בלאט 1 פון 1

הער זיך אויף ארום צו דרייען!

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:53 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אצינד אין די פרשיות פון בהר בחוקותי וואס מיט דעם שליסט מען שוין בסייעתא דשמיא גאנץ ספר ויקרא. ווי מיר אלע ווייסן פאַנגט זיך אָן פרשת בהר מיט די באקאנטע מצוה פון שמיטה, א מצוה וואס השי"ת האט געגעבן מיט "כל פרטיה ודקדוקיה" אויפן בארג סיני ווי רש"י ברענגט. השי"ת באפעלט פאר משה רבינו אז ער זאל זאגן פאר כלל ישראל, כִּי תָבֹאוּ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן לָכֶם ווען איר וועט אריינקומען קיין ארץ ישראל צום לאנד וואס איך וועל אייך געבן, וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לַה' זאל די ערד רוען פארן אייבישטער, און ווי די תורה הקדושה איז ווייטער ממשיך באריכות אז זעקס יאר קען א איד ארבעטן אין זיין פעלד, איינזייען קערנדלעך, שניידן פירות, איינזאמלען די תבואה, אבער דאס איז אלעס ביז צום זיבעטן יאר, יעדע זיבעטע יאר איז שמיטה, שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ שַׁבָּת לַה' ווען דעמאלטס דארף דער איד רוען אינגאנצן, ער איז נישט עוסק אין די פעלד ארבעט, ער פלאנצט נישט איין קיין פרישע תבואה, און ער שניידט נישט אפ די פירות פאר זיך, נאר ער איז אלעס מפקיר גענצליך בחינם פאר ווער עס וויל קומען און נעמען.

די חומר הענין פון מצות שמיטה
אבער בעצם דארף מען פארשטיין, אויב די מצוה איז ערשט נוגע אין יארן ארום, כִּי תָבֹאוּ אֶל הָאָרֶץ, נאר נאכדעם וואס מ'וועט אריינקומען קיין ארץ ישראל, אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די ציווי שוין יעצט ביים בארג סיני? און אפילו נאכדעם וואס מ'וועט שוין זיין אין ארץ ישראל, לכאורה די ערשטע זעקס יאר קען מען רואיג ארבעטן, און נאר ווען ס'וועט זיך דערנענטערן די זיבעטע יאר, דעמאלטס דארף מען מודיע זיין פאר כלל ישראל אז ס'קומט צו גיין א נייע מצוה פון שנת השמיטה.

און בכלל, פארוואס שטייט אין די תורה, וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לַה' אז די ערד זאל רוען, עס איז דאָך לכאורה א מצוה אויפן מענטש, אז ער זאל אויפהערן מיט די ארבעט, אבער עס איז נישט קיין ציווי פארן 'פעלד' אז די פעלד זאל מקיים זיין מצות שמיטה.

און נאך מער פון דעם געפונען מיר א וואונדערליכע זאך, די משנה זאגט אין אונזער פרק פון פרקי אבות (פרק ה משנה ט') "גָּלוּת בָּאָה לָעוֹלָם עַל עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה, וְעַל גִלוּי עֲרָיוֹת, וְעַל שְׁפִיכוּת דָמִים, וְעַל הַשְׁמָטַת הָאָרֶץ" אז די עונש פון גלות קומט צוליב פיר עבירות. יעצט די ערשטע דריי פארשטייען מיר אליינס, וויבאלד זיי זענען די דריי הארבסטע עבירות וואס זענען פארהאן אין די תורה און א איד איז מחוייב זיך מוסר נפש צו זיין אויף זיי, אויף דעם קומט טאקע די שווערע שטראף פון ווערן פארטריבן אין גלות אריין, אבער אויף די פערטע עבירה, 'הַשְׁמָטַת הָאָרֶץ' דאס נישט היטן שמיטה, דארף מען פארשטיין וואס איז די גרויסע הארבקייט דערפון אז ס'קומט אזא גרויסע שטראף רח"ל, פארוואס ווערט דאס גערעכנט אינאיינעם מיט די שלש עבירות חמורות. וואס פארשטייט זיך אז מיט אונזער מענטשליכע שכל האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די טיפקייט פון מצוות השי"ת, און מיר ווייסן נישט וואס עס ווערט גערעכנט ווי א לייכטע מצוה און וואס הייסט א הארבע מצוה, אבער עס איז וויכטיג זיך מתבונן צו זיין און ארויסנעמען על כל פנים עפעס א שטיקל דערהער בדרך רמז מיט וואס איז די
מצות שמיטה אזוי גרויס און חשוב.

