בלאט 1 פון 1
וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 11:48 pm
דורך שווארצע אדיסי
וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
ס'באדערט מיין ווייב און כ'גלייב ס'מאכט די קוואליטעט פון מיין שלאף שוואכער.
איך רייכען די לעצטע פאר יאר, בערך א יאר+ צוריק בין איך אריבער צו וועיפן. בערך צוויי-דריי וואכן צוריק האב איך אינגאנצען גע'קוויט צו וועיפן, און לויט ווי מיין ווייב זאגסטו איז עס געווארן סך ערגער.
ס'האט שייכות?
בכל אופן, איז דא עפעס וואס מען קען טוהן?
א דאנק.
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:32 am
דורך שלמה המלך
שנארכען האט נישט מיט רייכערען קיין סך
עס האט מיט וואג, אויסגעמיטשעטקייט
סליפ עפניע וכדו'
רייכער ווייטער רואיג - אויב עס שטערט נישט ערגעץ אנדערש
ושכבת וערבה שנתיך
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:47 am
דורך הקורא
איך האב געליטן פון דעם, איך האב פארלוירן וואג און עס איז פארשווינדען
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:50 am
דורך מתבודד
קען זיין ביסט אפשר פשוט אביסל פארקילט אין די לעצטע פאר וואכן?
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 6:48 am
דורך שווארצע אדיסי
שלמה המלך האט געשריבן:שנארכען האט נישט מיט רייכערען קיין סך
עס האט מיט וואג, אויסגעמיטשעטקייט
סליפ עפניע וכדו'
רייכער ווייטער רואיג - אויב עס שטערט נישט ערגעץ אנדערש
ושכבת וערבה שנתיך
כ'האב נישט גע'קוויט וועגן שנארכען בכלל ס'איז פשוט געווען זייער מאדנע אז ס'געווארן ערגער לעצטענס. קא-אינדסידענטס.
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 6:49 am
דורך שווארצע אדיסי
הקורא האט געשריבן:איך האב געליטן פון דעם, איך האב פארלוירן וואג און עס איז פארשווינדען
קען יא טעל מי מאאר?
וויסאך פונט? אוז עסנאינגאנצען אוועק?
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 6:50 am
דורך שווארצע אדיסי
מתבודד האט געשריבן:קען זיין ביסט אפשר פשוט אביסל פארקילט אין די לעצטע פאר וואכן?
נאופ.
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 10:20 am
דורך ביבער
יעצט איז עללערדזשי סיזען, מיר מאכט עס יעדעס יאר שנארכען.
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 12:55 pm
דורך שווארצע אדיסי
ביבער האט געשריבן:יעצט איז עללערדזשי סיזען, מיר מאכט עס יעדעס יאר שנארכען.
איך האב נישט קיין שום עלערזשי סימטעמס
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 1:15 pm
דורך ערענסטער פארשוין
מאך א Sleep Study
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 1:25 pm
דורך אוהב ספרים
א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט
לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 6:43 pm
דורך הרב שיף
אזווי אלע זאגען פארלירן וואג, סליפ סטאדי, און כלערליי כלים וואס מען עדווערטייזט אז עס העלפט.
איך נוץ אויער שטאפיקעס.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 7:44 pm
דורך ערענסטער פארשוין
אוהב ספרים האט געשריבן:א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט
לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט
דו מיינסט מיט א CPAP מאשין, נישט oxygen
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 8:18 pm
דורך שושן פורים
נישט אייביג האט עס מיטן רייכערן אבער אסאך מאל יא.
ניקאטין שוואכט אפ די מוסקלען וואס קען פאראורזאכן אז בשעת'ן שלאפן זאל די אפגעווייעכטע טישו גענצליך אדער האלבוועגס פארמאכן די לופט רערן ביים האלז.
עס קען פונקט אזוי קומען פון איבערוואגיגקייט און פאר אסאך מענטשן איז עס גענעטיש.
