צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 923 מאל

צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

שליחה דורך פרנס החודש »

אין אלגעמיין שטערט די צענזור נאר דעם אינטעלעקטואל, אדער ווי Plato וואלט עס גערופן דעם פילאזאף. און דאס שאק וואס @שמן למאור באשרייבט וואס ער האט געכאפט ווען ער האט איינגעזען ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין דעם אמת, איז די מאמענט די חרידישע געזעלשאפט פארלירט דעם אינטעלעקטואל; וואס מען קען זאגן אז דאס איז בעצם א מעלה פאר די עליטע פירעשאפט, אז זיי זענען מער נישט אראפגעבינדן צו די קריטיק פון די קלוגע ווען זיי שטופן וואנזיניקייט.


און דאס איז ווי דער אלגעמיינער מענטש קומט אריין אין בילד. די צענזור האט א קוזין; די פיזישע צענזור, דאס הייסט די פאקט אז אין אונזערע געטאס האט מען איינגעפירט א וואנזיניגע סיסטעם, וואס לאזט נישט די מענטשהייט זיך רירן. די סיסטעם איז א זאך וואס אפילו די מערסט אפאלאגעטישע וועלן קענען אנווייזן אומצאליגע זאכן אין זייער לעבן ווי די סיסטעם מאכט זיי ביכער די יארן, נאר עס איז ליידער נאך נישט דא קיין אלטערנאטיוו צו אונזער סיסטעם.


די צענזור און די סיסטעם גייען האנט ביי האנט, איינער קען נישט אנגיין אן דעם צווייטן. ווער עס וויל וויסן ווי אזוי עס קוקט אויס א געזעלשאפט ווי מען פארעקלט ראציאנאליטעט און מען פארטרייבט די פילאזאפן, קען כאפן א בליק אויף אונזער געזעלשאפט.


די איינציגסטע טענה לטובת אנהאלטן די סיסטעם, איז די סכנה פון אריינפאלן אין די טאטאלע אנארכיע וואס הערשט היינט אין די מערב וועלט. די טענה בארעכטיגט אונזערע רעכט גענויגטע טאטאליטארישע עקסטערעמיזם, מיט די לינקע אנארכאקראטיע פון אונזערע שכנים. מאדערן-ארטאדאקסיע יוכיח אז זיך אריידרייען מיט די קולטור פון די אמעריקאנע גאס ברענגט מיט די אלע שווארץ יאר מיט וואס זיי זענען געשלאגן.


נאר צוויי פראבלעמען זענען דא מיט דעם צוגאנג.
א) איז טאקע אונזער עקסטרעמיזם בעסער ווי די לינקע עקסטרעמיזם? עס איז דא א שיינער מיטל וועג וואס פארלאנגט נישט אונזער עקסטרעמע סיסטעם צענזור קאמפלעקס, סאטמאר קען רוהיג אויסקוקן ווי תורה ודעת, ישיבה ספרינג וואלי וכדומה; אן דעם וואס עס זאל פארלירן די גוטע אספעקטן פון אונזער רעליגיע און קולטור. און דאס פירט צו:

ב) און דאס איז דעמאגראפיע. די עיקר פאקטאר וואס שטעלט אויס א געזעלשאפט, איז נישט אידעעלאגיע נאר דעמאגראפיע. די סיבה פארוואס אונזער געזעלשאפט איז אזוי עקסטרעם איז נישט וויבאלד מיר האבן אן עקטרעמע אידעעלאגיע, נאר די עקטרעמע אידעעלאגיע איז אין רעזולטאט צו דעם וואס ארטאדאקסיע איז געפאלן פון א געזעלשאפט פון עטליכע מיליאן צו עטליכע טויזנט איבערנאכט. אין אלגעמיין, א געזונטע געבורט-ראטע און א homogeneous געזעלשאפט, שאפט א פונקציאנירנדע געזעלשאפט. עס ווערט פראבלעמאטיש ווען די געזעלשאפט וואוקס איז נישט סינאנים מיט די סערוויסעס פאר אזא גרויסע געזעלשאפט, און דאס קלאפט די געבורט ראטע.

א שוואכע געבורט ראטע טייטשט זיך אויס אז די קולטור און אינאוואציע פון די יונגע כוחות פעלן און די עלטערע נעמען איבער פירערשאפט, און די געזעלשאפט פוילט. א שוואכע געבורט-ראטע ברענגט אויך אימיגראציע וואס ברענגט אונטער א שוין אזוי אויך הינקעדיגע קולטור. דאס איז וואס ליגט אונטער די פראבלעמען פון די ״גויאישע״ גאס און אזוי אויך מאדערן-ארטאקסיע, נישט אידעעלאגיע.


די פאקט אז אונזער געזעלשאפט האט א געזונטע געבורט-ראטע, און מיר באשטייען פון א homogeneous דעמאגראפיע, באדייט דאס מיר וועלן גארנישט פארלירן, דורך אוועקנעמען א ביסל פון די עקטרעמע צענזור און סיסטעמאטישע אונטערדרוקונג, און מיר וועלן נישט אריינפאלן דורכדעם אין די פראבלעמען פון די אלגעמיינע גאס; ולעיקוואוד יוכיח.
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר