בלאט 1 פון 1

דועלס - פארוואס מען דארף איר צוריק איינפירן

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 6:03 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב אקארשט געוואטשט א מאווי וואס @מי אני האט רעקאמענדירט לעצטנס אין די תוכנ'דיגע פילמס קלוב אשכול, מיט'ן נאמען די לעצטע דועל. דאס האט מיך דערמאנט פון א שטיקל פיליזאפיע וואס קנאקט שוין ארום מיין קאפ פאר א שיינע פאר יאהר, והנה:

אין די אלטע גוטע צייטן, ווען וועלט איז געווען וועלט און צוויי מענטשן האבן א געפעכט געהאט, אנשטאט צו אינוואלוון אנדערע, און אפט אומשולדיגע מענטשן, זאלן זיך אויסשלאגן אויף זייער בעראט, אויף זייער ביהעלף ווי מען זאגט, האבן זיי זעלבסט זיך אויסגעשלאגן און ווער עס האט געווינען דער פייט, דער האט, נו... געווינען דער פייט. וואס נאך איז דא צו זאגן?!

וועט עמיצער, א נאר, קומען מיט אזא טענה: אבער העי, דאס איז געווען ברוטאל און אומ'יושר. היתכן, דער שטארקער, דער פון זיי וואס איז איינפאך געבוירן שטארק, זאל געווינען דער פייט? אויב דו זאגסט אז אזוי זאל מען שליכטן יעדן מחלוקת, האסטו דאך צוגענומען פון דעם גערעכטן דעם שאנס צו געווינען?! הניחא אויב מאכט זיך פונקט אז דער וואס איז שטארקער איז אויך מצד הדין צופעליג דער גערעכטער, אויב אבער איז נישט אזוי די קעיס (און דא וועלן גאר אסאך אירע פשוט מחמת געפיהל משער זיין אז מסתמא אין רוב פעלער איז דער שטארקער 'טאקע' נישט דער גערעכטער ווייל מ'שטיינס געזאגט אויב איז ער במילא שטארק ברויך ער דאך נישט קימערן זיך איבער יוסטיץ..) דאן ווען האסטו אמאל איבערגעלאזט אן אופן אז דער צדק פון דעם שוואכער זאל אויפגעוויזן ווערן?

וועל איך אייך ענטפערן אזוי: דער אמת איז דאס איז אלעס אן אילוזיע. און דער סיבה דערצו איז אזוי: די סיבה מענטשן האבן פרעדזשידעס אנטקעגן פיזיש שטארקע מענטשן איז ווייל זיי נעמען אהן אז היות סטרענגטה איז עפעס מיט וואס מען ווערט פיזיקלי געבוירן איז דאס נישט עפעס וואס דער מענטש האט זיך ווי כאילו פארדינט מיט די אייגענע כוחות און טוהט עס לאו דוקא דעזערווען. נאך מער, מענטשן וועלן פאלש אסומען אז דער שטארקער פון געבורט וואקסט נאטורליך א בּולי און אן אימפולסיווע פארשוין ווייל ער האט קיינמאל נישט געברויכט זיך איינהאלטן און ליידן א דורכפאל אזוי צו זאגן. וואס אויב איך וועל אבער טענה'ן מיט אייך אז באמת איז סיי וואספארא מיטל א מענטש נוצט צו געווינען א פייט עפעס מיט וואס דער מענטש ווערט געבוירן דערמיט און איז נישט תלוי אדער אדאנק זיין אייגענע ערווארבונג. עכ"פ, דער חלק פון דער מיטל וואס איז גורם ער זאל געווינען א פייט מיט א צווייטן, דאס איז נאכנישט איבערגעוויזן צו באזיצן דעם מענטש צוליב סיי וואספארא אייגענע אנשטרענגוגען. למשל: אויב איז עמיצער א געזונטע דריי קאפ, אדער חנפן, בחנ'טער אדער אינספירירער און נוצט דיע מיטלען צו געווינען פייטס דאן פארוואס זאל זיך נישט לאזן לייכט אננעמען אז דאס וואס גיבט אים עווענטועל דעם אויבערהאנט, די עקט דעט טיפּס די באלאנס ווי מ'זאגט, איז כולו נאטורליך, און עפעס מיט וואס ער איז געבוירן. און די אלע אייגענשאפטן קענען פונקט אזוי זיין קוואליטיס, פונקט ווי גבורה פיזית, וואס טוען דעם מענטש נאר צוריקהאלטן פון ארבעטן אויף זיך ווייל דער בעלן קען שטענדיג לייכטערהייט נוצן זיי צו געווינען אפפאנענטס.

למאי נפקא מינא? פארוואס איז דאס נוגע? ווייל די זעלבע איז אפפליקעבל אויף א סאסייעטל לעוועל. מיר רעדן זיך איין אז מיר לעבן אין א פארגעשריטענע און פראגרעסיווע וועלט אוואו געזעצן זענען געשטעלט אויף יוסטיץ און ווירדן, ווי איז אבער אויב דער חכמה - אדער בעסער געזאגט, דער חלק פון חכמה - וואס מען נוצט צו אררייוון עט אזוי גערופענע ישרות'דיגע געזעצן און עטיקס, לאמיר דעם חכמה רופן ריזענינג, איז אויך עפעס מיט וואס א מענטש ווערט געבוירן, פונקט ווי גבורה פיזית, און עמיצער וואס קען געלונגענערהייט זי נוצן צו איבערצייגן זיין אפפאנענט אדער שטיצער אין זיין גערעכטיגקייט, אדער אין דאס אז ער ברויך זיין דער וואס זאל געווינען א גיווען דיסאגרימענט אדער געפעכט, נאר דער איז דער געווינער; און נישט ווייל עס ליגט אין זיין עפפראוטש עפעס א העכערער אבסעלוט וועליו אדער אמת? אביסל ענליך צו דער סעיאינג וואס לויטעט: אזוי לאנג ווי די לייבן האבן נישט זייערע אייגענע היסטאריענס, וועט די היסטאריע פון די האָנט שטענדיג גלאריפיצירן די האָנטער.

