דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שלום וברכה לכל השותים בצמא די אשכולות דא.
אזוי ווי מיר זענען עטוואס אריין געקראכן אין דעם סימפאטיע צום דייטש תגובה viewtopic.php?f=8&t=16148&start=25#p524224 וועגן די ציוניסטישע פארהאנדלונגען מיטן דייטש וויל אנכי הק׳ קריעטן א נייער אשכול וואס איך האב נאך נישט געפונען דא אין שטיבעל.
איך מיין אז דאס וועט אביסעל אויסקלארן וואס, ווער, און ווי אזוי די ציוניסטישע מאשין איז געווארן וואס עס איז געווארן, וכל המסבב להם, די בעד און די בנגד צו די ציוניסטישע באוועגונג.
איך וויל דא מאכן אן הקדמה צו די ליינער. א ליינער וואס האט א קליינער קאפ און קען נישט ליינען קיין מציאות וואס עס איז עם נישט באקאנט, אדער האט ער זיך אליינס צענזורירט מיטן נישט באקומען מער אינפארמאציע פון וואס מען האט מיט אים געלערנט. זאל ביטע צו מאכן דעם אשכול נאך פאר ער גייט אריין ווייטער.
דא גייען געשריבען ווערן סטעיטמענטס וואס גאר הייליגע אידן האבן געהאלטן אז זאגן אזא סטעיטמענט איז יהרג ואל יעבור. מיר שרייבן נישט נאך דעם סטעיטמענט ווייל מיר האלטן אזוי. מיר שרייבן נאר פרעספעקטיווס פון אלע צדדדים אדרבה יראה הקהל וישפוט נאכן האבן די מאקסימום אינפארמאציע.
אין די יארן פון נאך דעם צווייטען וועלט׳ס קריג 1945 תש"ה און 1948 תש"ח ווען מדינת ישראל איז געווארן אן אפציעלער מדינה מטעם דעם UN האבן זיך דאן, און בעפאר צוזאם גענומען אנשים ונשים און פארארבעט מעשים אשר יעשה, ולא יעשה צוזאמן געשטעלט א קליינער ארמיי און טערארזירט די מענטשהייט אין די מידעל-איסט די דעמאלטדיגער פאלעסטינע נאר כדי צו האבן אן אייגענער אידישע מדינה ככל הגיום. א פאלק אן א מדינה איז קיין פאלק נישט.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען. לאמיר צוריק שפאצירן צו 1917 תרע"ז צו דעם בלפור דעקלעראציע. (ווי דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט די דעקלעראציע אנגערופן די בעל פאור ע"ש די ע"ז וואס די תורה דערמאנט)
(@דער גאלדענער אדלער
האט מעורר געווען (ליינט אונטען אין איינע פון די תגובה'ס) אז די סטעיטמענט האט דער הייליגער מ''א זצ''ל געזאגט, נישט דער סאטמאר רב זי''ע)
דער בלפור דעקלעראציע איז געשריבען געווארן ביי דעם בריטשער גורבענאטור דורך דעם פארען סעקרעטאר וואס האט געהייסען Arthur Balfour ע"ש הייסט די דעקלעראציע.
כאפט שוין ווייטער. מיר דארפן ריוויינדען די קאלענדער מיט נאך אפאר יאר. אין יאר 1897 תרנ"ז איז געגרינדעט געווארן די ערשטע ציוניסטישער קאנגרעס אין באסעל שווייץ Basel Switzerland דורך א גאר פראמענירטער שרייבער פאר די גרעסטע צייטונגען און עסטרייך וויען, טיעדאר הערצל Theodor Herzl.
די ערשטע קאנגערעשאנעל מיטגלידער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אפאר אידישע דזשורנאליסטן און שרייבער וועם טיעדאר הרצל האט ריקרוטעט פאר דעם נייעם ארגאניזאציע (WZO World Zionist Organization)
א יעדע איינציגער מעמעבער פון קאנגרעס WZO איז א סיפור בפני עצמו.
והנה הם ביי די ראנקס
טיעדאר הרצל Teador Herzel א זשערנאליסט פון אוסטריע און א שרייבער. ארויס געגעבן א ביכעל מיטן נאמען די דזשואיש סטעיט The Jewish State אין יאר 1896 תרנ"ו ארויסברענגענדיג די טענות פארוואס א אידישער מדינה איז פארלאנגט און וויכטיג פאר די וועלטליכע ארענע.
מעקס נורדאו Max Nordau א פראמענירטער שרייבער. ער האט געארבעט מיט הרצל האנט ביי האנט, ער האט געדינט אלץ וויצע פרעזידענט אין די קאנגרעס אסאך יארן (דאכט זיך ביז זיין טויט)
דעוויד וואלפסאן David Wolfsohn א גרויסער סוחר איז דער דוד געווען און אויך עיז ער געווען איינע פון די מנהיגים פון חובבי ציון גרופע. (ווי מיר וועלן שפּעטער צוקומען צו די גרופע) אין יאר 1901 תרס"א איז דער דוד געווארן אריינגעוואוט אלץ פרעזידענט צו די WZO קאנגרעס.
ישראל זנגוויל Israel Zangwill אויכעט א פראמענירטער שרייבער א שטארקער ציוניסטישע אקטיוויסט. דער שטערקסטער שטימע פאר די אימיגראציע פאר אידן זיך ארויף צו ציען קיין פאלעסטינע דאן כדי צו גרייט מאכן די באדן פאר אן אייגענער מדינה אווענטועל. זיין לאוזינג איז געווען דער באקאנטער לאוזונג וואס מען האט פריער דערמאנט. "א לאנד אן א מענטשען פאר מענטשען אן א לאנד"
מקס מאנדלשטאם א נאטיווער רוסישער בירגער און א ציוניסטישע לידער און האט אויך געדינט אלץ צווייטער וויצע פרעזידענט פונעם געשאפענעם WZO ארגענעזאציע. זיין אנוועזענענהייט אלס חבר הקאנגרעס האט שטארק צו געגעבן אז די קאנגרעס זאל צושטאנד קומען און זיין א אנערקענטע ארגאניזאציע.
די קאנגרעס מעמבערשיפ אין די ערשטע פאזע איז געווען פאקערפערט מיט בערך 200 מעמבערס פון פארשידענע מדינות אין אייראפע.
די 200 מעמבערס זענען געוועזן פארשידענארטיגע סארט מענטשן. רבנים. ר"י'ס ביזנעס לייט, סתם אקטעוויסטן (ליין ליידיק גייער) די אלע האבן זיך צוזאמען גענומען כדי צומאכן א רעוואלוציע.
המשך יבוא בקרוב ממש.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
א דאנק אזעלעכע מענטשען ווי דיר גייען מיר אן. א ריזיגער ישר כח.שערי יושר האט געשריבן:א דאנק
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייביששרייבער: ייש"כ פאר אויפמאכן דעם וואונדערליכן און ברייטן אשכול. אונז וועללן האבן בעז"ה א סאך פארצווייגטע דיסקוסיעס איבער די גאר אינטרעסאנטע סוגיא.
