ביזטו אין א סיסטעם און דארטן העסטו האבן אנדערע סארט פירצות און פראבלעמען

וכבר אמר החכם זיי קלוג און נישט גערעכט
וואסזשע קען מען יא טון? זיצן פארשפארט אינעם סיסטעם און זיך אויסרעדן אויף קאווע שטיבל
פון דאס האבן אונזערע חכמים נישט מורא [emoji38]
איך בין נישט איינשטימונג מיט מע׳׳כ תורתך. מיט דיין הנחה. איך וויל פרעגן רשות צו זאגען אנדערשט. אויב די געבסט, ליין ווייטער, אויב נישט איגנאר די תגובה, ולא אמרתי כלום.

די סיבה פארוואס מען לערנט נישט אמונה מיט אונזערע בחורים, און קינדער. איז זייער פשוט.

א יעדעס קינד (עטליעסט אין מיינע צייטן) איז אויף געשטאַנען מיט זיין/איר מאַמע צו די זייט מיט א מודה אני לידעל. אנגעגאסן נעגל וואסער זעקס מאל דריי אויף די ריכטיק האנט, און דריי אויף די לינקע האנט. און דאן האט מען געזונגען דעם ניגון "איך וועל היטן דיין ליבער געבאט, וואס מיין טאטע און מאַמע און אַלע ערליכע אידן וועלן הייסן, צום גוטן וועל איך טוהן. א ברכה, הצלחה זאל אויף מיין קעפל וכ''ו"

זאגדזשע מיר, נאך אזא מין אפברינגינג upbringing ווער דארף רעדן פון אמונה? די אמונה איז טיף טיף איינגעווארצעלט אין א יעדעס קינד טיף טיף, לערנען וועגן אמונה וועט סתם פארדרייען א קאפ די אינגע מוחות.

איך פארשטיי ענדנרשט נישט פארוואס בטחון בה' ווערט נישט אריין געפּרעגלט אזוי ווי אמונה. כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. מיר פארשטייען נישט פארוואס מיר דארפן אדורך גיין שבעה מדורה גהינם מיט א יעדע ריר, געזונט, פרנסה, און נחת.

אבער וויסען זאלט איר (דאס איז נישט מיין סטעיטמענט). די רגע וואס דער מענטש איז אינסעפטעד געווארן איז שוין זיין גאנצער קומענדיגע לעבן געשריבן אויף א בלױ פרינט וואס עס גייט פאסירן אין א יעדע רגע פון זיין לעבן. אבער אין די זעלבע צייט איז אויך מיט א יעדע איינציגער בריאה ספּעציעל דער מענטשליכע בריאה מסודר מיט א געוואלדיגער השפעה וואס עס ווערט אים אפ ווי נאר עס קומט אראפ אויף די לעבעדיגע וועלט.

מיט די מעשים מיט וואס מיר פארשמירן זיך צום גוטן אדער ח׳׳ו צום בייזן, שרייבן מיר אליינס אונזער דעסטעני.

ווי אזוי ארבעטן די צוויי סטעיטמענטס צוזאַמען.

האב איך אַמאָל געהערט א טייער ווארט פון אן בעלבתישער ערליכער מגיד. פֿרעגט ער א פשוטער קשיא. די רמב׳׳ם שרייבט אין די 13 אני מאמין׳ס דער רבוש׳׳ע איז אינו גוף ואינו משיגו הגוף ואין לו שום דמיון כלל. דער רבוש׳׳ע טראכט נישט, פֿרעגט נישט, זאָגט נישט, טוהט נישט. ער גיט ארויס א גזירה ח׳׳ו לרעה (לעינינו) און מען איז מתפלל אין די גזירה ווערט נהפך מיגון לשמחה. היעלה על הדעת דער כביכול האט געטשענדזשט זיין מיינד ? ער האט געזאגט די האסט געבעטן און ער האט געזאגט אוקיי, טשענדזש מיין מיינד איך וועל דעם בעטער נאך געבן.

נאר וואס דען, די גזירה איז פארשריבן אויף דיר, אבער די רגע וואס די בוסט מתפלל איז דער דיר שוין א צווייטער דיר, און דער צווייטער דיר איז נישט פארשריבן אונטער די גזירה פון וואס עס איז געווען שורה אויף דער ערשטער דיר בעפאר די תפילה.

דער געדאנק איז זייער א זיסער געדאנק, אבער מיט עטוואס טיפער אריין טראכטן אין דעם געדאנק וועסטו זעהן גאר א צווייטער חידוש.

אמונה מיינט איין זיך, און איין זיך אנלי, עס איז דא א מנהיג לבירה וואס איז משגיח פרטי אויף א יעדע פרט ופרט. אני ואתה בתוכם. נניח אז יעדער נפש וואס דרייט זיך דא אויפן כדור הארץ האט א ספעציעלער תפקיד פארוואס ער/זי איז דא אויף די וועלט אראפ געקומען, און וואס ער דארף עקאמפלישאן, (לענגערע אריכות אכמ׳׳ל, אבער טאמער איז די הנחה נישט ריכטיג וואס טוהן מיר דא אויך דעם עולם) נאך די הנחה, איז ווי אזוי ווייסן מיר וואס מיין תפקיד איז און פארוואס בין איך דא?