וועט איר נאכאלס פרעגן, איך זעה נישט צו וואו דו ציהלסט? און אייגענטליך בין איך נאכנישט איבערצייגט אין די ווארהייט פון דיינע ווערטער. איז אזוי, לאמיר אוועקשטעלן אפאר הנחות אויף וואס אלע קענען מודה זיין מיט מיר: צי מיר לעבן צווישן א שבט אין די אמאזאן צי מיר לעבן אין א פארגעשריטענע פראגרעסיווע קאנטרי ווי אין די נעדערלענדס, שוועדן אדער דענמארק, וועלן אלע מודה זיין אז עט די ענד אף די טשעין, נאך די געזעץ ביכער, די לעגיסלעיטערס, די מיניסטארן און די קאורטס, וועיר איט קאמס דאון טו, וואס דעסיידט ווער דער גובר איז, איז א גרויסע ברייט בייניגער פאליציאנט מיט א פּעיר אף הענדקאפס און יארן טרעינינג ווי אזוי צו נוצן א ביקס. און אויב איז עס אנטקעגן דעם אווטסיידער, דער פיינטליכע מדינה, איז עס דאון צו א מאסע פלייש פון סאלדאטן מיט מונדירן און געווערן. איטס אלל פיזיקעל עט די אימפלעמינטעישן ענד. און אויב איז דארטן איז עס אנגעוואנדן און תלוי אין איינפאכע רויע מוסקל, דאן קענסטו האבן וויפיל געזעץ ביכער און פראפעסארן מיט אויסגעקראכענע קעפ און קמץ בערדלעך דו ווילסט, אויף די אנדערע ענד, ביים אפיס טישל: עס איז די רויע מוסקלען דעט רילי קאונטס.

די נקודה ביאינג: צוויי מיליטערן וואס קעמפן זיך אויס איינער דאס אנדערן איז נאכאלס די זעלבע גוד אלד דועל נאר אנשטאט די עכטע בעלי פלוגתא זאלן זיך אויסקעמפן דירעקט, טוט מען עס דורך א פראקסי, דורך א באנטש אף אינגע אומשולדיגע מענטשן, אונזערע זוהן אין טעכטער אויף די פראנטן וואס האבן קיינמאל גארנישט פערזענליך געטראגן אנטקעגן דעם אוקראיינער אדער טשייניזער חוץ פון דאס אז די אלע טובות הנאה וואס דו האסט געקריגן פון אונזער לאנד ביז היינט (אויב בכלל) זענען דיך געגעבן געווארן מיט די אימפליסיט עקספעקטעישן אז ווען די טיים וועט קומען און בּיידען וועט האבן א דיסאגרימענט מיט טשי דזשינפינג זאלסטו זיין אויף בּיידענ'ס זייט. און די זעלבע ווען דער פאליציאנט קומט קלאפן אויפ'ן טיהר מיט א סובפינע, איז עס גארנישט מער ווי אן איינפאכע געפעכט צווישן דיר מיט דער מאן וואס ברענגט דער קלאגע אנטקעגן דיר (טעקס, יוטילעטי בילל צו פעמילי מעטטער) נאר אנשטאט יענער זאל האבן די גאטס דיך צו פעיסן אין אן אַרינע מיט א מעסער אין די האנט באהאלט ער זיך אונטער גראבע ביכער מיט פענצי, הויעך באשפריצטע שריפט און קאמפליצירטע אבן העזר סעיפים, און ביהיינד א גראבער פאליציאנט וואס איז לאקי גענוג געווען צו האבן געספענט זיינע אינגע יארן שיסענדיג אין א שוטינג רעינזש אין זיין בעק יארד אין דרום, און איז פיזיש שטארק גענוג זיך צו קענען ערלויבן דיך צו זאגן אין פנים אז ער טראסט דעם לעגיסלאטור בלינדערהייט, אז דאס וואס ער טוהט איז מאראליש (אהן דארפן, און אינדיד קענען, דזשוסטיפייען הימסעלף פארוואס ער איז אויף דער 'גוטער' זייט) און אויב דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו זיך גיין אונטערווישן ווייל דיין אי-הסכמה מאכט נישט קיין חילוק במילא; ער איז דער מאן מיט די גאָן און נישט דו. און איך זאג 'גאָטס' ווייל גארנישט איז דרייסטער און מער היומען פון ארויסשטעלן און פעיסן א קענגער פערסאנאלי, אהנע שליחים אדער פאפירענע מגילות. וואספארא טאקטיק צו נוצן, די הענט אדער די מויל איז שוין אן אנדערע פראגע אבער די יסוד איז נאכאלס אמת. פוט דיפערענטלי: אויב די פיזישע כח איז דאס וואס גיבט די גאנצע פאווער צו די אינטעלעקטואלע כח און איז מכריח ציות צום געזעץ דאן מוז איך מעגן נוצן מיין אייגענע פיזישע כח צו אפמאכן אליינס די געזעץ? (אוודאי קען איך נישט אויב איז דא א פאליציי מאכט קעגן מיר און רוב ציבור איז נישט מסכים אבער באמת וואלטן אלע פאליציאנטן און יעדער מיטגליד פון ציבור געברויכט זיך מאכן דעם זעלבן חשבון.)

מענטשן האבן די פאלשע השערה אז פיזיש שטארקע מענטשן זענען אויטאמאטיש אזעלכע וואס קענען זיך נישט איינהאלטן אדער נוצן זייערע גבורה אין אלע און אומריכטיגע אומשטענדן. דאס איז אבער לאו דוקא אמת. בכלל גייען מענטשן אוועק מיט א ביטערע טעם אין מויל פון א ספעקטאקל ווי א שטארקער איז איבערגעקומען א שוואכן; ווי כאילו דאס אז ער איז שטארק ברויך מיינען אז ער איז נישט גערעכט געווען אין ערשטן פלאץ אדער מוז נאכגיבן פאר דעם אנדערן, ווייל יענער איז א שוואכער. די זעלבע מענטשן נוצן נישט דער טענה פאר א דעבאטע צווישן א קלוגער מיט א נאר, צווישן א כאריזמאטישער מיט א יחצאל. וואס אויב גבורה אליינס קען קיינמאל נישט דיעלן עמיצן א געווינס פונקט ווי חכמה אליינס קען דאס אויך נישט פארזיכערן?