איך וויל נאר מאכן א כלליות'דיגע, זייטיגע באמערקונג...בנימן זאב, אדער טעאדאר הערצל ווי ער האט ענדערש ליעב געהאט זיך צו רופן איז טאקע געווען דער גרינדער פון ציוניזם. שרייבנדיג דעם בוך דער "יודנשטאאט". ווען דו און איך און א יעדער נארמאטיווער איד רעדט פון ארץ ישראל איז די ערשטע זאך וואס קומט ארויף אין געדאנק אז ארץ ישראל איז דאס הייליגע לאנד וואס דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, יצחק ויעקב. וואס דארט וועט מען קענען לעבן מיט א רואיגקייט און א זיכערקייט (עיין בפ' השבוע). און מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. און לערנען תורה.
משא"כ (פאר די מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס די ראשי תיבות מיינט. מה שאין כן.) דער געעהערטער אינטעללעקטואל און בעסערער מענטש טעאדאר הערצל האט געהאט גאר א שוואכע קאנעקשן צו אידישקייט. די רעליגיעזע חלק פון אידישקייט האט איהם זייער ווייניג אינטרעסירט. ער איז אבער געשטערט געווארן פון א צווייטער פראבלעם. זיין עטנישע אנגעהעריגקייט צו דעם אידישן פאלק. ער האט געשפירט ווי די אדעלע און בעסערע גוי'אישע געזעלשאפט טוט באהאנדלען די אידן מיט פאראכטונג.
ער און זיינס גלייכן מענטשן פון הויכן סאציאלן און עקנאמישן שטאנד זענען געווארן דיסקרימינירט און ארויסגעשטויסן פון די הויכע סאסייעטי. ווייל זיי געהערן צו דעם יודישן שבט. ער איז געווען א סוקסעספולער זשורנאליסט און שרייבער. ער האט געארבעט פאר א פראמינענטע ווינער צייטונג.די מענטשן פון זיין גלייכן סאציאלן שטאנד האבן שטענדיג פרובירט זיך אויס צו מישן מיט די גויי'שע הויכגעשפריצטע סאסייעטי. ס'האט אבער נישט געארבעט. פאליטיש האט מען דאס אנגערופן די "יודן פראגע".
זיין לעצטע האפענונג פון זיך סוקסעספול אסימילירן איז אינגאנצן אויסגערינען ביי דעם משפט פון אלפרעד דרייפוס. דרייפוס איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין די פראנצויזישע ארמיי.איין טאג האבן די אנטיסעמיטן אויסגעטראכט א בילבול אויף איהם אז ער האט איבערגעגעבן מיליטערישע סודות פאר די דייטשע שונאים פון פראנקרייך.זיי האבן איהם געשטעלט צו א משפט. וואס די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן. זיי האבן נישט אנגענימען זיינע טענות אז דאס איז נאר א בילבול. מ'האט איהם דערנידעריגט און פארשעמט און ארויסגעווארפן פן די ארמיי. דאס איז זייער א לאנגע און פארוויקלטע פרשה. ואכמ"ל.
טעאדאר הערצל , וועלכער איז אנוועזנד געווען ביי דעם גאנצן משפט. אלס קארעספאנדענט פון די גרויסע ווינער צייטונג, האט געזעהן אז אפילו אזא אסימילירטער איד ווי דרייפוס איז אויך פארהאסט און נישט אנגענימען אין די גוי'אישע סאסייעטי. איז ער געקומען צום אויספיהר אז די איינציגע עצה איז אז אידן זאללן האבן אן אייגן לאנד. ס'איז גאר א לאנגע פרשה. איך וויל נישט מאריך זיין . אבער די הויפט נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער האט נישט געהאט די זעלבע תשוקה צו ארץ ישראל וואס אידן האבן. דאס איז נאר געווען זיין אלטערנאטיווער פלאן ווייל די גויים צו וועמען ער האט זיך געוואלט פארגלייכן האבן איהם נישט אנגענימען...!
איך געב ווייטער דאס ווארט פאר הרב לייביששרייבער שליט"א. ואיתו הסליחה וואס איך בין דא אריינגעקראכן...!

די בוסט דא זייער גוט אריין געקראכן אבער א טראפ צו פרי. די מעשה וואס מע''כ ציטירט איז עטוואס שפעטער אין די ארטיקעל ווען מיר וועלן שרייבען פארוואס הערצל האט מחליט געוועזען צו שטעלן אזא קאנגרעס און וואס האט אים געטריבן. די טרייל איז פארגעקומען כמעט א יאר פאר די קאנגרעס האט זיך געשטעלט אבער עס האט זיך געצויגן א שטיק וויילע. פון 1894 ביז טיף אין 1896. אין אנהייב פון 1897 האט זיך די WZO קאנגרעס פארמירט.berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ פאר אויפמאכן דעם וואונדערליכן און ברייטן אשכול. אונז וועללן האבן בעז"ה א סאך פארצווייגטע דיסקוסיעס איבער די גאר אינטרעסאנטע סוגיא.
איך וויל נאר מאכן א כלליות'דיגע, זייטיגע באמערקונג...בנימן זאב, אדער טעאדאר הערצל ווי ער האט ענדערש ליעב געהאט זיך צו רופן איז טאקע געווען דער גרינדער פון ציוניזם. שרייבנדיג דעם בוך דער "יודנשטאאט". ווען דו און איך און א יעדער נארמאטיווער איד רעדט פון ארץ ישראל איז די ערשטע זאך וואס קומט ארויף אין געדאנק אז ארץ ישראל איז דאס הייליגע לאנד וואס דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, יצחק ויעקב. וואס דארט וועט מען קענען לעבן מיט א רואיגקייט און א זיכערקייט (עיין בפ' השבוע). און מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ. און לערנען תורה.
משא"כ (פאר די מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס די ראשי תיבות מיינט. מה שאין כן.) דער געעהערטער אינטעללעקטואל און בעסערער מענטש טעאדאר הערצל האט געהאט גאר א שוואכע קאנעקשן צו אידישקייט. די רעליגיעזע חלק פון אידישקייט האט איהם זייער ווייניג אינטרעסירט. ער איז אבער געשטערט געווארן פון א צווייטער פראבלעם. זיין עטנישע אנגעהעריגקייט צו דעם אידישן פאלק. ער האט געשפירט ווי די אדעלע און בעסערע גוי'אישע געזעלשאפט טוט באהאנדלען די אידן מיט פאראכטונג.
ער און זיינס גלייכן מענטשן פון הויכן סאציאלן און עקנאמישן שטאנד זענען געווארן דיסקרימינירט און ארויסגעשטויסן פון די הויכע סאסייעטי. ווייל זיי געהערן צו דעם יודישן שבט. ער איז געווען א סוקסעספולער זשורנאליסט און שרייבער. ער האט געארבעט פאר א פראמינענטע ווינער צייטונג.די מענטשן פון זיין גלייכן סאציאלן שטאנד האבן שטענדיג פרובירט זיך אויס צו מישן מיט די גויי'שע הויכגעשפריצטע סאסייעטי. ס'האט אבער נישט געארבעט. פאליטיש האט מען דאס אנגערופן די "יודן פראגע".
