בלאט 1 פון 2
דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:04 am
דורך אלע צוזאמען
אי''ה אפאר וואכן גייט מען הערן די מעשה פון די היימישע מגידים אין שטאט, המשפיע ר' אלימלך בידערמאן עט מאכן א לאנג'ס און א ברייט'ס פון די סיפור, לכאורה על'ן די פרטים שוין זיין געטוישט ביז דעמאלטס, איז דא האט עט'ס עס פירסט הענד.
פאריגע וואך פרייטאג מיטאג איז א וויליאמסבורג'ע אינגערמאן ארויסגעקומען פון איינע פון די פלייש סטאר'ס אין שטאט, און ער האט געזען א יונגערמאן שטיין נעבן זיין קאר און וויינט פשוטו כמשמעו, דער ערשטער יונגערמאן א שטיקל רעבישע האט עס נישט אויסגעהאלטן, איז ער צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט למה אתה בוכה? דער צווייטער זעהענדיג אז ער מיינט עס מיט אן ערנסטקייט, האט ער אים דערציילט, 'איך בין יעצט געווען אין בוטשער סטאר איינצוקויפן לכבוד שבת, און איך האב געדארפט ארויסגיין מיט ליידיגע הענט ווייל מיין קארד איז געווארן דיקליינד, מיט א שוין אלטע ריזיגע באלאנס, און איך גיי נישט יעצט האבן קיין פלייש פאר שבת, און שבר על שבר, זיך יאגענדיג האב איך געפארקט ווי מ'מעג נישט, און ארויסקומענדיג האב איך באמערקט א טיקעט אויף די פארנט פענסטער, איז פארוואס זאל איך נישט וויינען'.
דער ערשטער זאַך האט דער צווייטער אויסגעליידיגט זיין בערזל פון וואס איז געווען דארט, און אים עס געגעבן, פון אינסטינקט האט ער אראפ גענומען די שרעקעדיגע ענוועלאופ פון די ווינדאו, און עס געוואלט באטראכטן, נאך פאר ער האט עס געעפענט, האט ער געפילט אז ס'איז אביסל צו דיק, ער האט עס אויפגעמאכט ס'האט אנטהאלטן א פעסטן טיקעט, אונטער די קוויטל איז אבער געליגן עפעס בעסער, $730 קעש מיט נאך אביסל טשעינדזש, אפילו די רעסיט פון טשעיס באנק! די נארישע פאליסמאן איז לכאורה געווען געציילטע מינוט פארדעם אין באנק צו דעפאזיטן זיין טשעק, זיכענדיג אן ענוועלאופ ווי אריינצולייגן דאס געלט, האט ער עס געלייגט אינעם רויטן קאנווערט, און דאן עס ווייטער געניצט.
די צוויי יונגעלייט האבן זיך גענומען טאנצן אויפן פלאץ.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:25 am
דורך רביה''ק זי''ע
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:37 am
דורך טאמבל סאס
ס'פאסירן אזעלכע מעשיות אסאך נאר נאך א מזל אונז זעמיר אזא גאסיפינג סאסייעטי, און דוקא פאר אזעלכע געשיכטעלעך, אנדערש וואלטן מיר אונז נישט זוכה געווען צו הערן.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:26 am
דורך צקון לחש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.
דער באשעפער האט געמאכט אז געלט האט ווערט, אז מענטשן פארגעסן זיך און מאכן מיסטעיקס, און אז דאס קען גורם זיין לפעמים אז מענטשן זאלן טאנצן אויפ'ן גאס, וואס הייסט דאס וואו קומט ער אריין?
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:39 am
דורך הרב שיף
טאקע א שיינע מעשה.
עס הערט זיך שוין אביסל צוגעפיצט, אבער איך וועל ווארטען אפאר וואכן, מען זאל ציענדיגן דאס גלאנצן און פארבן.