וועט איינער צוריק'טענה'ן, יא אבער איינס, מיר קומען שוין פון דארטן און קלערלי, האט עס נישט געארבעט; אדערווייז וואלט מען נישט געהאט דעם היינטיגן סיסטעם אין פלאץ. ועוד, איך, וועט יענער ווייטער טענה'ן, בין א שוואכער און במילא לוינט זיך מיר דעם דיעל. נאכמער: ווען מיר גלייבן ווען טאקע אז דער וואס געווינט דער דועל איז צוליב וואס גאט זעלבסט האט זיך אריינגעמישט אין דעם געשעפט און דעסיידעט א געווינער, האסטו נאך א טענה, אבער אויב זענען ביידע אופנים, צי פיזישע שטארקייט צי אינטעלעקטועל שטארקייט, סייווי דזשאסט א מעטטער אף טשאנס, אין וועלכע בּאדי אין בּרעין, איי העפפען טו בּי בּאָרן אין, וועל איך שוין גיכער סטיקן מיט די היינטיגע מעטאד. איטס דזשאסט מאָר פריטי און לעסס בלאָדי.

וועל איך אייך אויפווייזן אז דאס איז אן איינרעדעניש. אין די אלטע צייטן (אין די גאר אלטע צייטן – צייטן וואס זענען טעארעטיקלי מוכרח צו האבן עקזעסטירט) ווען דער לאקאלע באראן האט געהאט דיסאגרימענט מיט דער באראן פון דער דערנעבענדיגער גיט, איז ער אראפ בכבודו ובעצמו זיך אויסשלאגן מיט יענעם. נישט אז ער האט נישט פרובירט צו שיקן א שליח, נאר וועלכע שליח איז גענוג סטופיד געווען צו גיין זיך לאזן הרג'ענען פאר אים, אפגעזען וויפיל געלט ער וועט קריגן דערפאר? וואס איז ווערד געלט אהנע לעבן? איז אבער געקומען א פוינט ווען דער באראן, כאטש ער איז געבוירן געווארן פיזיש גאר שטארק, האט אנגעהויבן פארנאכלעסיגן זיין העלטה, האט געטרונקען ווי א קעמל, געשטופט ווי א תרנגול און געהויליעט ווי אין דער טאנץ פון דעם בער, בשעת ווען דער באראן אין שכינות, זיין בר פלוגתא, כאטש ער איז א שוואכער געווען, האט געפירט א לעבן פון דיסציפלין און רוטין. שווערע ארבעטן פון צופריה ביז ביינאכט, נאכאנאנדע פיזישע און גייסטישע טרעינינג, א לעבן פון צדקה וחסד, אלס וואס ער האט געטוהן האט ער געטוהן מתוך א פערזענליכע מאראל קאמפאס, לפנים משורת הדין, אזוי ווען עס איז געקומען דער טאג פון דער דועל איז קלאר געווען אז פיזישע שטארקייט איז אסאך מער קאמפליצירט ווי בלויז א פיזישע סלאַבּ פון פלייש און אן אויסוואהלן פון די בעסטע כלי זין. ווען ער איז אריין אין דעם אַרינע, האט ער פשוט ארונטערגעהאקט זיין אָפפאנענט מיט איין קנאק ווייל יענער איז נאך העיזי און האָנג אָווער געווען פון קוואנטומען אלקאהאל וואס ער האט אראפגעשווינקען קוים א וואך צוריק.

המשך יבוא

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 8:43 am
דורך טאמבל סאס
אבער דער אמת איז עס שטעלט זיך נישט אפ דא, עס איז טיפער: ווען איינער דער'הרג'עט א צווייטן אין אן אַרינע מחמת וואס ער איז שטארקער פון יענעם מוז מען נישט דוקא זאגן אז גאט איז אויף זיין זייט, כדי צו גיבן גערעכט פאר דער וועי אף גאואינג עבּאוט קאנפליקט רעזעלושען. עס איז גענוג צו זאגן אז היות קיינער מישט זיך נישט אריין און מאכט נישט דעם דעסיזשן אָן ביהעלף אויף א צווייטן, אנשטאט לאזענדיג עס צו נעיטשור אדער טשאנס (ווען עס איז נישט קלאר ווער פון זיי ס'איז שטארקער) צוליב דאס אליינס איז דאס דער ריינסטער פארעם פון שליכטן א מחלוקת. ווער וויל דען נעמען די אחריות פון דן זיין דיני נפשות און זיך אננענעמען פאר דעם אומגערעכטן? איי, וואס אויב דער שטארקער איז באמת א ממזר און א רשע, דאן איז די טענה איינס, אז דער אנדערער וואלט געדארפט פון אזא עמיצן שטיין ווייט און נישט מעיז זיין צו פּיקן א פייט מיט אים. (נאוט: דא מאכן מיר א שב ואל תעשה'דיגע טשויס ענדישער ווי א קום ועשה, ווי עס וואס וואלט געווען די קעיס אויב מיר מישן זיך יא אריין און מיר זענען יא דן אויף זיין ביהעלף). איי, דער ממזר וועט רייזן צו די טאפ און אלעמען אוועקלייגן, א בחינה פון סאושעל דארוויניזים? דאס איז נישט אמת, ווייל עווענטועל וועט ער זיך שלאגן מיט עמיצער וואס איז אזוי שטארק אדער שטארקער פון אים (כי כך דרכם של אנשי ריב) און דעמאלס וועט ער באקומען זיין אזוי פארדינטע שטראף. (עס איז נישט ווי כאילו מיר האבן נאכנישט אזא סיסטעם גאואינג אָלרעדי, נאר היינט איז ווארשיינליך דער ממזר די העֶד פון די פליציי אדער די גענעראל אין די ארמיי?! עוד יותר מזה, עמיצער וואס איז סייווי פיזיש שטארק האט אויך די פרידאם צו דעסיידן במילא וואס איז די [גערעכטע] געזעץ און איר אויף דעם נוסח אריין-עטשן אין דעם געזעץ בוך ווייל סייווי, אויב וועסטו נישט מסכים זיין וועט ער דיך דערלאנגען צוויי פרעסק און ענד אף דיסקאשן.)