זיין לעצטע האפענונג פון זיך סוקסעספול אסימילירן איז אינגאנצן אויסגערינען ביי דעם משפט פון אלפרעד דרייפוס. דרייפוס איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין די פראנצויזישע ארמיי.איין טאג האבן די אנטיסעמיטן אויסגעטראכט א בילבול אויף איהם אז ער האט איבערגעגעבן מיליטערישע סודות פאר די דייטשע שונאים פון פראנקרייך.זיי האבן איהם געשטעלט צו א משפט. וואס די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן. זיי האבן נישט אנגענימען זיינע טענות אז דאס איז נאר א בילבול. מ'האט איהם דערנידעריגט און פארשעמט און ארויסגעווארפן פן די ארמיי. דאס איז זייער א לאנגע און פארוויקלטע פרשה. ואכמ"ל.
טעאדאר הערצל , וועלכער איז אנוועזנד געווען ביי דעם גאנצן משפט. אלס קארעספאנדענט פון די גרויסע ווינער צייטונג, האט געזעהן אז אפילו אזא אסימילירטער איד ווי דרייפוס איז אויך פארהאסט און נישט אנגענימען אין די גוי'אישע סאסייעטי. איז ער געקומען צום אויספיהר אז די איינציגע עצה איז אז אידן זאללן האבן אן אייגן לאנד. ס'איז גאר א לאנגע פרשה. איך וויל נישט מאריך זיין . אבער די הויפט נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער האט נישט געהאט די זעלבע תשוקה צו ארץ ישראל וואס אידן האבן. דאס איז נאר געווען זיין אלטערנאטיווער פלאן ווייל די גויים צו וועמען ער האט זיך געוואלט פארגלייכן האבן איהם נישט אנגענימען...!
איך געב ווייטער דאס ווארט פאר הרב לייביששרייבער שליט"א. ואיתו הסליחה וואס איך בין דא אריינגעקראכן...!
עס איז אין די נאטיצען פון די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פונעם המשך פון די ארטיקעל.
תודה רבה דאס צו ברענגען צום אויבערפלאך
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
די בעל-פעור ווארט קומט פונעם מנחת אלעזר און נישט פון סאטמארער רבי'ן
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
און אז דו רעכענסט שוין אויס די ערשטע מעמבערס פון די ציוניסטישע קאנגרעס, האסטו אבער פארגעסן אריין צו שטעלן אין די ליסטע איינע פון מיינע באליבטע ציונים די ערשטע נשיא פון מדינת ישראל חיים ויצמן ז"ל
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
נישט געוויסט. ישר כח פארן מעורר זיין. איך וועל עס מגיה זיין בעז''ה.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די בעל-פעור ווארט קומט פונעם מנחת אלעזר און נישט פון סאטמארער רבי'ן
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
ריכטיג דר. חיים ווייצמאן האט אויך געשפילט א סיגניפיקענט ראלע אין שטעלן דעם קאנגרעס.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אז דו רעכענסט שוין אויס די ערשטע מעמבערס פון די ציוניסטישע קאנגרעס, האסטו אבער פארגעסן אריין צו שטעלן אין די ליסטע איינע פון מיינע באליבטע ציונים די ערשטע נשיא פון מדינת ישראל חיים ויצמן ז"ל
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
עס זענען דא נאך אסאך.
חיים ווייצמאן האט זיך אנגעהויבן לאזן הערן אין פובליק אסאך שפעטער. אפי' ער האט געשפילט א גרויסער ראלע גלייך אין אנהייב פונעם קאנגרעס ממש אין די ערשטע יארן ווערט ער אבער נישט פארעכענט צווישען די גרויסע שישקעס פון די פאונדערס. איך ווייס טאקע נישט פארוואס.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
דאס געבורט פון מדינת ישראל - צווייטע פארזעצונג
המשך:
צווישען די יארן פון ווען די WZO קאנגרעס איז געווען אויפגשטעלט ביז ווען די בריטישע דעקלעראציע פון בלפור אין 1917 האבן פאסירט עטליכע פאסירונגען וואס האט געשטופט דעם דעקלעראציע צו ווערן א פאקטישער דערקעלערונג.
אסאך פון די פאסירונגען זענען דירעקט געווארן פראדוצירט דורך די ציוניסטישע קאנגרעס זעלבסט, ממינים שונים, מאנכע פאסירונגען זענען געווען פראצופאלן וואס די אידישע געמיינדע האט שטארקער געליטן ווי אלע אנדערע פעלקער. וואס האט געשטופט דעם ענגלישען מאנדאט מיט די עמטליכע סעקריטערי פון פאָרעם אפעירס Foreign Affairs פון בריטאניע (ענגלאַנד) צו דעקלערן די בעלפור דעקלעראציע.
והנה,
פארשטייט זיך אליינס. די WZO קאנגרעס האט נישט ג׳עפענט זייערע טויערן פאר די איינציגער צוועק, אז אידן זאלן פשוט האבן ווי זיך צוזאם צונעמען און שעלטן, קאפען מיט ווילדע לאוזינגען און באשרייבונגען אן קיין שום סובסטאנטישע אויפטוהן.
די קאנגרעס איז צוזאם געשטעלט געווארן פאר די צוועק צו אויף רידערן די אידענטום פון איבער דער גארער וועלט זיך צוזאם צו נעמען און זיך אנהייבן אנטקעגן שטעלן די רדיפֿות וואס פלאגן די אידן בכל מקומות מושבתיהם.
וואס טאקע האט פליצלונג פאסירט אז די ציוניסטישע קעפ האבן אנגעהויבן רילייזן אז אנטיסמעטיזם איז א פאל וואס מען וועט נישט קענען דערווערגען נאר טאמער אלע אידן וועלן זיך צוזאם נעמען צו טוהן עפעס זאכליך דערוועגן?
@berlbalaguleh
האט דאס פריער דערמאָנט ,פרשת דרייפוס Dreyfus Affair איז געווען איינע פון די הויפט סיבות פון טיעדאר הערצעל צו מחליט זיין גענוג איז גענוג.
אפי׳ א גאר הויעכער ראנגיקער סאלדאט אין עסטרייך׳אישער מיליטער (וואס איז אפיציעל נישט געוועזען אזוי אנטיסמיטיש געשטומט) איז געווארן אנגעקלאגט על לא און בכפו, אן אויסגטראכטער בולבל פון זיינע שונאים און אומ-פאגינערס, מן הסתם אויך אידן פיינט. אין עספיאנאזש, כולם אהובים, זענען פלוצלינג געווארן אויסגדרייט צו כולם שונאים. געווארט און געהאפט אז די ענדגילטיגער אורטייל זאל זיך אויסלאזן שולדיג, אפי׳ ער האט נישט באזיצען קיין שום עולה.