און באמת געפונען מיר דאס אין די תוכחה אין פרשת בחוקותי, וואו די תורה הקדושה זאגט די שרעקליכע עונשים פון גלות וואס קען חלילה קומען אויף כלל ישראל, וְנָתַתִּי אֶת עָרֵיכֶם חָרְבָּה... די שטעט וועלן חרוב ווערן... וַהֲשִׁמֹתִי אֲנִי אֶת הָאָרֶץ... דאס לאנד וועט ווערן פוסט און ליידיג... וְאֶתְכֶם אֱזָרֶה בַגּוֹיִם... און די אידישע קינדער וועלן ח"ו ווערן צוזייעט און צושפרייט צווישן די פעלקער, און ווי די תורה לייגט צו "אָז תִּרְצֶה הָאָרֶץ אֶת שַׁבְּתֹתֶיהָ" וגו' דעמאלטס ווערט די ערד ווערן באוויליגט און ס'וועט רוען די אלע שמיטות וואס מ'האט נישט געהיטן בשעת מ'האט דארט געוואוינט, און פון דא לערנען טאקע חז"ל ארויס אז צוליב די זינד פון נישט היטן שמיטה וועט מען ח"ו ווערן פארווארפן אין גלות, וואס ווי געזאגט דארף מען פארשטיין וואס איז די הארבקייט פון אט די עבירה.

די תכלית פון מצות שמיטה איז התקרבות להשי"ת
נאר כדי צו ערקלערן דעם ענין, לאמיר זיך אביסל פארטיפן און אפלערנען די מצוה פון שמיטה ווי עס דארף צו זיין, און צוקומען צו א שטארקע יסוד וואס ליגט באהאלטן אין די מצוה.
עס איז ברייט באקאנט וואס אלע ספרים הקדושים ברענגן, און די עיקר הדברים שטייט אין ספורנו אנהייב פון אונזער פרשה (פסוק ד') אויף די ווערטער שַׁבָּת לַה' זאגט דער ספורנו, "שגם עובדי אדמה כאשר ישבתו בשנה ההיא יתעוררו לדרוש את ה' באופן מָה" אז די תכלית פון מצות שמיטה איז, כדאי דער איד וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און ער איז איינגעזינקן אין זיין גשמיות'דיגע ארבעט במשך די זעקס יאר, ווען עס קומט אבער די שנת השמיטה און ער לאזט אלעס איבער, וועט ער דאס אויסנוצן צו ווערן נענטער צו השי"ת, זיך אריינצוזעצן אין בית המדרש און עוסק זיין אין עבודת הבורא.

און ווי מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט דאס מסביר געווען, ווייל ווען א איד ווערט צו שטארק איינגעזינקן אין זיין פעלד און אין זיין ארבעט, דעמאלטס ווערט ער מגושם, אזוי איז די מציאות פון עולם הזה, מ'ווערט אינגאנצן איינגעטינקן מיט די רמ"ח איברים און שס"ה גידים אין די גשמיות'דיגע וועלט און חומריות'דיגע זאכן, און מען ווערט אלס מער דערווייטערט און אוועקגעריסן פון רוחניות ח"ו, און דאס טאר נישט פאסירן! א איד טאר נישט לאזן זיין לעבן אדורכלויפן אויף אזא וועג אז ער איז משוקע נאר אין גשמיות און אין הבלי עולם הזה. און דערפאר האט השי"ת באפוילן די מצוה פון שמיטה ווי דער ספורנו זאגט, ווייל ער דארף קען נתעורר ווערן און נענטער ווערן צום אייבישטער, ער מוז זיך אביסל אפשאקלען פון די גשמיות אין זיך באהעפטן אביסל צום רבונו של עולם, ער מוז זיצן אין בית המדרש און זיך אנזאפן מיט רוחניות און דביקות בהשי"ת, און נאר דאס וועט איהם העלפן אז ווען ער גייט נאכדעם צוריק צו זיין ארבעט אז ער וועט שוין נישט ווערן אזוי שטארק מגושם, ער וועט נישט פאלן אזוי שטארק, ווייל די לעכטיגע יאר פון שנת השמיטה און די התקרבות להשי"ת וואס ער האט זיך דעמאלטס איינגעהאנדלט, דאס וועט איהם באגלייטן אויך בשעת ער איז פארנומען מיט זיינע פעלדער...