אבער א קלער אריין טיפער דעקט אויף אז איינמאל מיר קומען צום איינזעהעניש אז די ריזענינג וואס איז מחליט וואס איז מאראל און וואס נישט איז פונקט אזא קליינער מחותן ווי דער פויסט איז דאך נישטא ווער עס זאל ברענדן דעם גבר אלים אלס א ממזר און רשע וואס ברויך אמאל פארלירן דעם פייט? נעם דעם ממזר און שטעל אים אין דער ארינע מיט דעם גרעסטן חכם און מאראל פיליזאף פון דעם דור און זאל דער דועל באשטעטיגן וואס איז אייגענטליך דער בעסטער מכריח, דער בעסטער בענטשמארק?! אגב, די לעצטע מאל איך האב באטראכט דעם פיליזאף פון די פענצטער, ווי אבימלך שראה יצחק מצחק, האב איך געזעהן דעם פיליזאף אהנע בגדים, מען! איז ער געווען האָנג, א סיקס פּעק איז אן אָנדער סטעיטמענט! איך בין נישט מקנא דער וואס קומט קאלעקטן זיין רענט, איך זאג דיר דאס!

אבער מיר קענען דאס נעמען נאך א דרגה: ווען גאט אדער נאטור באשאפט א שטארקן, איז פשט ער גיבט אים א טול צו קענען געווינען א פייט. וואספארא נאך אנדערע מענטשליכע פונקציע קען קלעימען דין קדימה צו פארלאנגען באשאנקען צו ווערן מיט א געזונטער פארציע פון א פּאָר לאַפּעס, דען פון צו האבן די מעגליכקייט מיט זיי צו געווינען א גוד אלד פייט? באטראכט סיי וועלכע פיהר יעריג קינד מיט א סעט פון פויסטן און זעה אויף וואס ער נוצט זיינע פויסטן צום מערסטן? ער נוצט זיי אויף צו געווינען א געשלעג, נישט אויף צו רעדן מיט די הענט. נאטינג ראנג וויט יוזינג דעםם. יעצט, גאט זאגט: איך גיב דיר א טול צו געווינען דיין אפפאנענט און מיר האבן די חוצפה צו קומען זאגן, ניין, ניין, דו קענסט זיי נישט נוצן, נאר אויב עס איז אין סעלף דעפענס, נאר נאכ'ן דורכלייענען דעם גראבן געזעץ בוך און נאר אויב דו קריגסט פרעמישען פון די קאנגרעס און די סענאט צעזאמען און דו האסט אויך א קליען רעקארד צוריק אלל די וועי פון קינדערגארטן, ביסט באצירט מיט א טשעסט פון מעדאלן, געהערסט צו אונזער פארטיי און דו פארמאגסט אוודאי לייסענס צו קעריען א גאן. איי מיען, עס איז נישט ווי כאילו גאט זיצט זיך אזוי און זאגט: "דיך מאיר'קע וועל איך געבן צוויי הערפאשענע הענט אבער זעה איר נישט צו נוצן ווייל דאס איז נאר פאַר מראית עין, דאס קען בשו"א נישט אויספירן ריכטיגע יוסטיץ אבער דיך אברהמ'טשעל וועל איך געבן א געשליפענע צינגל און א לויער'ס קו המשקל פאר די אמת אבער א הויקער פון דאנעט ביז ארויף און צוויי לינקע הענט אז דו וועסט נישט קענען דיין אייגענע בעק-גארדענ'ס גראז שניידן? אבער דאנט ווארי, קיינמאל וועסטו זיך נישט דארפן זארגן אז דו וועסט ברויך פעיסן מאיר'קע ווייל דו וועסט מיט דיין צינג איבערצייגן און מאכן אזוינע רולס וואס זאגן אז אויב הייבט מען די הענט אהן טאקע דיין רשות קודם און אהן דריי יוניווערסיטי דעגריס און אהן דעליבערעיטן קודם פאר א משך פינף יאהר, אן ערך פון פופציג הירינגס מיט א סכום פון עטליכע מיליאן דאלאר, געביגלטע אין דיין קאנטע, וועט מען גיין אין טורמע און קריגן א קרימינעל רעקארד און מען וועט געשטעמפלט ווערן לעולם ועד אלס אן אימפולסיוו בעל עבירה און ווייעלענט קרימינעל."

דער אמת איז פארקערט: אברהמטשעל ברויך צוקומען צו מאירקע נישט מאירקע צו אברהמטשעל. נאר מאירקע ווי ער איז, שטעלט דאך נישט אהער א ציוויליזירטן פנים, ער איז נישט פּאָלישד גענוג, ער אינטימידעיטס, ער איז ראָף, אלזא טוהט מען אים אהן מיט א מונדור, מען גיבט אים א פענדל אין די האנט, מיט רויטע לעלוס און בליצערס, און ווען ער איז נישט פארנומען צאמשלאגן אנדערע פאר אברהמטשעל'ס בענעפיט, שטאָפּט מען אים מיט קאטשקעס און געבראטענע הינער תרתי משמע אזוי אז ווילאנג זיינע פויסטן דינען אים, זאל ער קענען גיין אויספירן אברהמטשעל'ס קאמפליצירטע און רעמבלירנדע געזעצן, וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס און קענען נאר חל זיין אדר ג' אין דריטן טאג ר"ח, אהן פרעגן קשיות. אזוי ער זאל גערן און נאַאיוולי ריסקן זיין אייגן קערפער פאר אברהמטשעל. פארשטייט זיך, אין די פריוואטע געפעכטן וואס מאירקע פאלט כסדר אריין מיט זיינע נאנטע פארמאכט אברהמטשעל א אויג און מישט זיך ווייניג אין איהר, אויס מורא אז מאירקע זאל נישט נעמען די זייט פון סיי וועלכע פון די שונאים אברהמטשעל נוצט אים שטענדיג זיך אפצוגעבן מיט.