עס איז נישטאָ קיין שום באווייזן פון סיי וואספארא קראספעדאנטיווע מיטלען פון דרייפוס צו די ענגלענדער, אדער צום דייטש. דאס איז געווען פשוט ווייל ער איז א איד און געגרייכט צו הויך אויף דעם מיליטערישע לייטער. (וואס ביז ער איז געשטיגען אין ראנג פון די עסטרייכישע מיליטער פארן זיין א העלדישער העלד אין אלע אווענטורעס פון די עסטרייכישע סעקיורעטי בלאקאדעס ביז דאן.
עס איז דא אסאך היסטאריע ביכער וואס באשרייבן דרייפוס אלץ א אינגער סאלדאט מיט זייער א טיפער סטרעטאגיסטישער פארשטאנד האט קיינער ניטאמאל געוויסט אז דער אינגער דרייפוס איז א איד. ביי די 35 יאר איז ער שוין געווען אזוי הויך און ערגעץ ווי איז די אינפארמאציע ארויס געקומען דערמאנענדיג אים אלץ דער אינגסיער גרויסע פראנצויזישער העלד אין די צייטונגען "איך דענק נישט אויפן מוניט די נאמען פֿונעם בוך. איך וועל אדורך לויפן מיין לייברערי בוך שאנק וועל איך זיך דערמאָנען דעם נאמען").
די אנקלאגער האבן אים אנגעקלאגט פארן אַריבער פירן און איבער געבען פראנצויזיש סודות פארן דייטש. ער איז טאקע פארמשפט געווארן פאר א לעבנס לענגליכע טורמע טערמין פאר בלויזער חטא פארן האבן אידישע בלוט אין זיינע אדערן. (איז ווען דא זיי וואספארא באווייזן אויף די חטא פון שפיאנאזש וואלט ער געווארן פארמשפט צום טויט).
קיין שום אידישע פראקטעצירונג האט דער דרייפוס נישט פראקטעצירט. אינגאנצען איסימילירט. אפי׳ הכי האט עס נישט געהאָלפֿן, ער איז פארמשפט געווארן ווי א איד מיטן גאנצען שנאה, מקיים געווען די הלכה עשיו שונא ליעקב מיט אַלע חומרות.
טיעדאר הערצעל איז דאן ביי די םארהערן אין קאורט רום געווען דעם צייטונגס קראספעדאנט, פאר די צייטונג "די נייַע פרייער פרעסע" Neue Freie Presse צו באשרייבן דאס געריכט.
ער האט דאן איינגעזען אז אפי׳ זיין אן אסימילירטער איד העלפט שוין אויך נישט אנטקעגן די שנאה כבושה וואס עס איז איינגעגעסן אויף א יעדעס איד נישט קיין חילוק צו איסימילירט צו נישט.
דאס האט געברענגט אז ער זאל אפמאכן גענוג איז גענוג. דער איד איז אויך א גוי ווי אלע גױיִם און א פאלק ווי אלע פעלקער און קיינער גלייכט זיי נישט מען איז זיי פשוט מקנה פאר זייער חכמה און אמבישאן. ווי מען קען, גיט מען זיי ציפקע צרות, מיר מוזען עפעס טוהן דערוועגן.
אין די יארן פונעם ערשטן וועלט'ס קריג וואס האט זיך אנגעהויבן 1914 און אנגעגאנגען ביז 1918 איז גרויס בריטאניע געווען פון די שטארקע פארסעס וואס האבן אנגעהאלטן מערערע פראנטן מיט גרויס סוקסעס. אריינגערעכענט פאלעסטינע.
פאלעסטינא איז פאר די קריג געווען קאנטראלירט ביי די אטאמען עמפייער Ottoman Empire . גלייך נאכן ערשטען וועלט'ס קריג איז די גאנצע אטאמען׳אישע עמפייער געווארן כחלום יעיף, נישט געבליבן פון דעם עמפייער קיין זכר.
(די היינטיגע טערקישער מלוכה איז אפשר יא א שטיקעל זכר צו די דעמאלטסדיגער אטאמענ׳ישער עמפייער, זיי האָבן געוועלטיגט אויף ממש גאנץ מידל-איסט והגלילת. היינט צענדליגער מדינות סיריע, טורקיי, איראן, ועוד).
די אטאמענ׳ישער עמפייער האט גענומען די שטעלונג אינעם קריג מיט דייטשלאנד, עסטרייך און אונגארן. ווען די מדינות האבן פארלוירן די קריג זענען די אטאמענ׳ישער ארויס געפאלן פון בלייבן א מדינה. כמה וכמה סיבות. פארוואס די אייראפישע מדינות זענען געבליבען גאנצע מדינות, און פון די אטאמען זענען נישט געבליבען קיין זכר, אויסער אז עס האט אמאל עקזעסטירט אויסער די ביכער פון היסטאריע.
פשוט לסבר את האוזן פון וואס די אטאמענ׳ישער עמפייער פעלקער בונד איז באשטאנען. און ווי אזוי די געאגראפיע איז דאן געווען אויסגעשטעלט אז נאך אזא וועלטס קריג אויפשאקלונג האט זיך די אטאמענ׳ישע עמפייער זיך נישט געקענט צוריק שטעלן אויף די פיס אזוי ווי די אייראפ׳עישע מדינות.
אין די געגענט ווי די אטאמען האבן געהערשט האבן געוואוינט צופיל אנדער מיני גרופעס און עטינסיטיס. און ווי אויך פארשידענע שבטים וואס האבן זיך נישט געוואלט פאראויס ריקן מיט די וועלט פראגראסיווע מאדערענ׳יסזם.
די אראפ געבינדענע טורבאנס, פרויען אין די שוואַרצע בורקעס האט אנגעהויבן ווערן צוריק-געשטאַנען. זייער אסאך פון די איינוואוינער האבן זיך אנגעהויבן מיטכאפן מיט די ווינטן וואס מאדנעזירט מענטשהייט.
די שבטים האבן נישט געהאט קיין שום לעגעטימע מדינות אדער גאווערמענטס. אבער אזוי ווי נאכן ערשטער קריג זענען שטחים פון די אטאמענ׳ר געבליבען אן קיין שום יוריסטריקציע האבן זיך די טאטעס פון די שבטים געמאכט שבת פאר זיך און גענומען שטחים רעכטץ אין לינקס.
(מיר וועלן זיך מיך אסאך באַגעגנען מיט די שבטים במשך הבאשרייבונג).
פעלקער וואס האבן דאן געוואוינט אין די גענגענטער זענען געווען וויפאלגענד.
אידן
אראבער
טערקן
גריכן
קורדן
ארמעניענס
באלקאנער עטיניסיטיס, וואס רעכנט אריין באזיניקעס, סערבישע, בולגאריענס, און רוימעינישע. מיטנאזא מיקבטשער.
א יעדע גרופע געוואלט מאכן שבת פאר זיך מיט אן אייגענע מדינה. אבער צו מאכן אן אייגענער מדינה קען מען נאר ווען די וואס ווילן דאס, זענען גרייט צו ארבעטן ביטער שווער דערפאר. מען דארף גאר שטארקע אמביציעס נישט צו אויף געבן וואס רוב פון די פעלקער האבן זיך נישט צוזאם גענומען צו מאכן אן אייגענער מדינה (נאך א מזל, ווען נישט וואלט היינט צו-טאגס געפלויגען נאך טויזענטער ראקעטן פאר א מתנה צו מדינת ישראל).