דער וואס ארבעט אין פעלד האט כסדר אמונה און התקשרות צו השי"ת
אבער לאמיר זיך אפשטעלן און פרעגן אויף דעם אלעם, דער איד וואס שטייט אין פעלד און ער איז עוסק אין אַקערן און זייען, איז ער דען טאקע אזוי דערווייטערט פון השי"ת? האט ער נישט קיין דביקות בהשי"ת במשך די זעקס יאר וואס ער ארבעט? קען מען דען פארגעסן דארט פונעם בורא עולם? אדרבה, מיר געפונען אין חז"ל (שבת ל"א.) אז משניות 'סדר זרעים' ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען 'אמונה', און ווי תוספות ברענגט דארט אויפן פלאץ בשם די ירושלמי וואס איז די שייכות צווישן זרעים מיט אמונה, "שמאמין בחי העולמים וזורע!" וויבאלד ווען א מענטש איז עוסק אין פעלד ארבעט, ער פלאַנצט און זייט איין, דעמאלטס אנערקענט ער הערשט אז דער מענטש'ס פעוּלה אליינס איז גארנישט ווערד, און ער קומט אָן צו א ריכטיגע הַכָּרָה און א אמונה אין השי"ת אז ער איז דער וואס טוט אלעס און פירט אלעס און אָן זיין הילף קען דער מענטש גארנישט באווייזן.

און ווי דער ענין איז מבואר אין ספרים, ווייל ווען דער מענטש שטייט און לייגט אריין כוחות און הארעוואניע אין זיין פעלד, אויב האט ער נאר אביסל שכל אנערקענט ער גלייך ווי ווייניג די זאכן זענען אונטער זיין קאנטראל. די קערנדלעך וואס מ'זייט איין אין די ערד ווערן קודם פארפוילט און קאליע, און ס'האט א ברירה אז ס'וועט שוין אזוי בלייבן און ס'וועט גארנישט ארויסקומען פון דעם, מ'דארף רחמי שמים אז פונעם פארפוילטן קערנדל זאל אנהייבן צו שפראצן נייע תבואה, ווי אויך דארף השי"ת שיקן רעגן און הילף פון הימל, נישט צופיל און נישט צו ווייניג, און בכלל דארף די וועטער שטימען, עס זאל זיין נישט צו הייס און נישט צו קאלט, די ווינטן וואס בלאזן זאלן נישט שאטן אדער אויסטריקענען די ווייץ, און דערנאך דארף מען א שמירה פון פארשידענע אינזעקטן און באקטעריעס זאלן נישט קומען חרוב מאכן די געוואוקסן, און אזוי ווייטער פיל מיט זאכן וואס זענען אינגאנצן נישט אין די יכולת פונעם מענטש צו קענען קאנטראלירן...

און ממילא ווער עס איז נאר עוסק אין פלאנצן 'זרעים' אין פעלד, דער ווערט זייער שנעל א מאמין בחי העולמים, וויבאלד ער קומט צו צו די קלארסטע ידיעה און וויסנשאפט אז נאר השי"ת איז דער וואס מאכט באמת וואקסן, ער איז דער וואס גיבט איהם אלעס און מאכט אז ער זאל האבן צום לעבן.

ווי עס איז באקאנט א מעשה מיט איינס פון די גרויסע צדיקים וואס איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, ער פלעגט ארויסגיין אין מארק אנהייב טאג מיט א קויש פיל מיט בייגעלך וואס ער האט פארקויפט פאר מענטשן, און ווען ער האט געענדיגט פארקויפן און געלייזט אפאר פרוטות, פלעגט ער זיך אריינזעצן אין בית המדרש און עוסק געווען אין תורה ועבודה אויף א דערהויבענע פארנעם.