און כלפי די טענה אז די היינטיגע וועג פון רעזאלוון דיספיוטן איז טיידיער, ווייניגער מעססי, וועל איך אויך טענה'ן אז דאס איז א דעלוזשען. אויב וואלט מען געלאזט בּיידען אריין גיין אין אן ארינע זיך אויסשלאגן מיט דזשינפינג אין א מעסער שטעך וואלט דאס פארמיטן טויזנטער, מיליאנער גופים אויף די שלאכט פעלדער, יתומים ויתומות אינדערהיים, עלטערן וואס קלאגן אויף פרי-צייטיגע פארשניטענע קינדער און גאנצעטע צעשטערטע בנינים, גאסן, בריקן און שטעט וואס זענען ווערט ביליאנען דאלארן און יארן הארוואניע פון פיזישע מיה און פלאג דורך פארשווארצטע אימיגראנטן וואס מיטשען זיך צו לייגן ברויט אויפ'ן טיש. אוודאי אזעלכע דועלס וואלטן געברויכט פאסירט אסאך מער אפט, און צווישן פיהל מער מענטשן ווי בלויז טשי און ביידען: צווישן פוטין און זעלינסקי, צווישן דזשונקער און ניידזשעל פאראזש, צווישן ביבי און ריזי, צווישן ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב און פרענקלי צווישן אלע וואס זיצן אין די הויכע און שיין דעקארירטע ביוראען און זענען ביזי פּושן פּענעס און טיקן באקסעס טאג און נאכט; דיע וואס וועלן ענדישער פיטערן זיך אויף די טעקסעס פון האַרד ווארקינג סיטיזענס ווי איידער שלעפן א שאכטל פון דאנעט ביז אהין. דו וואס וועלן לעבן פון מגבית'ן, דינערס און שטיבלעך-צדקה-גיין, און חתונה מאכן דערפון א טוץ מיט קינדער, אבער וועלן נישט קויפן א פּאר זאקן אין א טשאריטי געשעפט ווייל, "פעך, איך בין נישט קיין שנארער."

אנשטאט נעמען די טירחא זעלבסט צו פעיסן דעם אפפאנענט, זיצן טויזנטער פאליטישענס און שטופן אפ דעם דועל פון יאהר צו יאהר, דעקעיד צו דעקעיד -- אזוי ארום פארגרעסערענדיג די סקעיל פון די קריג און קענסעקווענשאל דעמעדזש ווען עס קומט דער גורל'דיגע מאמענט ווען מען קען זי שוין מער נישט פארמיידן -- און קומען אויף מיט כל מיני געזעצן און אזוי גערופענע שיין-קלונגענדיגע ווערטער ווי 'ענגעידזשמענטס', 'קאמפראמיסן', 'נעגאשיעישנס' און 'דיפלאמאטיע', צו פארברענגען און פאטשקען צייט, כל מיני תחבולות, אלצדינג צו רעפלעיסן די מכובדים וואס זאלן זיך שלאגן אין די ארינע, אין דעם דועל, אז אנשטאט דאס זאלן זיין זיי זעלבסט, זאלן עס זיין אזעלכע פשוטע מענטשן ווי איך און דו, דער שוסטער און דער שניידער, מענטשן וואס האבן קיינמאל מיט גארנישט קיינעם געטשעפעט און אויף קיינעם'ס קאנטע נישט געלעבט אויסער זייער אייגענעם.

אַמער, איך פשוטע מענטש, כאטש ס'קען טאקע זיין אז כ'האב אזעלכע גוטע פויסטן ווי מאירקע, ארבעט איך אבער אויף מיינע מדות און איך קום קיינמאל נישט אהן צו א מצב אוואו איך ווער אזוי אין כעס מיט עמיצן אז די איינציגסטע וועג פון איר שליכטן איז אריינגיין אין א סטאדיום און יענעם צושטעכן אויף טויט; יא, איך וועל פירן א ברוגז, איך וועל דוקא נישט ענגעידזשן מיט מיין בעל דין, אפשר איגנארירן גענצליך אדער בא'שגצ'ן יעדע מאל איך זעה אים, זאגן מיינע קינדער זאלן אים פיינט האבן לדורי דורות און נישט טוהן ביזנעס מיט אים אפי' פאר אזוי גערופענע פראגמאטישע חשבונות, אבער איך וועל אים לאזן אטעמען און כ'וועל שערן דאס לעצטע ביסן פון מויל אויב קומט עס דערצו, ווייל אויב קומט עס אז מיין אייגענע לעבן איז אויף דער וואגשאהל וועל איך נישט לאזן אזוינע שטותים ווי נאציאנאליטעט, אידעלאגיע און רעליגיע זאלן פארנעמען א וויכטיגערן ארט ווי לעבן זעלבסט. איך וועל נישט לאזן אזוינע אויסגעטראכטע מושגים זאלן מיך טוירנען אין צו א חיה בדמות אדם, בלי צורך צו קאמפליצירטע פיליזאפיעס – בלויז מענטשליכע געפיהלן. פונדעסטוועגן וועל איך נישט ארומגיין פרעטענדן פאר יארן, מיט א שמייכל משפה ולחוץ, אז אלעס איז פיין און וואויל און מיטאמאל איין שיינעם טאג עקספלאדירן אין רציחה אזש יענעמ'ס גאנצע פאמיליע אויסצו'שחט'ן. איך בין טאקע נישט קיין דיפלאמאט אבער איך בין אויך נישט קיין אפשטופער און סעלף דעסיווער. אויך פּעסס איך נישט אָן די פייטס וואס געהערן צו מיר, און אויף וועלכע איר בין פארפלוכטעט זיי זעלבסט צו שליכטן, אריבער אויף אנדערע מענטשן, זיי זאלן ווי כאילו די ארבעט טוהן פאר מיינעטוועגן – דאס איז עקספלויטעישן. אויב איר פיהרער פיהלט אז איר מוזט זעהן בלוט איבער אייערע אזוי וויכטיגע געפעכטן, דאן בכבוד, ביטע שיסט אייך אויס אליינס און לאזט מיך און מיינע זוהן ארויס פון דעם עסק.