און דאן נאך אפאר קלענער ווי למשל
אסירענישע
יעזידישע
דורעיזע
לאזע
און נאך.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 15 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
לייייביישש?!?!.. דו ביסט גוט, איך גיי פאר דיר ניסלעך, אנהייב ווען דו האסט אנגעהויבן שרייבן דא אויף קאווע שטיבל האב איך געמיינט אז דו ביסט סתם א בחור וואס איז געווארן פרייליך צו קענען שרייבן אין פאבליק, אבער וואס א טאג גייט דורוך ווערט קלארער אז דא איז דרייט זיך ארום א טאלאנטפולע שרייבער וואס גיסט טינט אויף פאפיר צום שטוינען. גיי אן. האלט דיר שטארק די עולם האט הנאה. א גרויסען דאנק
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
קען זיין וויבאלד ער איז נישט געווען אנוועזנד ביים ערשטן קאנגרעסס?
ביים בלפור דעקלעראציע איז חיים ויצמן אינאיינעם מיט הרב קוק זצ"ל געווען גאר שטארק אקטיוו מיט'ן צושטאנד ברענגן דעם דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ביים בלפור דעקלעראציע איז חיים ויצמן אינאיינעם מיט הרב קוק זצ"ל געווען גאר שטארק אקטיוו מיט'ן צושטאנד ברענגן דעם דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
מען טאר נישט כאפן די גאולה פאר די צייט. אט אט קומט מען אן צו די לאביערינג וואס האט געברענגט די דעקלעראציע דארט וועט דער. ויצמן זיין דער מעין עקטאר.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קען זיין וויבאלד ער איז נישט געווען אנוועזנד ביים ערשטן קאנגרעסס?
ביים בלפור דעקלעראציע איז חיים ויצמן אינאיינעם מיט הרב קוק זצ"ל געווען גאר שטארק אקטיוו מיט'ן צושטאנד ברענגן דעם דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ווארט מיט געדולד
חחח[emoji23]
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
איי הייליגע ווערטער פון @הייליגע קאקאש קעיק. דאס ברענגט אריין דעם שבת מיט א פארגעניגען.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:לייייביישש?!?!.. דו ביסט גוט, איך גיי פאר דיר ניסלעך, אנהייב ווען דו האסט אנגעהויבן שרייבן דא אויף קאווע שטיבל האב איך געמיינט אז דו ביסט סתם א בחור וואס איז געווארן פרייליך צו קענען שרייבן אין פאבליק, אבער וואס א טאג גייט דורוך ווערט קלארער אז דא איז דרייט זיך ארום א טאלאנטפולע שרייבער וואס גיסט טינט אויף פאפיר צום שטוינען. גיי אן. האלט דיר שטארק די עולם האט הנאה. א גרויסען דאנק
![]()
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: אבער וואס האט געשטופט/באוואויגן/איבערגעוואויגן די בריטישע מלוכה צו ארויסקומען מיט אזא וועלט-אויפשאקלענדע דעקלאראציע? סאבקאנשיעסלי ווייס איך דעם ענטפער. (ערגעץ געליינט אמאל.כ'קען מיר יעצט נישט דערמאנען.)דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קען זיין וויבאלד ער איז נישט געווען אנוועזנד ביים ערשטן קאנגרעסס?
ביים בלפור דעקלעראציע איז חיים ויצמן אינאיינעם מיט הרב קוק זצ"ל געווען גאר שטארק אקטיוו מיט'ן צושטאנד ברענגן דעם דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
ר' בערל; פארשידענע השערות זענען פארהאן.berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: אבער וואס האט געשטופט/באוואויגן/איבערגעוואויגן די בריטישע מלוכה צו ארויסקומען מיט אזא וועלט-אויפשאקלענדע דעקלאראציע? סאבקאנשיעסלי ווייס איך דעם ענטפער. (ערגעץ געליינט אמאל.כ'קען מיר יעצט נישט דערמאנען.)דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קען זיין וויבאלד ער איז נישט געווען אנוועזנד ביים ערשטן קאנגרעסס?
ביים בלפור דעקלעראציע איז חיים ויצמן אינאיינעם מיט הרב קוק זצ"ל געווען גאר שטארק אקטיוו מיט'ן צושטאנד ברענגן דעם דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
איינס, ווייל ענגלאנד איז געווען פארמישט דאן אין די ערשטע וועלט מלחמה, און לאנדאן האט פשוט איבערגעשאצט די אידישע פאליטישע מאכט וואס די אידן אין אמעריקע האבן געהאט איבער די אמעריקאנער רעגירונג, און זיי האבן געהאלטן אז אויב וועלן די בריטישע אנערקען אז ארץ ישראל איז די היימלאנד פאר אידן, דאס וועט באוועגן די אידישע פאליטישע פירער צו משכנע זיין די אמעריקאנער רעגירונג אנטייל צו נעמען אין די מלחמה.
א צווייטע השערה איז דא און לכאורה א פאקט אויך נישט אן השערה. דער אלעמען באקאנטן ציוניסטישע פירער און כעמיסט פון פאך אויס חיים ויצמן ז"ל איז דאן געווען אין לאנדאן. און פארקויפט/איבערגעגבן כעמישע סודות פאר די ענגלענדער וויאזוי צו מאכן באמבעס וואס רייסט אויף מיט אסאך מער שטארקייט און מאכט אן מער חרבנות. און פאר ענגלאנד איז דאס געווען גאר א שטארקע געווינס. און דערפאר האט ענגלאנד צוגעזאגט צו באשטעטיגן די באלפור דעקלעראציע
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך האב מיך יעצט דערמאנט. דיין צווייטע השערה און פאקט אז דר. חיים ווייצמאן, וועלכער איז געווען א כעמיסט האט איבערגעגעבן די מיליטערישע גאר וויכטיגע סודות איבער די שטארקע באמבעס פאר די ענגלישע רעגירונג. אלס הכרת הטוב האבן זיי ארויסגעגעבן די באלפור דעקלאראציע.
אין אנהייב האבן זיי טאקע געהאלטן מיט די אידן. נאר ווען די אראבערס (די וואוילע און שטילע, מיט וועלכע מ'האט געלעבט זייער גוט ביז די ציונים זענען געקומען. און די וואוילע און שטילע אראבערס, ימ"ש האבן אויסגעשאכטן די אידן אין חברון און אנדערע פלעצער.) האבן פארפיהרט אז ארץ ישראל ווערט איבערגענימען דורך די אידן האבן די ענגלענדער געטוישט זייער פאליסי און ארויסגעגעבן דעם ..."ווהייט פעיפער"...וועלכער האט אין עפעקט מבטל געווען די באלפור דעקלאראציע. אזוי ווי איך בין זיכער אז לייביששרייבער וועט עס ארויסברענגען אין די שפעטער'דיגע המשכים...!
