בלאט 1 פון 3

טובי' מאיר ניימאן ווערט גערופען צו דין תורה

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 5:19 pm
דורך איך הער..
טובי' מאיר ניימאן איז פאר יעדעם וואויל באקאנט מיט זיינע ראבא קאללס פאר געלט פאר זיינע פארשידענע צוועקן, און אראפצוגיין פין זיין קאלל ליסטע שטעלט זיך ארויס צו זיין שווערער ווי מען מיינט.

זעט אויס אז ער איבערגעצויגן דעם שטריקל, און יעצט ווערט ער גערופן צו דין תורה ביי אברהם רובין אין מרדכי פירטה, אין א קלעסס עקשאן. על כל פנים אזוי שרייבן זיי.

האט איינער מער פרטים?

בילד

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 5:22 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
שמעקט פאלש.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 5:26 pm
דורך איך הער..
וואס מאכט דיך טראכטן אזוי?

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 5:28 pm
דורך אוהב ספרים
נאך וואספארא פרטים דארפסטו, שטייט אלעס קלאר ארויסגעשריבען אויף דעם צעטל.

*

אבער דער כותב דער איז אייזן, שרייבט נויעח מיט 18 גרייזן, דאס דארף זיין א עמטליכער בריוו פון א סד"ד, ביי הרה"ג ר' איצא ז"ל וואלט אזאנס נישט פארגעקומען.

הציבור החרוב.... [אפשר איז דאס נישט קיין טייפא]

ועוד

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 6:12 pm
דורך [NAMELESS]
עס שמעקט אז איינער וועלכער איז ברוגז אויף אברהם רובין און מרדכי פירטה, פארן העלפן אויספירן א גט, וויל מאכן פון זיי ליצנות, אדער אפשר גאר טובי' מאיר זאל זיך נעמען רעדן און האקן אויף זיי.
אנדערש האט עס נישט קיין פשט.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 6:38 pm
דורך וואלווי
פארוואס זאל דאס נישט זיין א געהעריגע דין תורה ?
א פערפעקט חושן משפט שערוריה.

האפענטליך איז דאס יא א דין תורה, וואס וועט אפשר זיגן, וועט דאס אפשר אראפשטעלן א פרעסעדנז אז גבאי צדקה מזיקים דארפן געבן דין וחשבון.

קען זיין מ'וועט נישט צוגעבן געלט פאר די תובעים על העבר ווייל ס'שווער צו קנס'נען, אבער ס'וועט קלאר שטעלן אז ער איז א מזיק על להבא.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 6:44 pm
דורך וואלווי
פורים קטן האט געשריבן:עס שמעקט אז איינער וועלכער איז ברוגז אויף אברהם רובין און מרדכי פירטה, פארן העלפן אויספירן א גט, וויל מאכן פון זיי ליצנות, אדער אפשר גאר טובי' מאיר זאל זיך נעמען רעדן און האקן אויף זיי.
אנדערש האט עס נישט קיין פשט.
די צוויי נעמען זענען אין די עסקנים טוענים ביזנעס?

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 6:49 pm
דורך כוואליעס
וואלווי האט געשריבן: די צוויי נעמען זענען אין די עסקנים טוענים ביזנעס?
יאא!! ביג טיים

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 6:56 pm
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:שמעקט פאלש.
כ'ווייס נישט פאלש. אומלאגיש, זיכער...!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 7:15 pm
דורך berlbalaguleh
ועוד כמה ראיות אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א קאנספיראציע.

ערשטנס איז נישט דא אזא מושג אין הלכה ווי "קלעס עקשאן". צווייטנס. אויב שוין יא ברענגען אן הלכה'דיגע קלאגע. האבן דען די דיינים פן בי"ד נישט געטראפן דעם ריכטיגן נאמען פאר די ד"ת אין הלכה אליינס? זיי דארפן (דען) אנקומען צו ענגלישע ווערטער צו דעפינירן א דין תורה?!

דריטנס: די ספעללינג פאסט פאר אן עם הארץ און בור. נישט פאר דיינים. אדער א ספרא דדייני.

עכ"פ. ס'איז א גוט שפיצל. דורך אמאטארישע עקטארס...!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 7:48 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, איך קען נישט גלייבן אז דו האסט פארגעסן ארייצושליידערן א ווארט איבער איצא שייגעץ...

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דיו ביסט זייער קיוט. פאר די וועלכע האבן ליעב דיינע שטיקלעך. נאר אפשר לאזסטו דאך שוין א ביסל מנוחה. דו ביסט נאר דא להרע ולא להיטיב. אמאל איז פארהאן א מענטש וואס ער איז אויף ביידע. מהיכי תיתי. אבער דיינע שטיק זענען שוין לאנג איבער די מאס (אפילו פאר דיר).ס'פשוט שאין הדעת סובלתן. אזא "בכבודד'דיגער איד", א בדחן און תלמיד חכם.