אדרבה, איך טענה אז מיט די אמאליגע סיסטעם פון דועלס וואלטן געווען אסאך ווינציגער מלחמה אויף די וועלט ווייל קריגן ברעכן אויס אדאנק די סארט קריגערישע און אגרעסיווע מענטשן וואס מוזן יעדעס דין ודברים שליכטן מיט א מעסער-שטעך. זיי זענען דיע וואס ברענגען דאס אהן אויף די איבעריגע פון די מענטשהייט. צוליב זייערע אייגענע חיה'שקייטן און זעלבסט זיכטיגע סעלפישנעס; איז בימים ההם, יעדעס מאל די סארט מענטשן האבן זיך צעריבן האט מען זיי געלאזט ארויסגיין אין חצר מיט פּיסטאלן אין די הענט און מען האט מתפלל געווען זיי זאלן זיך גענוג שטארק פארוואונדען איינער דאס אנדערס אזוי צו לאזן אלעמען צורוה פאר די איבעריגע פון זייערע לעבנס. קומען די הערשאפטן יעצט און אסר'ן דועלס, פארוואס? כדי אז די אגרעסיווע מלחמה-הונגעריגע מענטשן זאלן קענען אריינשלעפן אלעמען אין זייערע וואָלעטייל סקירמישעס? אין זייערע צעלאזטע קאפריזן?

עס איז נישט עפעס אנדערש ווי דאס אז ציוויליזאציע מיט אלע אירע א.ג. געזעצן און הסכמות זענען דעזיינד געווארן דורך א באנטש מיט שוואכינטשקוועס וואס האבן נישט די ביצים זיך אויסצושלאגן אין א סטאדיום אדער זיך פארמעסטן מיט די ברייט ביינערדיגע "קרימינאלן" וואס זיצן אצינד ביהיינד בַּאַרס פאר א.ג. "פארברעכנס" מה שהראשונים בדו מלבם. ווער איז דער שופט כל הארץ צו זאגן אז די כעס מיט וואס א "קרימינאל" צעלאזט זיך אין א רגע של חרון, און דערשטעכט א בר פלוגתא איז ווייניגער גאט ווי די טיף דענקענדע דעליבערעישנס פון א פולע דזשורי דורכאויס לאנגע מאנאטן איבער טיי און קאווע דן צו זיין א מענטשן אויף די אינדזשעקשאן בעטל אדער לעבנסלענגליכע תפיסה? איי דו "פארשטייסט" נישט די צדק אין די ערשטע פאל? דאס איז ווייל דו קומסט מיט די פּרי-קאנספעשאן אז ריזען איז די בעסטע אויסגעשטאטעט צו דערגרייכן יוסטיץ. דהיינו, דיין שכל, דיין ריזען 'פארשטייט' בעסער די וואליו פון די דזשורי ווי די וואליו פון די פלוצימ'דיגע כעס-אויסברויך פון דעם קרימינאל. גאט האב אבער נישט מסכים געווען מיט דיר, ווען יא וואלט ער נישט געלאזט גבורה פיזית זיך נישט דערשרעקן זיך פאר שכל, פאר ריזען?!

אדרבה, גאט איז אסאך מער לייקליער צו אנטפלעקן זיך אין א מאמענט פון חרון-אף, אין אַן אינדיווידועל'ס ספאנטעניעס בוירסט פון אומבאוואוסטזיניגע גבורה און דין -- אין א מענטש וואס איז איינס מיט'ן נאטור; א מידת אלקים וואס שטאמט מתוך רוגזא דקדושה און נאך א ריכטיגע הכנה און איינגעהאלטענקייט, נאך א לעבן פון זהירות און קשר צו געטליכקייט בהקדם, לידינג אפ טו דעט פוינט -- ווי אין דער אומנאטירליכער, פון נאטור-אבגעהאקטע, קאנטשעס התחכמות און אָווערטינקינג פון א רבים, וואס שטאמט פון ראצינאליזאציעס און איבערגעקלוגטע חשבונות, מאראל רעלעטיוויסטישע הצטדקויות און באקוועמטע פאטעל-פילאָיסיפי. אן אויסגעזויגענע און טעארעטישע בוך-עטיקס דעט נעווער האָלדס אָפ צו די ריעלע מציאותער אין לעבן און פאקטן אויף די גראונד.

יותר מזה, א דועל איז א מלחמה, נאר אנשטאט צווישן צוויי לענדער איז עס צווישן צוויי אינדיווידועלן. אבער א דועל, פונקט ווי א מלחמה, מאכט מען ווען מען איז אויסגעלאפן פון אלע אפציעס. אנדערש ווי א דועל אבער אוואו די מענטשן וואס שלאגן זיך אויס האבן ביז דאן די אפפערטוניטי זעלבסט אויסצוהאמערן און צו נעגאשיעיטן א קאמפראמיס, קריגן אבער מיר פשוטע מענטשן, קיינמאל נישט דעם שאנס צו עוסק זיין אין די נעגאשיעישנס, און אין די אַטטעמפּס צו פארמיידן א מלחמה, אין די יארן איידער די מלחמה ברעכט אויס. אנשטאט, זענען די מענטשן וואס זענען זעלבסט די גורם פון די דיפערענצן -- אדער לכה"פ דיע וואס האבן די מעגליכקייטן געהאט צו פארמיידן די מחלוקת זאל זיך דערקייקלען צו דער בּוילינג פוינט צו וואו עס האט אצינד דערגרייכט -- בדרך כלל נישט אינוואלווד אין די מלחמה זעלבסט און ליידן כמעט נישט די קאנסעקוועצן פון א מלחמה. יא, זיי פארלירן אפשר זייער פאסטן, זייער כבוד, געלט און מנוחה אבער נישט זייערע אייגענע לעבנס און די לעבנס פון זייערע נאנטע. און אפילו אויב אסאך פון זיי שיקן יא די אייגענע קינדער אין מיליטער איז עס אבער נאר כדי צו האבן א שיינעם פנים, צו הייסן א פאטריאט, און נישט ווייל זיי ברויכן באמת פארטיידיגן זייערע לעבנס ממש.