געווען איז דארט אין שטעטל א גביר וואס האט נישט געקענט צוקוקן אז אזא צדיק זאל זיך דארפן פלאגן אויף פרנסה און פארברענגן פון זיין טייערע צייט כדי צו קענען פארקויפן די פּאָר בייגלעך, איז ער צוגעקומען צום צדיק און איהם אנגעבאטן א געשפעט, "פון היינט און ווייטער וועל איך אייך געבן יעדן טאג דעם געהאלט וואס איר וואלט פארדינט פון פארקויפן די בייגלעך, און אנשטאט דעם זאלט איר זיצן און לערנען רואיג ווי איידער זיין פארנומען אויפן מארק". און כך הוה, דער צדיק האט מסכים געווען, און דעם קומענדיגן אינדערפרי איז ער שוין נישט געגאנגען אין מארק, נאר ער האט זיך תיכף געזעצט לערנען מיט גרויס התמדה.

עס גייען אדורך געציילטע טעג, אבער דער צדיק קומט און ער קלאפט אָן ביים עושר אויפן טיר, זאגענדיג אז ער וויל צוריק ציען פון זייער אָפמאַך, און ער גייט צוריק צום אלטן ווייטער צו פארקויפן די בייגלעך אינעם מארק. דער עושר האט זיך זייער געוואונדערט, וואס איז נישט גוט מיט אונזער געשעפט? איר האט נישט קיין הנאה פון די פילע צייט וואס איז אייך צוגעקומען אין טאג צו קענען דינען דעם אייבישטער?. האט דער צדיק געענטפערט מיט א תמימות, אוודאי איז עס מיר זייער גוט און אסאך גרינגער ווי ביז יעצט, אבער איך שפיר ווי איך האב פארלוירן א געוויסע קשר מיט'ן רבונו של עולם... פארלוירן א קשר? פרעגט דער עושר, אדרבה איר זענט דאָך געווארן נענטער דורכ'ן מוסיף זיין שעות פון תורה און עבודה. זאגט איהם דער צדיק, דארפסט פארשטיין, ביז היינט ווען איך פלעג שטיין אין מארק, פלעג איך כסדר אויפהייבן מיינע אויגן צו הימל, בעטן דעם אייבישטער אז מיין סחורה זאל זיין גוט, עס זאלן קומען קונדן, און זיי זאלן זיין צופרידן, און אזוי ווייטער; איך האב כסדר געהאט א פארבינדונג מיט השי"ת און געשפירט ווי שטארק איך בין אנגעוויזן אויף איהם אויף יעדן טריט און שריט. אבער זייט איך האב אנגענומען דיין אנבאט צו זיצן און לערנען און דו וועסט מיך מפרנס זיין, פיל איך אז איך האב פארלוירן דעם קשר מיט'ן אייבישטער, איך האב נישט די הרגשה אז איך דארף צוקומען צו איהם יעדע רגע, איך לעב נישט מיט אט די דביקות אינעם אייבישטער אז איך בין אינגאנצן אנגעוואנדן אין איהם, ווייל איך ווייס דאָך אז באלד קומסטו צו גיין מיט דאס געלט... און דעריבער וויל איך מיך צוריק קערן צו מיין אלטע שטייגער, און זיך ווייטער ארויפווארפן אויף השי"ת אז ער אזל מיך שפייזן דורך מיינע תפלות און מיין אמונה און בטחון אין איהם...

הכלל, אויב אזוי ווערט דאָך דער ענין ממש שווער, צו דען דארף מען דערמאנען פארן פעלד ארבעטער אז עס איז דא א רבונו של עולם אויף די וועלט? צו דען איז שייך אז ער זאל בכלל מסיח-דעת זיין פון השי"ת? ווער נאך איז מתפלל אזוי פיל און אזוי שטארק ווי ער אז דער אייבישטער זאל באגליקן זיינע וועגן. און פונקט פאר אזא איד דארף מען אוועקשטעלן א גאנצע יאר אז ער זאל נישט ארבעטן דעמאלטס און זיך אריינזעצען אין בית המדרש כדי אז אין די תקופה "בשנה ההיא יתעוררו לדרוש את ה' באופן מָה" ווי דער ספורנו זאגט? ער דארף דען א התעוררות צו ווערן נענטער צום אייבישטער? וואס איז פשט פון דער ציווי.