איז אזוי, אלע קוועטשענישען וואס מיר האבן במשך השנים איז פוינט בלענק א נעוויגעיטאר וואס זאגט אונז ריקאלקיולעיט, די פארסט נישט ריכטיג. ווייל ווען די פארסט ריכטיג וועלט עס דיר נישט געקוועטשט אלעס וואלט געווען פיין ווי אזוי עס איז.

עס איז דא א באקאנטע חסידישער מחלוקה לגבי פרעגן קשיות. אייבערשטער, פארוואס? אדער ווי אזוי האט דאס געקענט פאסירן? רוב ענטפערן דעם נארישען תירץ ווי מען מטאר נישט פרעגן קיין קשיות, ווילסט פרעגן וועט מען דיר אַרויף ברענגען אויבן וועסטו שוין אלעס פארשטיין. קיינער וויל נישט שטאַרבן ווייל ער פארשטייט נישט ַ אבער פארט ברענט אין מיר די קשיא אין די קישקעס פאר וואס, ווי אזוי האט דאס געקענט פאסירן.

זאגדזש׳ע מיר האסטו אמאל גערעדט און שטודירט ווי אזוי דאס קליינער אינטעל טשיפ טוהט וואס טוהט, און פארוואס? אבער פארט ווייסטו אז דער קאמפּיוטער ארבעט. אפי׳ די ווייסט נישט פארוואס אדער ווי אזוי. פארוואס ביים רבוש׳׳ע ווילסטו יאָ וויסן פארוואס און ווי אזוי. זאגט אויף דעם דער הייליגער ר׳ נחמן (נישט געזעהן אינעווייניג, און איך קען קיין מראה מקום נישט אנצייגען. אפי׳ ער האט עס נישט געזאגט איז נאך אלץ ריכטיג. די ווארט ׳׳קשיא׳׳ איז ר׳׳ת ׳׳שמע ה׳ קולי אקרא׳׳ איך האב א קשיא עס לאזט מיך נישט שלאָפן, טאטע זיי מוחל ענטפער מיר א תירץ, אדער טאטע איך האב נאך אן עצה העלף מיר לעבן זייענדיג אוקיי מיט די קשיא אפי׳ איך ווייס נישט און פארשטיי נישט, העלף מיר טו געט אַווער איט. To get over it.

לענינינו, ווען איינער וויל נישט וויסען און עס איז עם בעסער אזוי, האט נישט די פראבלעימען פון פארשטיין אינטעל, דערפאר וויל זי גאר נישט וויסען נישט ווייל עס איז באקוועמער נישט צו וויסען זי איז זיך בוטח בשם אז כל מה דעביד אזוי איז עס גוט און אוקיי. עס איז אויך אוקיי נישט צו זיין אוקיי. אזוי איז דאס לעבן אסאך גרינגער.

ווען די בוסט געווען א קינד אן קיין שום ידיעה אין קאפ פון עפּעס אנדערשט, האסטו זיך נאר סומך געווען אויף דיין מאַמע, קיינמאָל נישט געהאט קיין קשיא צו איר. ווימעלטער די בוסט געווארן אלץ מער האסטו פארלוירן דיין טראסט אין איר. די בוסט דא יאָרן שפּעטער אדורך די צייטן וואס די מאַמעס פארטוך שיצט שוין נישט און די בוסט מלא וגדיש מיט קשיות. ווי זענען די קשיות געווען דאן, וואס האט דיר דעמאלס געפעהלט אן די קשיות. איז פארוואס זיךַ פארשווערן דאס לעבן מיט קשיות און ספיקות היינט זיי זיך סומך אויף ווער עס ווייסט און קען עךעס טוהן וואס איז דער רבוש׳׳ע אליינס.

מיין האמבעלד אפיניאן. עס זיין באקוועיםַמיט וואס עס איז און גלייַכן מיט אמונה פשוטה "תורה צו לנו משה מרשה". עס קומט נישט פון חסרון ידיעה אדער חסרון דעת ובינה, עס קומט ענדערש פון השלך אל ה׳ יהבך והוא יכלכלך. אזוי ווי ביים מאַמען אין די האַנט און עס פעהלט דאן גאָרנישט.

אדרבה, פרוביר עס אויס זעה צו עס ארבעט פאר דיר אויך. איך בין כּמעט בטוח אז עס וועט ארבעטן, אויב די לאזט זיך פירן און צולייגן מחשבה צו די דזשי פי עס פון דיין לעבן, און טראכטן ווי די ריקאלקיולעיט פון דיין דזשי. פי עס. שיקט דיר.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 10:59 am
דורך ערנסטגערעדט
@לייביששרייבער
איך טענה זיך נישט מיט אייך בנוגע דאס אז אמונה פשוטה איז נאך דאס בעסטע וואס איז בכלל שייך
אבער צו האבן אמת'ע אמונה פשוטה דארף מען אויך זיין אויף א געוויסע לעוול, אויב פאפט מען זיך קען עס קומען פון באקוועמקייט און פוילקייט אזוי ווי בטחון און השתדלות
קענסט זאגן אז סוף בא לשמה, אבער סאיז אן עבודה
אויב ביזטו עטוואס א גוט קאפ און ווילסט נאך אלץ אנקומען צו דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע דארפסטו ארבעטן אויף דעם

עס איז אן עבודה

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 11:36 am
דורך לייביששרייבער
זייער שיין געזאגט, אבער דאס איז נישט די נושא דאס איז נאר בדרך אגב פון די קאנטעקסט.