אמאל איז די איינציגסטע זאך וואס האט עכט געארבעט געווען א סי פעפ מאשין. היינט צוטאגס איז שוין דא אסאך אנדערע עף די עי אפראווד מיטלען. איינע פון די מערסט פאפולערע איז א דענטאל דעווייס אזוי ווי ריטעינערס פון ברעיסעס וואס מען לייגט אריין אין מויל פארן גיין שלאפן און דאס האלט די ציינער אין פאזע ווי די לופט רערן בלייבן אפן. אויך איז דא א כלי וואס מאכט געוויסע עקסערסייזעס מיט די צונג וואס פארשטערקערט די מוסקלען. סוירדזשעריס איז אויך פארהאן מינים ומינים שונים.
די ערשטע סטעפ איז זיכער צו גיין צו א דאקטער און ווערן דיאגניזירט.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
ערענסטער פארשוין האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:א גרויס חלק פון דעם פראבלעם איז סליפ עפניע, מען דארף מאכען א סליפינג טעסט
לפעמים שלאפן מיט אקסיג'ען העלפט
דו מיינסט מיט א CPAP מאשין, נישט oxygen
זיכער: ווייל אקסיג'ען האט חסרונות אויך. ס'טרוקנט אויס די האלז. און געבן די נישט ריכטיגע מאס אקסיג'ן קען ברענגען מער שאדן ווי נוצן.
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:56 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
אמאל קען זיין אז שלאפן אויף די רוקן קען עס אויך מאכן, אזוי האב איך באמערקט אויף מיר
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:51 pm
דורך כספי
פארוואס אבער שטייט אין דרויסן אז דער מנהל האט געפנט די אשכול, און ס'איז בלוי, און ווען איך דרוק אויף דעם קומט עס אן צו אדעסי'ס פראפייל?
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:19 am
דורך שמעקעדיג
שוין אפאר מאל באמערקט, אויב א נייע ניק (א בלויע, מיט אונטער 25 תגובות) עפנט א אשכול און א מנהל/אחראי טוישט עפעס דערינען, ווערט עס נקראת על שמו.
איינע פון די מערערע באגס אויפן סייט וואס מען דארף פאררעכטן, אי"ה.
צוריק צום שנארכען אישו...
מפי השמועה איז כנ"ל, אפפאלן וואג איז די בעסטע - כאטש שווערסטע - סאלושען.
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 2:23 pm
דורך עבד ה'
געהאט די פראבלעים געגאנגען צו עפעס א דענטיסט און פלעטבוש געמאכט די סליפ עפניא טעסט און געגעבן עפעס וואס מ'דארף לייגן אויף די ציינער ביינאכט און עס איז ב''ה אוועק געגאנגן
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:49 pm
דורך מילך טראק
איינער איז געגאנגען צום דאקטער אז ער שנארכעטסט און די גערודער לאזט אים נישט שלאפן, האט ער אים געזאגט פארדעם דארפסטו נאך נישט קיין דאקטער ס'איז דא א פושוטע עיצה, ,גיי שלאפט אין די דערנעבענדיגע רום
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 9:36 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דערמאנט מיר א מעשה, א אידענע איז געקומען צו בית דין מיט א טענה אז איר מאן שנארכעט צו הויעך און עס שטערט זייער איר מנוחה און איר שלאף און אויב ס’בעסערט זיך נישט וויל זי א גט פיטורין,
האט בעזדן איר געענפערט הערט אויס מיר קענען נישט פסק'ענען ווילאנג ס’איז נישטא עדות אדער עוועדענץ לפנינו, זיי מוחל דאס קומענדיגע מאל ווען דיין מאן לייגט זיך ברענג אריין אין חדר המטות א ריקארדער און דאס נעקסטע מאל קום צום בעזדן מיט די ריקארדינג,
אקעי די פרוי קומט צו גיין אין בית-דין שטיבל מיט די ריקארדינג בידי’, און מען צינדט עס אן און והנה אמת נכון הדבר מען הערט קולות פונעם מאן ווי ער שנארכעטץ,
און נאך עטליכע מינוט הערענדיג דעם מאנ’ס שלאף-חזנות, הייבט מען אן הערן נאך שטערקערע קולות און דינערן אזש אז דאס בית דין טישל האט זיך געשאקלט... די דיינים פרעגן ס’פרוי וואס און ווער איז דאס? זאגט זי: כ’ווייס נישט - ווייל ביי די דאזיגע קולות בין איך שוין געשלאפן....