אויב וואלט מען קיין ארמיי נישט געהאט (מחמת די אויבן דערמאנטע חשבון הנפש), אמת אנדערע וואלט אונז לייכט געקענט אינוואדירן אבער פארגעס נישט, זיי וואלטן דאך אויך נישט געהאט קיין ארמיי פאר די זעלבע סיבות, און אפילו אויב יא, וואלט כאטש די גורל פון אונזערע לעבנס געווען אין אונזערע אייגענע הענט, וואלט תלוי געווען נישט בלויז רק אין די פיזישע שטארקייט פון יעדן יחיד, באותו שעה ווען ער טרעפט זיך פנים אל פנים מיט'ן שונא, נאר וואלט אויך תלוי געווען נאָר אין די אייגענע כלים און קוואליטיס וואס מיר האבן צו אפפערן אלס יחידים און טאָוואַרדס וועלכע מיר האבן געארבעט במשך פון אונזערע לעבנס. דהיינו, א שיסטער, א פלאמבער, א טישלער. די פראדוקט וואס מיר ערצייגן ביגיע כפינו. מיר וואלטן נישט געדארפט קאלעקטיוולי טראגן אחריות פאר די אומ-אחריותדיגע וואָר-מאנגערינג פון די קעניגן און פּאַלעטישענס אָן טאָפ. אויב ביסטו א פאליטישען? א ביזנעס סטראטעגיסט? א פראיעקט מענעדזשער? אן עסקן? ביסטו נאכאלס ווערטפול מצד עצמך צו סוירווייון אן אינוואזיע פון דעם שונא? מעיבּי? ס'איז נישט אויסגעשלאסן. קען זיין ביסט נאכאלס עסענשועל, אבער פליז נישט אויף מיין רוקן. טרעף דיך דיין אייגענע סוירס אף אינקאם און סטופיד מאירקע מיט וועמען צו באשטראפן דיינע שונאים!

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 3:56 pm
דורך דערהויבענע איד
וואי!

זייער שטארק.

Re: דועלס - פארוואס מען דארף איר צוריק איינפירן

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 4:48 pm
דורך קל וחומר
אויב רוב לאנד האט געשטימט פאר ביידן איז פשט אז זיי נעמען אן זיינע מיינונגען בנוגע אויסערן פאליטיק.
און אפילו אזוי מוז עס דורכגיין די סענאט און הויז און ער איז זיך מייעץ מיט די קלוגסטע.

די אנגענומענע מיינונג איז אז רוב איז מחליט.
טאמער קענסטע קומען מיט שטארקע ארגומענטן וואס וועט טוישן דעם מיינונג פון רוב וועסטו קענען אומדירעקט טוישן די אויסערן פאליטיק.
דער לאנד פירער איז סך הכל א שליח הציבור צו דעקן דעם לאנד סטאביליטעט.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 1:02 am
דורך שמעקעדיג
פשיהא, יעצט אדורכגעליינט די טיפזיניגע ווערטער, באשפרענקלט מיט הויכע ענגלישע וואקאבולארן וואס האט מיר מיינע ציין צעטאמבלט, און איך מוז דיר קאמפלימענטירן אויף דיין שפראך, און כח ההסברה ארויסצוברענגען דיין נקודה.

איך האב נישט די געדולד צו שרייבן אזוי לאנג ווי דו, אבער לדעתי מישטו דא צוזאם טוב ורע. פון געזונטע יוסטיץ ביז אומגעזונטע, פון נארמאלע גערעכטע מלחמות (צב"ש זיך אננעמען פאר אומשולדיגע לענדער ווי איראק אקעגן קואוועיט) ביז אומגערעכטע (ווי פוטין אין אוקראינע).

אין די אמאליגע, אמאליגע גלאררייכע יארן, פון וועלכע דו רעדסט מיט גרויס נאסטאלגיע, האבן שוין חז"ל געזאגט הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו. איי וויפיל רציחות און פאגראמען זענען געווען במשך הדורות ווען עס האט נישט געהערשט קיין מוראה של מלכות. א הפקר וועלט! ווען נישט מיר האבן א פאליציי קראפט און א יוסטיץ סיסטעם, וואלטן מיר געציטערט יעדע נאכט ארויסצוגיין אין גאס, און אפשר אפילו בייטאג אויכעט.