ווען מ'קומט אויף א פלאץ וואס מ'האט נישט וואו צו אנטלויפן
נאר לאמיר צוקומען צו די תשובה מיט א קליינע מעשה, וואס וועט אונז דינען אלס א גשמיות'דיגע משל און אונז געבן צו פארשטיין כלפי מה הדברים אמורים:
ר' יוסל איז א איד אין זיינע מיטעלע יארן, א גרויסע איש מצליח מיט ברייט פארצווייגע געשעפטן וואס ברענגן איהם אריין גאר שיינע רווחים, א איד א קובע עתים לתורה און א בעל צדקה וחסד ווי עס דארף צו זיין. כאפט ער זיך אמאל ארויס פאר זיינס א פריינד, "דו ווייסט וואו מיין הצלחה האט זיך אנגעהויבן?, דו וועסט נישט גלייבן, עס האט זיך אלעס אנגעהויבן אויף א פליגער אונטערוועגנס פון איין פלאץ צום אנדערן!". אויף א פליגער? וואונדערט זיך יענער צוריק, עס איז גאנץ אן אינטערסאנטע פלאץ אנצוהייבן א ביזנעס... אפשר האט ער גאר געווינען די לאטערי זייענדיג אין די לופטן? אדער אפשר האט ער דארט אנגעטראפן א שותף?. ניין, זאגט ר' יוסל, איך וועל דיר דערציילן.

פאר א לאנגע תקופה בין איך געווען א פשוט'ע ארבעטער, איך האב שווער געארבעט פאר גאנץ א קליינע געהאלט ביי א צווייטן, אינצווישן איז מיין משפחה געוואקסן בליעה"ר, די פרנסה איז געווען בצמצום, איך האב עטליכע מאל געטראכט ביי זיך אז איך מוז פארלאזן מיין יעצטיגע דזשאב, און איך קען בעזר ה' זוכה זיין צו א פיל בעסערע פארדינסט אויף אנדערע אופנים. אבער דו ווייסט דאָך, די טרדות, די טאג טעגליכע שווערע ארבעט, איין טאג פירט צום נעקסטן, און זאכן ווערן אפגעלייגט און אפגעשטופט, און אזוי ארום אזי עס קיינמאל נישט אויסגעקומען למעשה אז איך זאל פאקטיש זיין גרייט אריינצוגעבן מיין רעזיגנאציע צו מיין בעל הבית און זיך נעמען טוהן עפעס בעסערס.

ויהי היום, איך האב געדארפט ערגעץ פארן מעבר לים, און נעבן מיר אויפן פליגער איז געזעצן א איד, א פריינטליכער מענטש און א געשמאקע שמועסער, און דער איד האט מיך אויסגעפרעגט איבער מיין לעבן, מיין ארבעט, מיין געהאלט, וכדומה, און הערנדיג מיין צושטאנד האט ער געעפנט אפאר אויגן און געזאגט "עס זעהט מיר אויס אז דו ביסט א טויגליכער יונגערמאן, דו פארשטייסט אן עסק, וואס טוסטו נאך אזויפיל יאר אין דעם זעלבן פלאץ מיט אזא שווערע ארבעט און א קליינע געהאלט? דו ביסט מסוגל פאר אסאך מער פון דעם"... פארשטייט זיך אז איך בין געווען אומבאקוועם פון די גאנצע נושא, נאך אלעמען איז דאָך דאס געווען א זאך וואס כ'האב שוין אסאך מאל געטראכט דערוועגן און אלעמאל האב איך עס אפגעשטופט אויף א אנדערע און מער-פאסיגע געלעגנהייט, און דא קומט א פרעמדע איד און הייבט אָן צו 'הויערן' אויף מיר און מיך איינטיילן וואס צו טוהן. איך האב איידלעהייט פראבירט צו טוישן די נושא צו עפעס אנדערש, אבער דער איד האט נישט נאכגעלאזט! איין מאל און נאכאמאל איז ער מיר מסביר בטוב טעם ודעת אז איך בין סתם פויל זיך צו נעמען אין די הענט אריין און מאכן א באשלוס אז איך בין מער ווערד פון דעם. וויפיל מאל איך האב נאר געוואלט פארדרייען די שמועס, איז ער אלעמאל צוריק געקומען דערצו, ער האט מיר געזאגט אז ער זעהט אין דעם ממש א חסד און ער איז אנטשלאסן מיר צו טוהן די טובה פון אויפקלערן אז איז שוין די העכסטע צייט צו גיין זוכן א געהעריגע פרנסה...