מוסר השכל: דער פראבלעם הייבט זיך געווענליך אן ביי דער וואס קאמפלעינט...
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:58 pm
דורך האלטער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 9:36 pm
דערמאנט מיר א מעשה, א אידענע איז געקומען צו בית דין מיט א טענה אז איר מאן שנארכעט צו הויעך און עס שטערט זייער איר מנוחה און איר שלאף און אויב ס’בעסערט זיך נישט וויל זי א גט פיטורין,
האט בעזדן איר געענפערט הערט אויס מיר קענען נישט פסק'ענען ווילאנג ס’איז נישטא עדות אדער עוועדענץ לפנינו, זיי מוחל דאס קומענדיגע מאל ווען דיין מאן לייגט זיך ברענג אריין אין חדר המטות א ריקארדער און דאס נעקסטע מאל קום צום בעזדן מיט די ריקארדינג,
אקעי די פרוי קומט צו גיין אין בית-דין שטיבל מיט די ריקארדינג בידי’, און מען צינדט עס אן און והנה אמת נכון הדבר מען הערט קולות פונעם מאן ווי ער שנארכעטץ,
און נאך עטליכע מינוט הערענדיג דעם מאנ’ס שלאף-חזנות, הייבט מען אן הערן נאך שטערקערע קולות און דינערן אזש אז דאס בית דין טישל האט זיך געשאקלט... די דיינים פרעגן ס’פרוי וואס און ווער איז דאס? זאגט זי: כ’ווייס נישט - ווייל ביי די דאזיגע קולות בין איך שוין געשלאפן....
מוסר השכל: דער פראבלעם הייבט זיך געווענליך אן ביי דער וואס קאמפלעינט
...
דאס איז א מוראדיגע מעשה. דער מענטש הערט נישט זיך אליינס. געוואלדיגע מוסר השכל.
Re: וואס קען מען טוהן פאר שנארכען?
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 2:03 pm
דורך האלטער
האלטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 1:58 pm
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 9:36 pm
דערמאנט מיר א מעשה, א אידענע איז געקומען צו בית דין מיט א טענה אז איר מאן שנארכעט צו הויעך און עס שטערט זייער איר מנוחה און איר שלאף און אויב ס’בעסערט זיך נישט וויל זי א גט פיטורין,
האט בעזדן איר געענפערט הערט אויס מיר קענען נישט פסק'ענען ווילאנג ס’איז נישטא עדות אדער עוועדענץ לפנינו, זיי מוחל דאס קומענדיגע מאל ווען דיין מאן לייגט זיך ברענג אריין אין חדר המטות א ריקארדער און דאס נעקסטע מאל קום צום בעזדן מיט די ריקארדינג,
אקעי די פרוי קומט צו גיין אין בית-דין שטיבל מיט די ריקארדינג בידי’, און מען צינדט עס אן און והנה אמת נכון הדבר מען הערט קולות פונעם מאן ווי ער שנארכעטץ,
און נאך עטליכע מינוט הערענדיג דעם מאנ’ס שלאף-חזנות, הייבט מען אן הערן נאך שטערקערע קולות און דינערן אזש אז דאס בית דין טישל האט זיך געשאקלט... די דיינים פרעגן ס’פרוי וואס און ווער איז דאס? זאגט זי: כ’ווייס נישט - ווייל ביי די דאזיגע קולות בין איך שוין געשלאפן....
מוסר השכל: דער פראבלעם הייבט זיך געווענליך אן ביי דער וואס קאמפלעינט
...
דאס איז א מוראדיגע מעשה. דער מענטש הערט נישט זיך אליינס. געוואלדיגע מוסר השכל.
למעשה לויט דעם איז דא א בעסערע עצה ווי גיין צו בית דין. זאל מען אויף איין נאכט מאן און ווייב גיין שלאפן אין באזונדערע צימערן, יעדער זאל לייגן לעבן בעט א ריקארדער, צופרי זאל יעדער הערן זיין אייגענע רעקארדינג, און אוי וועט זיך דער שלום בית שטעלין אויפן פלאץ.