דיין פארגלייך פון גבורה צו אנדערע חכמות - הגם עס איז נישט אזוי אומדערהערט (כגון בירמי' ט: כה אמר ה', אל יתהלל חכם בחכמתו ואל יתהלל הגבור בגבורתו אל יתהלל עשיר בעשרו וגו') - איז נישט אזוי פשוט, ווייל פון חכמה און עשירות ציטערט מען נישט, אפילו אויב זיי טוען אומגערעכטע אקטן מיט זייער כח. לויט דיינע שיינע פאנטאזיעס, קוקט אויס ווי מענטשן, אפילו די שטארקע, וואלטן קיינמאל נישט געטשעפעט קיין צווייטן וואס איז אומשולדיג, ווילאנג דו האלטסט זיך ווייט פון טראבל... אילוזיעס, ביג טיים! מענטשן זענע סעלפיש און פארפוילט... אויב איך ארבעט שווער און איך פארדין אפאר טאלער צו קענען שפייזן מיין משפחה און דער גבור האט נישט קיין דזשאב און מוטשעט זיך אויף ברויט, האלטסטו נישט אז ער וואלט מיר איבערגעפאלן אין גאס און צוגענומען מיינע שווער אויסגעהארעוועטע דאלער, בעת איך קען גארנישט טון דערקעגן? ווי אזי קוקסטו אן די אמאליגע וואלד רויבער וואס האבן גע'הרג'עט אומשולדיגע דורכגייער, פשוט'ע סוחרים וואס האבן געוואלט גיין האנדלען אדער אהיימגיין? און וואס טוט זיך מיט די ים רויבער, וואס האבן געכאפט אומשולדיגע רייזענדע אויפן וועג און זיי פארקויפט פאר קנעכט פאר די רעשטע פון זייער לעבן ואין פוצה פה? און נאך אן א שיעור משלים וואס מען קען געבן ווי אזוי די דאזיגע מיט כח און גבורה האבן זיך - א דאנק זייער פארדארבענע נפש - זיך משתלט געווען אויף אנדערע שוואכערע...

דער יוסטיץ פראבלעם פון וואס דו רעדסט פאסירט טאקע ווען די רשעים טוען זייער רשעות אונטער'ן שלייער פון גערעכטיגקייט, ווי איך ברענג כסדר ארויס אין מיין יוסטיץ אשכול (און איך האב שוין לאנג נישט אפדעיטעד, כאטש עס איז דא אסאך צו אפדעיטן) און ווי מענדל אונגער האט שיין ארויסגעברענגט אויף קול מבשר די לעצטע צוויי וואכן.
https://www.yiddish24.com/analysis/176/83074
https://www.yiddish24.com/analysis/176/83573

אין אנדערע ווערטער, יוסטיץ מיסודו איז א גוטע און וויכטיגע זאך, ווילאנג עס ווערט געפירט בצדק וביושר. איינמאל עס ווערט קארופטירט, זאל דער באשעפער שומר ומציל זיין. דאס מיינט דאך דער פסוק צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.

ויש להאריך, אבער ווי געשריבן, כ'האב נישט די געדולד דערצו. ותן לחכם ויחכם עוד.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 4:11 pm
דורך טאמבל סאס
אוודאי איז אמת אז ס'דא מענטשן וואס זענען שלעכט און פארפוילט און וועלן נישט טראכטן קיין צוויי פאר'ן דיך איבערפאלן און צורויבן דיין ברויט אויב קענען זיי געט'ן עוועי וויט איט. און אוודאי זענען דא ים און וואלד רויבער און א היסטאריע פון פאגראמען פון גראבע און אנגעטרונקענע נישט-אידן מיט קלאָבס אנטקעגן די שוואכיטשקע געלט-פארלייער, די אידעלעך וכו'.. אבער לא הרי זה כהרי זה. פונוואס איך רעד איז פון סעלף דעפענס, פון נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט און נוצן דעם כח האגרוף צוריק-צוענטפערן אן אנגרייפער. פון א וואן-אן-וואן פייט צווישן צוויי אינדיווידועלן. ווי אויך רעד איך נישט פון א כנופיה באנדיטן וואס נעמען זיך צוזאם און נוצן פיזישע ווייאלענס צו בארויבן אומשולדיגע בירגער ווייל חוץ מזה וואס דיע זענען מתחילה אהן פארברעכער, איז דאך דאס שוין אויך נישט די כח היד אליינס וואס ווירקט. עס איז דא א געוויסע חכמה און צוזאמען-ארבעט צווישן די חברה באנדיטן. לאמיר עס רופן א פאליס-דעפארטמענט אדער פראסעקיוטער'ס אפיס כראות עינך (צי וואס איך בין בעצם אויך מסכים). עס איז שוין נישט א פעיר דועל אזוי צו זאגן.

איך רעד ווען צוויי און ביידע פארטיס זענען מסכים און ווילן שליכטן זייערע אירעקאנסיילעבּל דיפערענצן אויף א מעסער שטעך? אזא סארט דיפערענץ וואו ס'איז נישט גענוי קלאר פאר אנדערע ארום אדער די דזשודישערי, ווער ס'איז דער גערעכטער, און ס'איז שווער דאס צו אסערטעינען. אין אזא פאל, מעג די געזעץ אריינקומען און דאס פארבאטן על אף וואס ביידע ווילען עס? איך זאג ניין! אויך זאג איך אז די הויפט סיבה פארוואס זיי האבן דאס יא פארבאטן איז נישט ווייל זיי זענען היינטיגע צייטן מער פראגרעסיוו געווארן ווי כאילו און גלויבן מער נישט אז דער געווינער איז דער האנט פון גאט (ווייל דאס ווייז איך איז נאכאלס נישט אויפגעוויזן. דהיינו עס קען גאר יא זיין די האנט פון גאט. כאטש נאך אזא האנט פון גאט ווי דער אריכות הדין וואס דעסיידעט פאר אנדערע, און וועלכע דעקלערן זיך גאט אווער חיים ומוות. אדער מוז עס נישט זיין די הענט פון גאט אין אָרדער עס נאכאלס צופאררעכענען אלס דער בעסטער וועג וועיר פּאָסיבּעל צו סעטלען א פייט) נאר ווייל זיי האבן געזעהן אז אויב וועלן זיי דאס צולאזן וועלן זיי פארלירן די בעסטע קיללערס וואס זיי פארמאגן און נישט האבן מיט וועמען צו פייטן דעם שונא בחוץ אדער אראפרוימען אפפאנענטס און קריטיקירער פון די גאס, בפנים.. דאס אלעס.

Re: דועלס - פארוואס מען דארף איר צוריק איינפירן

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:07 pm
דורך שערי יושר
טאמבל סוס איז א טראכטער ער וואלט געדארפט האבן עפעס א לשון קודש נאמען מיט א פראפייל בילד פון עפעס א זקן פון הינדרעט פיפציג יאר צוריק