וויבאלד ס'איז דאָך געווען אויף א פליגער -דערציילט ר' יוסל- האב איך דאָך נישט געהאט וואו צו אנטלויפן פון מיין שכן, ניטאמאל זיך אוועקרוקן איין זיץ האב איך געקענט, איך האב געמוזט בלייבן אין זיינע ד' אמות במשך די גאנצע לאנגע רייזע, קיין אנדערע גרויסע באשעפטיגונגען האב איך נישט געהאט דארט מיט וואס זיך צו האלטן פארנומען, און איך האב איהם פשוט נישט געקענט איגנארירן, און בלית ברירה האב איך געמוזט הערן זיינע רייד... אבער וואס זאל איך דיר זאגן, דאס איז געווען די גרעסטע טובה פאר מיר! טאקע דאס נישט קענען אנטלויפן, טאקע דאס זיצן איינגעלייגט נעבן דער איד וואס האט געמיינט מיין טובה, די פּאָר שעה פון יישוב הדעת אָן קיין אנדערע מחשבות און שטערונגען, דאס האט גורם געווען אז איך זאל די ערשטע מאל 'דערהערן' ריכטיג מיין מצב אין לעבן, איך זאל זיך די ערשטע מאל מתבונן זיין און אומקוקן וואו איך שטיי מיט מיין מצב הפרנסה. און גלייך נאך יענע נסיעה האב איך איבערגעגעבן פאר מיין געוועזענעם בעל הבית אז איך פארלאז מיין פאזיציע, און פון דארט האב איך אנגעהויבן מיין אייגענע ביזנעס פון וואס איך האב ב"ה שטארק מצליח געווען און געהאט א גרויסע טובה ברוחניות ובגשמיות.

און ר' יוסל פארענדיגט: איינס פון די גרעסטע מוסר השכל'ס וואס איך האב מיך אין איינוועגס געלערנט פון דעם, איז ווי ווייט א מענטש קען זיין פאַריאָגט און פאַרפלאָגט אין זיין טאג טעגליכע לעבן, אז אזעלכע דברים פשוטים 'האבן נישט קיין צייט' זיך צו זעצן אויף זיין שכל... אפילו ס'איז געווען א מחשבה וואס איך האב אסאך מאל געהאט און כ'האב געוואוסט אז איך דארף זיך רוקן פאָראויס, אבער ס'איז געבליבן ליגן פארשטויבט ערגעץ טיף אין איינס פון די קעמערלעך פון מיין מוח, איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט דאס באמת צו נעמען אין די הענט אריין און טוהן למעשה, ווייל איך בין געווען פארנומען צו לויפן און לויפן מיט מיין טעגליכע לעבנס-געלויף אָן זיך אפצושטעלן. דער אייבישטער האט מיך געדארפט פיזיש איינשפאַרן אין א פליגער און איינבינדן אין מיין זיץ נעבן יענער איד, אָן קיין שום מעגליכקייט צו אנטלויפן פון איהם (און אויך פון זיך אליינס) אז איך זאל בכלל קענען אנהייבן צו טראכטן און אנערקענען די דברים של טעם וואס דער איד האט גערעדט צו מיר.

די מעשה איז נאר איינס פון טויזענט, און ס'איז טאקע נאר א מעשה וויאזוי א איד האט געטראפן זיין הצלחה אין פרנסה. אבער באמת איז דאס נוגע אין יעדע פרט אין אונזער לעבן, און פילפאכיג מער ווען עס האנדלט זיך וועגן אונזער רוחניות! די מעשה דינט אונז בלויז אלס א משל כדי 'לְשַׂבֵּר את האוזן' און אונז דאס צו ווייזן בחוש וויאזוי אונזער לעבן קוקט אויס.
גלות הדעת קען צוברענגן דעם מענטש צו לעבן אזויווי א בהמה ח"ו

און די נושא איז אינגאנצן נישט קיין נייע נושא פאר אונז, מיר האבן שוין זייער אסאך מאל דערמאנט דעם ענין וואס מיר געפונען ביי די ערשטע גלות פון כלל ישראל, אין גלות מצרים, "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹוצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", ווען א מענטש פאלט אריין אין גלות הדעת, וואס איז די שווערסטע גלות, דער מענטש ווערט אינגאנצן איבערגענומען און און אנגעשטרענגט, די מוח און די הארץ ווערט פשוט פארשטאָפּט און הערט אויף צו טראכטן, און אפילו דאס ביסל וואס מ'טראכט שוין יא, איז מען נישט מסוגל דאס אויסצופירן און טוהן למעשה.