אין אנהייב האבן זיי טאקע געהאלטן מיט די אידן. נאר ווען די אראבערס (די וואוילע און שטילע, מיט וועלכע מ'האט געלעבט זייער גוט ביז די ציונים זענען געקומען. און די וואוילע און שטילע אראבערס, ימ"ש האבן אויסגעשאכטן די אידן אין חברון און אנדערע פלעצער.) האבן פארפיהרט אז ארץ ישראל ווערט איבערגענימען דורך די אידן האבן די ענגלענדער געטוישט זייער פאליסי און ארויסגעגעבן דעם ..."ווהייט פעיפער"...וועלכער האט אין עפעקט מבטל געווען די באלפור דעקלאראציע. אזוי ווי איך בין זיכער אז לייביששרייבער וועט עס ארויסברענגען אין די שפעטער'דיגע המשכים...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
דאס געבורט פון מדינת ישראל - דריטע פארזעצונג
די בלפור דעקלעראציע.
די מאטיוואציע פארן דעקלערן דעם דעקלעראציע זענען פוהל פאכיג, אבער דריי פון די ענטפֿערס ווערן געטראפן אין די היסטארישע ארכיון.
סטראטעגישע סיבה: אויב וועט גרויס בריטיאן מיט שטיין און ערלויבן אז די אטאמענ׳ר איינגענומענע פראווינץ וועט אַריבער גיין צו די אידן פאר אן אייגענער פלאץ זיך צו עסטעבלישען א מקום מנוחה, געפירט ביי אידן, פאר אידן וועט די אינפלואציע וואס די אידן האבן אין אמעריקא און אין רוסלאַנד העלפן די בריטישע מלחמה אנגעלעגענהייטן.
טרעמענדוס פרעשער: וואס די שטארקע אידישע שרייבער אינפלוענצירער וואס טויזענטער ליינער ווערן איפלוענצואירט פון זיינע באשרייבונגען א דוגמה דר. חיים ווייצמאן וואס איז געווען שטאַרק אנערקענט פאר זיינע קענטעניסן און זיין שרייב ווערק. איינע פון די שטערקסטע שרייב ווערק וואס אייראפע האט געהאט. זיינע ווערטער זענען עושה רושם. ער בכבודו ובעצמו האט זייער שטאַרק לאבי׳אירט און געדרוקט די בריטישע צו איינגיין פאר דעם געדאנקַ .
סימפאטיע: אין גרעיט בריטיאן זענען געווען זייער אסאך פאליטישע פיגורן וואס זענען געווען זייער סימפאטיש צו די ציוניסטישע רוף פאר א נחלה ווי זיי וועלן נישט ווערן גערוידעפט פארן בלויזן חטא פון האבן אידישע בלוט לויפן אין זייערע אדערן. די סימפאטישע זענען געווען פאר כמה סיבות איינגעטיילט. רעליגיע, ביזנעס, קולטור, פאליטיש. אבער ווי אזוי עס זאל נישט זיין האבן די 3 פאקטארן געברענגט דעם דעקלעראציע.
די בריטישע האבן זייער שטאַרק געוואלט אז די אטאמענ׳ר עמפייער זאלן ציפיצעלט און ציברעקעלט ווערן ביז שטויב עס זאל נישט בלייבן פון זיי קיין שריד ופליט, כדי צו האטלן א שטארקע מאנדאטישע קאנטראל אויף די מידל-איסט געגענגט וועט זיין דאס בעסטע אז די ציונים וואס וועלן זיך אונטער ווארפן די קאנטראל פון די ענגלענדער, און מאכן אן אייגענער גורבאנאטור וועלן אוטאמאטיש די אטאמענ׳ר פארלירן דארט אלעס, און ממילא ווערן פארשטיפט ווייטער וועסט צו (די טערקן וואס איז איינע פון די אטאמישער פעלקער איז ארויס געקומען טערקיי. זיי טאקע זיצן וועסט-סייד צו אזיע פון די מידל-איסט)
די באוועגונג פון הרצל׳ס עליה אווענטור ארויף צו גיין קיין פאלעסטינא האט זייער שטאַרק צו געגעבן אז די בלפור דעקלעראציע זאל דעקלערט ווערן לטובת די WZO ארגינעזאציע.
אנהייב 1900 און סוף 1800 ספעציפיש אין יאר תרנ"ח 1898 האט טיעדאר הרצל זייער שטאַרק געעארבעט צו באקומען אידישע שטיצע אויף די געדאנק אַרויף צו גיין קיין פאלעסטינא די באוועגונג איז געווארן גרעסער און שטערקער מיט וואס א טאג עס איז אדורך.
קייסער ווילהעלם דער צווייטער דער דייטשער עמפעראר האט דאן באזוכט אין ירושלים. דארט האט הרצל זיך געטראפן מיטן קייסער, הרצל האט פרעזענירט א מאמורענדום פארן קייסער מיט די גאולס פון די ציוניסטישע WZO ארגינעזאציע, און געבעטן דעם קייסער צו שטיצען דעם פלאן פון העלפן איינשטעלן א אידישער גובערנאטאריע פאר די גערוידעפטע אידן. אפי' דער קייסער האט דאן נישט צוריק געווארפן די אנטראגע, און אפי' געווען עטוואס סימפאטיש צו די פארלאנג האט זיך דערפון גארנישט אויס געלאזט דאן. די דייטשע פאליטישע אינטערעסן זענען בכלל נישט געווען צו שטיצען דעם פלאן דעמאלס.
הרצל האט אין יאר תרס"א 1901 געמאכט א נסיעה קיין אינסטאנבול זיך צו טרעפן מיט דעם סולטאן אבדול האמיד דער צווייטער וואס איז דאן געווען דער רולער פון די אטאמען עמפייער וואס האט פארפיגט דאן אויף פאלעסינע. אבער לא עלתה בידו זיך צו טרעפן מיטן סולטאן, צו דער סולטאן האט זיך בכלל נישט געוואלט טרעפן מיט עים צו נישט איז נישט באקאנט, אבער דאס איז זיכער, אז עס געווען אנטקעגען די אינטערעסן פון די אטמענ'ר אז די ציוניסטישע ארגינעזאציע זאל מאכן שבת פאר זיך אין פאלעסטינע.
אין יאר תרס"ג 1903 האט הרצל געהאט א פרוכטבארע זיצונג מיטן קעניג פון יונייטעד קינגדאם קעניג עדווארד דע פיפט King Edward the 5th. דער זיצונג האט צוזאם געברענגט א גרויסער אידישער ענגלישער פאלאטישען און שטאטסמאן סיר פיליף מאנגוס Sir Philip Mangusץ גראדע האט דער קעניג געוויזען גרויס אינטערעס און סימפאטיע צו די פראפאזעל וואס הרצל האט פראפאוסד ביי דעם זיצונג האט ער זיך אבער נישט אונטער גענומען צו סאפארטען די מאמורענדום פון די ציוניסטיש WZO
נאך פארשידענארטיגע מיטונגען דורך-אומס גאנץ אייראפע זענען זענען אנגעגאנגען במשך די צוואנציג יאר פון 1896 ביז 1917 ביז די דעקלעראציע איז ענדליך גיעשריבען געווארןץ הרצל מיט זיינע שותפים האבן פיבעריש געארבעט אויף אלע פראנטן צו באקומען לעגימיטאציע און קענען אויספירן דעם פלאן מיט די שטיצע פון די אייראפישע פאראיין.