איך מיין אז ס'איז שוין די העכסטע צייט אז דו זאלסט (א ביסל) אויפהערן מיט דיינע שטיק. וכבודך במקומו מונח (דארט וואו ס'איז אייביג געווען).

I really know where you're coming from. But still. It's way over the top.

נ.ב.: אויב די ענגליש איז צו שווער פאר דיר קען איך עס דיר איבערטייטשן אויף
אונגאריש...!

און ביטע שיק מיר נישט קיין פריוואטע אדער פאבליק הודעות. וואספארא גוטער פריינט דו ביסט מיר. ייש"כ למפריע. (ניין. מיט א חירי"ק)

טובי מאיר ניימאן ווערט גערופען צי דין תורה,

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 8:47 pm
דורך קינות גירושין
.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 8:58 pm
דורך שמן למאור
קינות גירושין האט געשריבן:.
דו קומסט דא אריין נאך 8 יאר, און דו לאזט אונז איבער מיט א פינטל?!?!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:22 pm
דורך יין שרף
אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר. מצד אחד א מחאה נמרצה אויפן בזיון (המת..) פון כבוד מורינו שמעקעדיג שליט"א. און מצד שני כיבוד זקנים, און זיידי גייט שעלטן קללות נמרצות... ממילא בלייב איך שטיל.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:34 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: וואו האסטו געזעהן (אדער געהערט) זיידי שעלטן קללות נמרצות? אפשר נאך א פאר גלעזעלעך יין שרף דאכטציך דיר פארשידענע זאכן שלא היו ולא נבראו...!
ס'האט אמאל געדאוונט ביי אונז אין ביהמ"ד (געווען מיין שכן אין ביהמ"ד) אן אלטער איד קרוב צו א בן מאה לאורך ימים ונשים. זאגט ער מיר אמאל אז ער האט זייער גוטע אויערן... האביך איהם געענטפערט אז ער האט אזעלכע גוטע אויערן און ער הערט אפילו זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט...!

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:36 pm
דורך גאלדמאן
טמ"נ גנב'ט צייט און רואיגקייט, עס איז א די"ת ושאלה אין או"ח, נישט אין חו"מ.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
גאלדמאן: ס'איז אפשר א שאלה אין יו"ד. (כ'ווייס נישט וואו). אבער נישט אין חושן משפט.

ועוד: איך פערזענליך בין אינגאנצן נישט געשטערט פון זיינע ראבא-קאללס. אפשר ווייל מיין לעבן איז אזוי שטארק באורינג אז איך פריי מיך צו א יעדן פאון קאלל. אפילו פון טובי' מאיר ...לאל..

מיין איינציגע שאלה איז נאר אויב אלעס וואס ער זאגט איז אמת. ווייל אויב יא. איז ער דער צדיק הדור. אפשר טאקע... ער איז פערזענליך א שטארק געליטענער מענטש. נישט געהאט קיין קינדער א סאך יארן. און אנדערע פגעי הזמן. די פעדעראלע רעגירונג האטציך אויך פארלייגט אויף איהם און גערודפ'ט.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:54 am
דורך שמעון וואלף
קוקט טאקע אויס פאלש, אבער די איידיע געפעלט מיר.

אולי יחוס וועט איינער אדער עטליכע זיך נעמען צו זיינע ביינער און אים טאקע ריפן צו דין תורה.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 6:09 pm
דורך מכסה לשפנים
נאך א פראבלעם, די ענגליש מיט די אידיש שטימט נישט, מ'רעדט פון די ערשטע הזמנה אדער פון די צווייטע?

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 6:52 pm
דורך מונטסורי
די צעטיל איז לעדזישט כפי ידיעתי, קיין פרטים קען איך נישט.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 7:56 pm
דורך וואלווי
מכסה לשפנים האט געשריבן:נאך א פראבלעם, די ענגליש מיט די אידיש שטימט נישט, מ'רעדט פון די ערשטע הזמנה אדער פון די צווייטע?
דאס איז אפשר די איינציגסטע עכטע דיסקרעפענסי. אבער דאס קען אויך זיין א קאט/פעיסט טעות פון די ערשטע הזמנה וכדו'

די לשונות האבן צו טוהן מיט ספרא דדיינא, ס'איז לאו דוקא אן אינדיקעישאן אויף אמיתת הדין ודברים, און פרעגט גארנישט אפ.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 8:07 pm
דורך שעפטאל
יעך האב שוין געזיצען ביי דין תורות [נישט אלס תובע ונתבע... וואס מיינע אויגן האבן שוין מיטגעהאלטן וועל איך אפשר דערציילען ביי מילתא דבדיחותא...]
זיי לייגן געווענטליך א גרויסע דגוש אויף די פערפעשינלוזים
דער ספרא דדיינא קען אמאל בעסער שרייבן ווי דער ראש בית דין אליין

כ'ווינדער זיך ווי אזוי א בי"ד קען ארויסגעבען אזא פארפאטשקעטע צעפליקטע צעטל