ווי מיר ווייסן איז געווען אמאל די סדר אז מ'האט זיך באנוצט מיט א פערד אדער א אייזל וואס מ'האט צוגעבינדן צו די גרויסע און שווערע מיהל-שטיין, און די בהמה האט זיך געהאלטן אין
איין דרייען ארום און ארום און דערביי געמאכט אז די שטיין זאל זיך מיטדרייען, און אזוי איז די ווייץ געווארן צומאלן. אין הלכות טומאה וטהרה ווערט דערמאנט א געוויסע כלי וואס האט געדינט אלס א צודעק וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף די אויגן פונעם בהמה אז זי זאל נישט באמערקן אז זי דרייט זיך ארום און ארום אויפן זעלבן פלאץ, און אזוי האט די בהמה געהאט כוח אנצוגיין במשך לאנגע שעות פון גיין אינעם זעלבן סירקל איינמאל און נאכאמאל און נאכלויפן איר אייגענע וויידל אָן אויפהער.

ווען א מענטש פאלט אריין אין אזא מצב פון גלות הדעת, איז ער דומה ממש צו די בהמה ח"ו, ווי נישט געשמאק עס איז צו הערן, איז עס אבער די ביטערע מציאות. די טאג טעגליכע רעש
און טומל וואס נעמען איבער דעם מענטש, זענען אזויווי די שמאטע אויף די אויגן וואס מאכן אז מ'זאל ניטאמאל באמערקן אז מ'לויפט און מ'לויפט אבער מ'קומט אין ערגעץ נישט אָן.
וואס איז די עצה אז א מענטש זאל אויפהערן זיך ארומצודרייען ארום און ארום און נישט בלייבן צוגענאגלט אין זיין זעלבע מצב אָן זיך צו טוישן און אָן צו שטייגן העכער?! - דער תירוץ איז יישוב הדעת! התבוננות! זיך אפשטעלן אביסל פונעם גערויש, מאכן א חשבון הנפש, אויפהערן צו לויפן פאר אפאר שעה און זעהן "וואו האלט איך אויף די וועלט? האב איך געמאכט פארשריט? לעב איך ווי א איד? טוה איך די רצון השי"ת?".

און ליידער געפונען מיר זיך היינט אין א וועלט וואו די קולטור איז פונקט דאס פארקערטע. דער עולם הזה איז פיל מיט גרויסע שטעט און ערטער 'וואס שלאפן קיינמאל נישט' און מ'דרייט איבער פון נאכט צו טאג וויפיל מ'קען, די גרעסטע מעלה ביים גוי איז ווען א פלאץ איז אפן אדער א מענטש איז אוועילעבל און ארבעט פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיבן טאג א וואך! די גאנצע 'אויר' אין די וועלט און די גאנצע מהות אונזערע איז געווארן א מצב פון לויפן און לויפן אָן א אפשטעל...

די יסוד פון מצות שמיטה אז מ'מוז זיך אפשטעלן און מתבונן זיין
קען זיין אז דאס קומט די מצות שמיטה אונז לערנען, ר' איד שטעל זיך אפ! דו מוזט מאכן א הפסקה און זיך מתבונן זיין, און יא, מ'רעדט טאקע צום פעלד ארבעטער וואס ער לעבט מיט'ן רבונו של עולם יעדן טאג און ער איז א מאמין, וואס מיר האבן געפרעגט פארוואס עפעס זאל מען איהם דארפן דערמאנען און מעורר זיין צו התקרבות לה', דייקא צו איהם רעדט די תורה און די תורה זאגט איהם אז ער זאל וויסן אז אָן התבוננות און אָן חשבון הנפש גייט גארנישט! מיט די צייט וועט ער פארגעסן פונעם אייבישטער ח"ו, ער וועט זיך צוגעוואוינען צו טראכטן אז ס'איז אלעס כוחי ועוצם ידי, ווייל איינער וואס ארבעט אָן זיך אפשטעלן צו טראכטן און אָן צו נעמען די ריכטיגע יישוב הדעת, זאל ער וויסן אז ער וועט אנקומען צו די מצב פונעם אייזל ארום די מיהל שטיינער, ער וועט נישט זעהן און נישט וויסן וואס טוט זיך ארום איהם, נאר ער וועט אלס טיפער איינזינקן אין זיין גלות הדעת. [און על אחת כמה וכמה איינער וואס האט נישט די נויטיגע אמונה און בטחון, קען פאלן אסאך מער און אסאך ווייטער ווען ער האט נישט קיין התבוננות].