די אלע מיטונגען האבן אזויפיל אויף געטוהן אז עס האט געברענגט איינעקענונג אין די WZO מיט זייערע מיטגלידער, און זיי זענען געווארן א שטארקע שטימע במשך די יארן וואס מען האט נישט געקענט איגנארירן
ספּעציעל צווישן די פוילישע אידענטום וואס האבן זיך די מערסטע געמוטשטעט מיט געלט, פריצים, און אנטיסמיטישע איבערפעלער. מער ווי סיי ווי אייראפע ווי פאריז, עסטרייך, אונגאַרן, דייטשלאנד.
הגם עס איז באקאנט, אז די אידן זענען נאר געווען ערלויבט צו וואוינען אין די אידישע געטאס ממש א פיצקילע פלאץ ווי הודעטער אידישע משפחות האבן זיך געדארפט טיילען, מען האט זיי דאס לעבן ענג היפש געמאכט, זיי האבן נאר געמעגט ארויס גיין פונעם אידישען קווארטל דאורינג רעגיולאר ביזנעס האוערס צו מאכן געשעפטן וכדו' נאך פארשידענע אנדערע צומצום'ס, אבער פארט האבן זיי געלעבט גאנץ פיין אין די איביריגע אייראפישע מדינות אנטקעגן פוילן.
דרך אגב עס איז באקאנט מאיר אנטשיל ראטשילד, האבן געפירט מן הסתם 60-70% פון די פינאציעלע ווירטשאפט פון די פאר אייראפ׳עישע מדינות, זיי האָבן פשוט נישט געקענט עפארדן זיך צו טשעפענען מיט די אידן צו שטאַרק.
די קסר׳ס פון אַרום און אַרום. פון די אייראפ׳עישע מדינות. קיסער ווילהעלם די ערשטער פון וויען, און ווי אויך קינג דזשארדזש דער דריטער פון ענגלאַנד און נאך.
אויך איז דאן געווען דער באקאנטער גביר הער חזקל אייזנ-גוט (מלפנים אייזן. געטוישט די נאמען שפּעטער צו אייזענ-גוט, פאר אומוויסענדע סיבות) איז אויך געווען איינע פון די גרעסטע שטאף סוחרים וואס אלע קעניגליכע פאלאצן האבן נאר פון אים געקויפט שטאף. (אן עקסטערע מעשה פאר זיך).
און אזוי ווי די (אידישע) סוחרים און איפלוענצערס זענען געווען אידן, האט גרעיט בריטיאן געזעהן א גרויסער אפערטיוניטי צו העלפן ארויף שיקן די אידן קיין פאלעסטינא צו באארבעטן די וועלדער, פעלדער, מדבריות. מאכן דערפֿון עפעס, עס זאל אויך רייכער מאכען די קעניגליכע קאסע, נישט נאר עס זאל קאסטן צו באוואכן, און גאָרנישט צוריק באקומען פון די אומטויגליכע נערישע צוריק געבליבענע איינוואוינער דארט.
(עס דרייט א לעגענדע, אדער קומט מיר עס נאך פון סאטמארע חדר צו ווי. @דער גאלדענער אדלער אדער @berlbalaguleh וועט וויסען צו האט עפעס האפט.
עס די אראביר זענען געווען געפערליכע טופשים אז מען האט געמאכט מיט קאווערס פון טעם זענען זיי אנטלאפן ווי די מויז, וואס דער לעגענדע דארף ארויס ברענגען אז עס בכלל נישט געווען קיין ניסים אז די צוריק געשטאנענע, און קליינער צאל פון די דאן ציוניסטישע מיליטער איז דאן איבער געקומען די איבערוויגענדע אראבישע אנפאלער)
אבער ווי אזוי עס זאל נישט זיין זענען די אידן א טויגליכע גרופע און עס איז ווערט זיי צו באזעצן דארט און זיי לאָזן מאכן אן אייגענער גורבאנאטוריע.
און דערפאר האבן די בריטיאנער רעגירונג ביי-אויפטראגט די סעקריטערי פון די סעקיורעטי פון אלע בריטישע קאלעניס צו שרייבן ווי פאלגענד.
נאך א פאַקט וואס קען זיין א קאנטריביושען צו דעם דעקלעראציע איז דער ביריטישער גענעראל אויף׳ן מידעל-איסט פראנט מיט נאמען עדמאד אלעבני Admod Alebny האט געמאכט גאר שטארקע אדווענסירונג דארט אין מידל-איסט זיין באטליון איז באשטאנען פון זייער אסאך לאקאלע אידישע סאלדאטן. עס ווערט פארציילט א מעשה׳לע (איך ווייס נישט די מקור) אלעבני פֿלעגט אַרום שפאצירן ביי די אפרוה צייטן אין די מיליטערישע לאגערן און בעטן די אידישע סאלדאטן דאווענטס צו ענקער גאט פאר די הצלחה. ער האט זייער שנעל און שטאַרק, אפי מיט א שטארקע ווידערשטאנד אבער ווייניג פארלוסטן. ער האט געהאלטן אז עס איז די אידישע סאלדאטען׳ס מזל אז עס איז אים אזוי גוט געגאנגעןַ (עס איז דא א גאס אין ת׳׳א וואס הייסט נאך עים. גראדע אויב דענק איך גוט איז דער ביריטישער קאנסיל געביידע אויף די אלעבני גאס).
און ווי קען מען פארגעסען פֿונעם עיקר (ועיקר שכחתי) דער רוסישע רעוועלושען וואס האט פאסירט אין דעם דאזיגען יאר פון 1917 וואס דאן האבן זיך די בולשוויקען געהויבן דעם קאפ און זיך ארגיניזירט.ווי באלד די בריטיאנע האבן נישט געוואוסט ווי אזוי די בולשוויק׳יזם וועט זיך אויס שטעלן און וואס עס וועט טוהן פאר די פאליטישע ארענע שפעטער , ווי אויך האבן זיי געמאכט דעם חשבון אז טאמער וועלן זיי נישט געבן די סאפורט פאר די אידן וועלן די אידן דזשוינען די באלשעוויקן. דאס האבן די ענגלענדער געוואלט פארמיידען.(לאו דוקא אידן, נאר וואס ווייניגער מענטשען. די אידן האט ער געטראכט האט ער א וועג צו אפקילן פון די באלשעוויקן וועלן זיי זיין פארנומען מיט א נייעם אייגענער סטעיט און גובערנאטאר וועלן זיי קיין באלשעוויקן נישט ווערן).
