בלאט 1 פון 2

מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:10 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פאלגנד זענען פראזען און סטעיטמענטס וואס איך הער שוין זיייט איך געדענק. א גרויס טייל האט אין זיך אמת, טייל מער טייל ווייניגער, אבער אין אלגעמיין קומט דאס וויבאלד מענטשן האבן ליב זיך איינצורעדן אז עס קומט א טויש. נישט קיין חילוק צו די טויש איז צום בעסערונג אדער פארקערט, אזוי איז דאס מענטשן האבן דאס ליב. פארוואס דאס איז אזוי וועט איר מוזן נאכפרעגן ביי אקאדעמיקער, איך קען אייך בלויז מלקט זיין וואס איך טו הערן.

ווער עס האט נאך אזאנע געדאנקען קען צולייגן.

-אין די לעצטע פאר יאר זענען נפטר געווארן די לעצט פארבליבענע צדיקים פונעם פריערדיגן דור.

-טשיינע גייט בקרוב ווערן די וועלט'ס גרויסמאכט.

-די היינטיגע אינגווארג לאכט זיך שוין אויס פון די רבנים.

-ס'איז געווארן היינט א וועלט ווי יעדער טאנצט נאך יעדעם.

-היינט צוטאגס קען מען שוין נישט וויסן ווער ס'איז אן עכטע עושר.

-די סיסטעם (וואַט עווער ס'מיינט) האלט אט אט ביים צוזאמפאלן.

-צרות ישראל מערן זיך לעצטענס מער און מער.

-ס'איז קלאר אז משיח קומט דעי יאר.

-אין צוויי דריי יאר ארום גייט נישט זיין מעגליך צו לעבן אן א סמארטפאון, די רבנים שלאגן זיך אויף א פארלוירענע קאמף.

-היינט קען מען שוין טון וואס מען וויל מיט קאפל און פיאות.
ענליך: היינט זענען דא מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום מיט שטריימל-בעקיטשע וואס אינווענדיג האלטן זיי ביי גארנישט!

-די לעצטע פאר יאר האט זיך יעדעס שמויגער זיין מיינונג.

-עס קומט א דריטע וועלט מלחמה.

-פאר די נייע דור קען מען שוין נישט איינרעדן וואס מען פלעגט אמאל.

-די וועלט גייט אויסלויפן פון אויל. (רוסלאנד לויפט אויס פון וואפן, לאל.)

-איראן האלט צוויי חדשים אוועק פון האבן א פארטיגע נוקלעארע וואפן.

-ארגענעזאציעס זענען היינט געווארן ביזנעסער.

-מענטשן האבן לעצטנס פארלוירן די געדולד, אלעס דארף געשעהן שנעל, מען אינוועסטירט נישט אין די "לאנג טערם".

-טאטעס גייען אויפהערן שיקן זייערע קינדער לערנען קיין ארץ ישראל.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:31 pm
דורך יואב
:like

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:34 pm
דורך סקעפטיקער
באכמוט פאלט

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 4:34 pm
דורך מתבודד
די דאזיגע נסיון איז "דאס לעצטע" פאר משיח קומט. (ציונות, טעלעוויזיע, ראדיא, עם פי טרי, אינטערנעט, לעיס פראנט...)

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:06 pm
דורך שפילער
היינטיגע בחורים... 20 יאר ציריק האט מען געזאגט די זעלבע זאך

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:09 pm
דורך אינטיליגענטער
א חוץ די סיסטעם איז אלעס אמת מער ווייניגער

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:17 pm
דורך טאמבל סאס
היינט מאכט מען שוין נישט שידוכים ווי אמאל. היינט זעהט מען זיך אפאר מאל בעפאר. מען געט א טשויס..

היינט שלאגט מען שוין נישט אין חדר. די חינוך סיסטעם האט זיך דראסטיש געטוישט. די רעבעס זענען פראפעשאנעל און א נייע, אינגע און ערגענישע דור..

Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 5:53 pm
דורך צוזאמגעדרייט
אינטיליגענטער האט געשריבן:א חוץ די סיסטעם איז אלעס אמת מער ווייניגער
עס גייט יא צוזאמפאלן אדער נישט? און מען פלעגט עס נישט זאגן אדער מען זאגט עס נאכאלץ נישט?

Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:04 pm
דורך שערי יושר
די סיסטעם פאלט נישט צעזאם.
מענטשן קענען אבער ארויספאלן.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואס פארשטייען דען די היינטיגע יונגווארג??

די אמאליגע פלעיס זענען געווען צו דער זאך!

די אמאליגע אמעריקאנער קארס זענען געווען פעסטע קארס, די היינטיגע? ווי פלעסטיג!