און דאס דארף זיין א תנאי קודם למעשה! פערציג יאר פריער איידער די אידן זענען אריין אין ארץ ישראל, האט זיי משה רבינו שוין אויסגעלערנט דעם יסוד, ווייל אָן די ידיעה און קבלה פון מצות שמיטה טאר א איד נישט אנהייבן צו ארבעטן אפילו די ערשטע זעקס יאר אויך נישט! מ'קען זיך נאר אריינלאזן אין די עולם המעשה, ווען מ'ווייסט און מ'האלט א ציל פאר די אויגן אז יעדע שטיק צייט וועט מען מוזן זיך אפשטעלן און זיך מתבונן זיין און מעורר זיין דעם נפש צו התקרבות לה' און נישט זיך פארלאזן אויף די טאג טעגליכע אמונה ביי די ארבעט, ווייל דאס איז אינגאנצן נישט גענוג און ס'וועט נישט האבן קיין קיום אויב מ'שטעלט זיך נישט אפ פונעם געלויף און פון די עבודת פרך פון עולם הזה.

און אוודאי איז טאקע די ציל צו דערהייבן דעם מענטש און ברענגן דעם איד נענטער צום בורא עולם, אבער אין איינוועגס לערנט אונז די תורה מוסר, וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לַה' מיר דארפן לעבן אין אזא אטמאספערע וואו אלעס שטעלט זיך אפ! די ערד רוהט אויך! די גאנצע בריאה מוז קומען צו אן אפשטעל, און נישט דאס פארקערטע פון נאכלויפן יעדע סארט חומריות און יעדע סארט תאוה און יעדע סארט ארבעט במשך די גאנצע מעת לעת. דער איד איז די תכלית, אבער די גאנצע מציאות, די גאנצע טבע, די גאנצע 'אויר' פון די סביבה אין די וועלט ארום, מוז זיך אויך אפשטעלן און אנקומען צו א מצב פון מנוחה, כדי מען זאל קענען עקזיסטירן.

און דערמיט קענען מיר פארשטיין פארוואס די עונש פון נישט האלטן שמיטה איז גלות, ווייל דאס איז דאָך די גאנצע יסוד פון שמיטה, זיך ארויסצוזעהן פון גלות, פונעם גלות-הדעת וואס דאס איז די עיקר פונעם גלות, אויב א איד נעמט נישט די צייט און די מיה זיך אליינס אויסצולייזן פון זיין טאג טעגליכע גלות הדעת און פון זיין קֹוצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה, דאן קומט חלילה דער עונש מידה כנגד מידה און איז גורם גלות אויפן מענטש וואו מען ווערט ליידער אינגאנצן פארווארפן און דערווייטערט מיט קוצר רוח און עבודה קשה רח"ל.

און דאס איז א לימוד פאר אונז לדורות עולם, אפילו ווען מיר האבן נישט קיין פעלדער און מיר זענען נישט זוכה מקיים צו זיין מצות שמיטה בפועל, דארפן מיר אבער לעבן מיט די יסוד דערפון, זיך אפשטעלן פון צייט צו צייט, זיך מתבונן זיין און מאכן א חשבון הנפש, און ארויסקריכן פון די אייגענע גלות הדעת, און ווי דער ספורנו זאגט "יתעוררו לדרוש את ה' באופן מָה", און נאר אזוי וועלן מיר קענען דערנענטערט ווערן צום אייבישטער און קענען ערפילן אונזער תפקיד אלס אידן ווי עס דארף צו זיין.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:54 pm
דורך א שעפעלע