ווי דערמאנט פריער, איז אין פוילן געווען דאס ערגעסטע מיט די שנאת ישראל און די פיזישע רדיפות וואס די אידישע פוילישע איינוואוינער האבן זיך אנגעליטן פון די פוילישע גוים און פריצים. ווי נאר דער געדאנק איז אנגעקומען צו די אידישע אומאפיציעלע קאנגרעס קיין פוילן. האט עס גלייַך אנגעהויבן שלאגען ווארצלען.
אין יאר 1900 זענען הרצל מיט זיין געווארדיע געגאנגען איינשפאנען דעם פוילישער אידנטום אין די WZO.
די פוילישע אידן האבן נאך נישט געהערט פון טיעדאר הרצל׳ס נייער געדאנק, קוים גאנצע פיר יאר אלט. און אן די פוילישע אידן איז נישטא קיין גאנצער חתונה, א ריזיגער עולם פעהלט נאך.
די קאנגרעס איז נישט גאנץ טאמער האט מען נישט די פראמענירטע אידן פון פוילן דזשוינען דעם קאנגרעס. עס איז פאררופן געווארן א קאנפערענס אין פוילן פון די אידישע באוועגונג (אזוי האבן זיי זיך פארופן בעפאר זיי ווייסן וויאזוי זייער געדאנק וועט שלאגן די פוילישע אידענטום. צו לטוב אדער ח''ו דאס פאקעקרעטע (למוטב).
די אסיפה איז געווארן אנגערופן די גרעיט דזשובלי Great Jubilee אסיפה אין וורשה.
פאלגענד איז א ליסטע פון פראמינענטירטע רבנים וואס האבן באשיינט דעם אויבן אן ביי די אסיפה.
הרב ר' משה שארר ז''ל
הרב ר' אייזיק לייב פערעץ ז''ל
הרב ר' שלמה שעכטער ז''ל
הרב ר' נחום סאקאלאוו ז''ל
הרב ר' אשר גינזבורג ז''ל ו(ואס האט געהאט א צו נעמען העד האם Ahad Ha'am)
הרב ר׳ מקס מאנדעלשטאם ז׳׳ח
הרב ר׳ נחמן סירקין ז׳׳ל
ועוד.
מיר וועלן צוריק קומען צו דעם פאר די דעטאלן צו צולייגן. בינו לבינו א גוטער וואך.
מיט אסאך גאלדעדנע רענדלעך !!!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 13 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
רבותי איך טוה יעצט רילייזן א וויכטיגער פּונקט.לייביששרייבער האט געשריבן:המשך:
צווישען די יארן פון די קאנגרעס אויפשטעל ביז די בריטישע דעקלעראציע פון בעלםור האט פאסירט עטליכע פאסירונגען וואס האט געשטופט דעם דעקלעראציע צו ווערן דעקלערט.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
ווען איר קומט צוריק צו מיינע המשכים זאלט איר אויך לײענען די פריערדיגע ארטיקלען ווייל עס ווערט אפדעיטעד במשך הבאשרייבונג און איך דערמאן זיך, אדער ווער איך נתעורר פון איינעם וואס ווייסט מער פון אנכי הק׳ א חידוש וואס איך בין נישט געוועזען באקאנט שטעל איך עס אריין ווי עס באלאנגט בשם אומרו. עס איז פשוט א שאד צו פארפאסן אזאנא מאמרים על הסדר.
ווי אויך האב איך איצטערט באקומען אן אישי פון א קאנסטראקטיווע קריטיקרער. און שרייבט אז די ספעלינגס חסירות ויתרות זענען געפערליך. אין קורצע דיבורים שרייבט ער עס קאמפלאצירט דאס לײנען. איך וויל בעטן אַנטשולדיגונג. מיר וועלן פּרובירן צו מגיה זיין פאר עס גייט אַרויף.
איך וויל נישט דא שרייבן א גאנצער הסבר ווי אזוי איך שרייבן און ווי-אזוי עס ווערט בעסערַ וכ׳׳ו איך וויל אייך נאר לאזען וויסען, מיר וועלן פּרובירן עס צו מאכן דאס ערשטע מאל בעפאר עס ווערט געפאוסט, כדי נישט ח׳׳ו צוקומען צו פוסע זיין על ראשי עם קודש, מיט איביריגע מיה און פלאג.
הק׳ לייביש שרייבער
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל
עס איז נישט די ספעלינגס.berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: איך בין אויך א קאנסטראקטיוו קריטיקירער. נאר אין א פארקערטע בחינה. דו דארפסט גארנישט טוישן. די ספעללינג איז פיין. ווילאנג דער תוכן איז מתוק מדבש . א יעדער פארשטייט דעם מעסעדזש. דא איז נישט קיין ספעללינג קאנטעסט אדער גראממאר סקול/חדר.
אסאך מאל קען מען משוגע ווערן פון אויתיות וואס קומען בכלל נישט אריין אינעם ווארט.
דאס איז די עלעקטעראנישע קיבאורד אדער דער אטאמאטישער ווארט פארשטייער נעמט איבער אליינס דאס ווערט און שטעלט אים אריין.
איך בין נישט קיין שרייבער איך קען נישט די כללי הכתיבה.
אבער, ווען איך קוק עס אליינס איבער שעם איך זיך אליינס. אזאנא טייפואס טייפואס ה׳ ישמור.
[emoji85]
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
א גרויסן ישר כח פאר די באלערנדע היסטארישע ארטיקל, כליין עס מיט דארשט, און איך ווארט פאר די המשך מיט שפאנונג.
א קליינע הערה, אויב איך מעג בעטן, ביטע האלט אייך צוריק פון אריינשמירן וואס מען האט אייך געשטאפט אין סאטמערע חדר, א שטייגער די אוועק מאכן די ניסים גליום ביי די מלחמות וואס די יודן האבן געהאט קעגן די ארבער וכו' עס איז א הערליכע ארבעט וואס איר טוט אן אריינצושמעלצן די שיטה הק'.
א הארציגן דאנק פון א העכסט צופרידענע ליינער.
א קליינע הערה, אויב איך מעג בעטן, ביטע האלט אייך צוריק פון אריינשמירן וואס מען האט אייך געשטאפט אין סאטמערע חדר, א שטייגער די אוועק מאכן די ניסים גליום ביי די מלחמות וואס די יודן האבן געהאט קעגן די ארבער וכו' עס איז א הערליכע ארבעט וואס איר טוט אן אריינצושמעלצן די שיטה הק'.
א הארציגן דאנק פון א העכסט צופרידענע ליינער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דאס געשעהט ביי מיר אויך. דער עלעקטראניק קיעבאורד איז זייער קלוג און נוצליך. א סאך מאל טרעפט ער צו זייער גוט. ער שפארט צייט און כח. אבער ער /זי איז דאך אן עלעקטראנישער גולם. צומאל מאכט ער גאר שטארק נערוועז ווען ער/זי רוקט מיר אריין ווערטער און אותיות וואס איך האב נישט געבעטן...!
איך האב א מנהג אז איך טוה עדיטן מיין תגובה נאכדעים וואס איך האב עס אוועקגעשיקט...!