די אמאליגע סוטס האבן זיך געהאלטן לאנג! די היינטיגע ווי פאפיר ס'צוגייט גאנץ שנעל.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:25 pm
דורך שערי יושר
אדלער, די דערמאנסט מיך פון ר' ברוך וואלף פון יי זינגער'ס בוך 'פון א וועלט וואס מער נישט דא'

בילד

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 6:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ייש"כ פאר'ן דערמאנען.

עטס מיינטס היינטיגע ווינטערס זענען קאלט?! היינטיגע שניי זענען הויך?! ווען אונז זענען געווען קינדער איז די שניי אנגעקומען ביז די בויך!

שבת שקלים ווען מ'איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל צו זיין מיט'ן רעבן זחיסעיוגענעליינו איז געווען אזאנע פרעסטן מיט הויכע שניי אז קארס זענען פשוט געבליבן שטעקן אויפ'ן טרווועי און אויפ'ן סעווענטין.

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 7:27 pm
דורך שמעקעדיג
דארפסט נישט זיין צעבראכן, "עס קומט גוטע צייטן!" (באגלייט מיט א קלאפ אין רוקן)

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 8:05 pm
דורך דערהויבענע איד
אמאל האבן אפילו די באמי'שע ניגונים געהאט א שטיקל טעם.

ווען איך בין געווען א בחור איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן אז איך זאל טון/ זאגן /טראכטן

אמאל זענען אפילו די פויערן אויסגעגאנגען פאר'ן באשעפער

אמאל האבן אפילו די גוים געוויסט צו זאגן פון צניעות

היינט זעט שוין יעדער איינער אז סאטמער רב איז געווען גערעכט לגבי די ציונים, און חת''ס וועגן די טיילונג (אבער דעמאלטס האבן אלע רבנים געהאלטן אזוי).

היינטיגע אינגערלייט קענען נישט עפארדען קיין הויז, די געקויפעכט'ס גייט זיך ענדיגן מארגן

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
די מדינה (הטמאה) גייט בטל ווערן. (מתוך רחמים וחסדים.). ...נו...!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:33 am
דורך ווייסעכניש
וואס פארשטייען די יונגווארג

מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:12 pm
דורך הבחור_הזעצער
״קיין איינע פון די היינטיגע בדחנים קומען נישט צו, צו חיים מענדל״

Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 8:10 pm
דורך הבחור_הזעצער
דער פרישער דור געדענקט שוין נישט ווי מען פלעגט פאָרן אינעם סטאַנציע וואַגאָן אויפן אָלד רוט סעווענטין, בשעת די קינדער פון הונטן זיצן ריקווערטס…

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 10:04 pm
דורך קהל'ס נער
הבחור_הזעצער האט געשריבן:״קיין איינע פון די היינטיגע בדחנים קומען נישט צו, צו חיים מענדל״
דעיס איז די בעסטע דשאוק וואס איך האב נאר אמאל געהערט....

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ר' חיים מענדל אין זיין צייט איז געווען איינער פון די גרעסטע און בעסטע בדחנים. נאר ווען מ'זאלל נעמען און איבערזאגן היינטיגע צייטן זיינע דזשאוקס וולכע האבן אפגעשפיגלט דאס לעבן אין די פופציגער און זעכציגער יארן וועט קיינער נישט פארשטיין. (און נישט לאכן). די היינטיגע בדחנים זענען (ב"ה) זייער גוט אין זייער פאך. און זיי מאכן דעם עולם שמייכלען און לאכן. און זענען משמח חתן וכלה אויף דעם שענסטן פארנעם...!

איין קליינער משל. ווען א בדחן זאלל זיך אויפשטעללן היינטיגע צייטן און פארציילן א מעשה. אז א שלאס האט געקאסט 5 דאללער און דער שליסל האט געקאסט 14 טויזנט דאללער וועט קיינער נישט לאכן. ווייל מ'עט נישט פארשטיין וואס ס'איז פאני. נאר אין די צייטן (פון די '80גער יארן) ווען ס'איז אין וויליאמסבורג געווען איינגעפיהרט צו נעמען שליסל געלט פאר א דירה, האט עס אפגעשפיגלט דעם מצב. און א יעדער איינער האט געלאכט. משא"כ היינט. וואלט קיינער נישט געלאכט אויף דעם דזשאוק...!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:11 pm
דורך קידוש
דערהויבענע איד האט געשריבן:
היינטיגע אינגערלייט קענען נישט עפארדען קיין הויז, די געקויפעכט'ס גייט זיך ענדיגן מארגן
שטארקע ווארט

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:59 am
דורך שמעון וואלף
ס'קומט א קראך
די פאריגע דור האמיר נאך געהאט אמת'ע צדיקים
ואס פארשטייט די היינטיגע יונגווארג

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 1:06 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אמאל פלעגן אפילו די בעלעבאטעם זיין תלמידי חכמים.