די נושא איז, זענען מיר צענזורירטביי אונזער חינוך סיסטעם?

אונזער חינוך סיסטעם איז געבויט אויף א מסורה איש אל מחניהו, דאס איז וואס מיר דעליווערן אין אונזער חינוך. אפי' אין די פובליק סקולס גוט מען נישט קיין שמארגעס בארד פון חינוך אפשענס, עס איז דא אן אנגענומענער קריקיולעם און דאס שטעלט מען צו. ווילסטו טאנענען אז עס איז צענזורירט? ניין וועל איך דיר ענטפערן. דאס איז די חינוך וואס אונזער קריקיולעם שטעלט צו, ווילסטו א ברייטערער קריקיולעם אויסוואל ?

אדרבה גיב דיינע קינדער מער און ווייז זיי אז עס איז דא נאךת די סיסטעם באהאלט נישט קיין אינפארמאציע זיי געבן איין זייט. ואידך פרישא זול גמור.

החותם בברכות שבת שלום ומבורך
הק' לייביש שרייבער

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:00 pm
דורך טאמבל סאס
ביסט סוירטענלי גערעכט אז די ביגגעסט פּאַרט פון די ריזען פאר'ן קאליע גיין איז דאס גילוי אז אלס וואס מ'האט אונז געפיטערט שטייט אויף הינערנע פיס אבער פונדעסטוועגן וועל איך טענה'ן עס איז מן הנמנע אז מען זאל אינטרודוסן מער שכל און נישט האבן גרעסערע פראצענטן פון נשירה. ווי אויך האלט איך אז דער פראבלעם פון די אינטערנעט איז יא מערסטענס שמוץ.

קודם מיין איך אז דוקא ביי דיע וואס האבן, אנדערש ווי בערלבאלעגאלע ודומיהו, כלל נישט געהאט קיין שכל לחלק איידער דער אסימון איז ביי זיי געפאלן, וועט די נשירה זיין נאר א צייטווייליגע. ווייל ווי אנדערע זענען שוין מדגיש, דער שכל לחלק ברויך מען האבן איבעראל און אויב האסטו עס נישט געהאט פאר די דרייסיג, איז פארהאן א קליינע טשאנס אז דו וועסט עס סאדדענלי דעוועלאופן.

נאכדעם, די סיבה פארוואס מענטשן זוכן נישט צו וויסן דעם אמת איז ווייל מען ציהט אונז אויף טאקע נישט צו נייגעריג זיין אדער מחשיב זיין דעם אמת. פינטל. איינמאל מען וועט אינטרודוסן מער שכל, האסטו אויסגעלערנט מענטשן ווי אזוי צו נוצן דעם פאסילעטי פון דעם מח און יו לאסט די פלאָט. דער וועט שוין שטענדיג און איבעראל זוכן צו נוצן דעם שכל. און די מציאות איז אז אונזער מהלך, ווי געזונט בגשמיות עס זאל נישט זיין ברענגט עס אבער נישט קיין באפרידוגונג צו דער וואס זוכט דעם אמת איבעראל און צו דער וואס זוכט אז וואס ער טוהט זאל מאכן סענס = זיין שכל'דיג.

די סיבה פארוואס שמוץ איז דוקא יא אזא סכנה איז די זעלבע סיבה פארוואס גוטע עסנס און שיינע הייזער און קארס איז מרחיב דעתו של אדם. עס ארבעט סייענטיפיקלי אויכעט אזוי. ווען א מענטש האט הנאה, פארשטארקערט עס זיין אנכיות, הויבט ער אהן צו טראכטן מער פון זיך און וואס ער וויל פון לעבן בגשמיות. אמת אז ס'מוז טאקע נישט זיין אז דאס וועט פירן צו נשירה. עס איז נישט מער ווי טאָסן א קוין. ס'נישט ווי כאילו ס'פעהלט ביי אונז הבלי עוה"ז. נארוואדען, דו האסט עס געגיבן נאך א טשאנס. ווייל מענטשן טענדן צו נוצן די אייגענע שכל (כאטש נישט זוכן דעם אמת) ווען עס איז דא עפעס א ריוואָרד עט די ענד אף איט. אנדערש איז עס א איבעריגע טירחה. און אז מ'נוצט שוין דעם שכל כאטש איז דא א נייע האפענונג אז מתוך שלא לשמה בא לשמה און ער/זי וועט אנהויבן זוכן דעם אמת אויך. חוץ מזה איז שמוץ אויך עפעס וואס וועקט אויף דעם חלק המומרות שבאדם און דאס קען טשענלד ווערן אויף א גוטע פּוירפּעס. והבן.