בלאט 1 פון 1
די פאשקעווילן דערציילן
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 5:44 pm
דורך תוהו ובוהו
צו די שלושים פון אומפארגעסליכן מיכאל שניצלער ע"ה
בניגון הידוע
א קנאי, א וויסטער
אויף די גאסן אונז אויסשיסט ער
גאנץ אויסגעדראשן, רעגולער כתבי פלסתר
אין אלע חרד'ישע שטעט
א קליינע מינאריטעט
באשלוסן פאר גרויסע און קליינע פאסט ער
א קינד קוים צוויי יאר אלט
דאס איז נישט קיין אפהאלט
חלילה קיין רויטע, ציענדע מאטעריאלן
אין חדר אלע טעג
נאר פלאסטישע גלעזער מ'מעג
אז נישט וועט דאך אידישקייט צעפאלן
א בחור אין דער ישיבה
קיין זייגער אויף דער האנט
ווער רעדט נאך פון עסן אין א רעסטוראנט
דער טאטע אין מארק
אנע וואטסעפפ פלאג זיך שטארק
ס'וועט דאך חלילה אפפירן דאס יונגווארג
עס באדערט פאר'ן רבי'ן
דעם פאנדזשעלאו דעם לאנגן
ס'קען נאך אויפוועקן זיינע דראנגען
אָן קיין הויכע זוילן
אזוי האט דער רבי באפוילן
דער טעם דערפאר איז גענצליך פארהוילן
מיר זענען פאפיר, מיר זענען שטומע עדות
מיר קאנטראלירן אייניקלעך און זיידעס
א פארשלאג, א קאפריז, א חק בלי טעם
און ווייל מ'דארף דאך בלויז האבן א פעדער
און אסאך שריט, אָן א רי"ש, דערפאר קען יעדער
אסר'ן וואס אימער עס פאלט אים איין
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: ייש"כ. די פאשקעווילן פארציילן זייער א סאך זאכן. נאר איינס פון די זאכן אדער כללים וואס איך האב אויסגעפונען. דו קענסט עס נאכקוקן. ס'איז א פאקט...קיין איין פאשקעוויל אן אויסנאם איז געשריבן לויט די כללי הדיקדוק. אדער געשריבן דורך א ת"ח אדער יודע ספר. אדער אינטעליגענטער מענטש. אלע פאשקעווילן, אן אויסנאם זענען געשריבן פעלערהאפטיג דורך געשוואלענע עמי הארץ. פאר א פשוט'ן טעם. ווייל א איד א תלמיד חכם באשעפטיגט זיך נישט מיט אזעלכע זאכן. נאר די ליידיגגייערס און געשוואלענע עמי הארץ. ווען און וואס זיי שרייבן אין סיי וועלכע שפראך. לשה"ק, אידיש אדער ענגליש. דער מעסעדזש קומט אריין צוהאקט און צובראכן...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:26 am
דורך דוד שריפטליך
זייער שיין הערליך א מייסטערווערק זיי ממשיך מיט די ניגון וועגן די שעניעלס לעיס שייטלעך וכ'ו.....
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:36 am
דורך שמעקעדיג
תוהו ובוהו האט געשריבן:אסאך שריט, אָן א רי"ש

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:50 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז אויף איין און די זעלבע דרגא ווי..."א זעקסטל"...ס'מאכט דעם עולם שמייכלען. נאכדעים וואס מ'כאפט עס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:28 am
דורך מחונך
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: ייש"כ. די פאשקעווילן פארציילן זייער א סאך זאכן. נאר איינס פון די זאכן אדער כללים וואס איך האב אויסגעפונען. דו קענסט עס נאכקוקן. ס'איז א פאקט...קיין איין פאשקעוויל אן אויסנאם איז געשריבן לויט די כללי הדיקדוק.
דיקדוק? מה זאת? מיינט איר אפשר דקדוק? שטעלט אייך פאר ר סענדער דייטש מאכט דעם טעות
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:05 am
דורך berlbalaguleh
הרב הגאון מחונך שליט"א: דא דרייען זיך אידן וועלכע זענען נישט אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים (מרבים שלום בעולם?) ווי אייך. מוז מען עס א ביסל מפרש זיין.
איהר זענט ארויף אויפ די ליסט פון די פערפעקשאניסטן.(ביי יענעם) געדענקט'זשע אז דער בעל עגלה האט נישט נאר א גוטן בייטש. נאר (ב"ה) א גוטן זכרון אויך...!
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 1:52 am
דורך לייביששרייבער
פערפעקשעניסט גייט נאר אן ביי יענעם. קוק נאך דעם ווארט אין דיקשאנערי וועסטו זעהן שטיין ביי פערפעקשאניסט פערפעקטן יענעם.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: די גמרא איז געווען קלוגער. און האט שוין מקדים געווען די אזוי-גערפענע פערפעקשיאניסטן. (אויף יענעמ'ס חשבון)..."קשוט עצמך. ואח"כ קשוט אחרים"..!
נאר איך בין (א שטיקל) קאנספיראסיסט. איך מיין אז דא באהאלט זיך א (ס'זאלל נישט אויסגערעדט זיין, א טשעפניאק און א בארדערליין טראלל, ל"ע. ה' ישמרנו ויצילנו.
איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימעדזש פון א איד מיט א געדעכטע, גרויע, האלב ווייסע בארד. וואס איז שטארק מחונך און א בעל מידות טובות. אבער דערווייל...שוין. א גוט שבת.
נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 1:24 am
דורך מתבודד
מחונך האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: ייש"כ. די פאשקעווילן פארציילן זייער א סאך זאכן. נאר איינס פון די זאכן אדער כללים וואס איך האב אויסגעפונען. דו קענסט עס נאכקוקן. ס'איז א פאקט...קיין איין פאשקעוויל אן אויסנאם איז געשריבן לויט די כללי הדיקדוק.
דיקדוק? מה זאת? מיינט איר אפשר דקדוק? שטעלט אייך פאר ר סענדער דייטש מאכט דעם טעות
berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: די גמרא איז געווען קלוגער. און האט שוין מקדים געווען די אזוי-גערפענע פערפעקשיאניסטן. (אויף יענעמ'ס חשבון)..."קשוט עצמך. ואח"כ קשוט אחרים"..!
נאר איך בין (א שטיקל) קאנספיראסיסט. איך מיין אז דא באהאלט זיך א (ס'זאלל נישט אויסגערעדט זיין, א טשעפניאק און א בארדערליין טראלל, ל"ע. ה' ישמרנו ויצילנו.
איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימעדזש פון א איד מיט א געדעכטע, גרויע, האלב ווייסע בארד. וואס איז שטארק מחונך און א בעל מידות טובות. אבער דערווייל...שוין. א גוט שבת.
משנה אין אבות האט געשריבן: והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף
wow. רעב בערל טעיק איט איזי...