וואלט געקענט מאכען א קידוש השם און מחזיר זיין די אבידה זאל דער גוי זאגען ברוך ה' אלקי שמעון בן שטח.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:41 am
דורך צקון לחש
הרב שיף האט געשריבן:וואלט געקענט מאכען א קידוש השם און מחזיר זיין די אבידה זאל דער גוי זאגען ברוך ה' אלקי שמעון בן שטח.
שמעון בן שטח אלץ פיין און וואויל, אבער דער איד האט דאך נישט קיין פרוטה צו די נשמה!!!
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:26 am
דורך ערנסטגערעדט
מגייט עס צופיצן
פונקט א וואך פריער האט דער איד צוגעזאגט אז ער וועט געבן 72 דאלער פאר (אינסערט ארגענעזאציע דא) און ווי דער צדיק (אינסערט פריערדיגן צדיק דא) האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט שטיצן מיינע מוסדות וועט באקומען פי עשר
איי שטעלט זיך די קשיא פארוואס האט ער געמאכט 730 און נישט 720 ממילא איז דא וואס זאגן סאיז מוכרח פון דעם אז ער האט געגעבן פאר א כולל, קומט אויס מיטן כולל האט ער גאר געגעבן 73, פארשטייט מען שוין
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 12:59 pm
דורך לייביששרייבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין.
ווי נישט?
ווי האסטו געהערט אז אַ פאליסמאן לאזט איבער אזא שיינער מטבע אנשטאט א טיקעט?
דאס איז א קלארער יד השם, איך קען עס נישט אנדערש אפלערנען, עס איז נישט קיין שכל'דיגע מעשה.
יא לייגן עס אריין אין מגושם'דיגער טבע'דיגער עבסענט מיינדעד מענטש. אבער דאס איז א מעשה וואס איז לא אתרחש אן א יד השם משגיח פרטי על כל.
א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש, זאל איבערלאזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויסגענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרטית.
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:45 pm
דורך איך הער..
א שיינע מעשה אפשר טאקע שיקען פאר ר' יואל גאלד זאל לייגען אויף יו טוב, כ'ווייס נישט אויף מיין קאר לייגט קיינער נישט קיין געלט, איז אפשר דא א וועג צי הינטען דעם באשעפער אז די צייט איז רייף עפעס צי איבער לאזען אויף מיין קאר אויך?
כ'מיין איך טי אלעס עקארדינג צי די בוך איך פיל ווי א פאסיגע קאנידאדט פאר א בינטעל גרינע.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:07 pm
דורך לייביששרייבער
קען אפשר געמאלן זיין אז דו דארפסט א צווייטע בוק.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:09 pm
דורך איך הער..
וויפיל תורה'ס האסטו?
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:30 pm
דורך צוזאמגעדרייט
וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?
די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".
אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.
לשיטתך.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לייביששרייבער האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין.
ווי נישט?
ווי האסטו געהערט אז אַ פאליסמאן לאזט איבער אזא שיינער מטבע אנשטאט א טיקעט?
https://www.reddit.com/r/self/comments/ ... f_cash_on/
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:09 pm
דורך שמן למאור
מה דאך ווען א פאליסמאן לייגט אריין געלט בטעות, איז דאס א סימן אויף גאט, כל שכן אז ווען Mr Beast געבט אוועק צען אלפים בכוונה איז דאס א ראיה אויף גאט.
ווער רעדט נאך ווען ער מאכן די
בלינדע זעעדיג און די
טויבע הערן...
ווייס איך נישט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט יוטוב, מען זעט דאך גאט אפענערהייט איבעראל...
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:15 pm
דורך שושן פורים
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?
די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".
אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.
לשיטתך.
לאמיר האפן אז דער פאליסמאן/טיקעט טיילער ווייסט אויך פון די 'הסתר פנים' קארטל און נוצט דאס זיך צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע געשיכטע.
ער איז אויפגעשטאנען, געגאנגען ארבעטן באמונה פאר די דזשאב וואס האט איהם געהייערט און דא פארלירט ער זיין אויסגעהארעוועטע געלט וואס ער האט ספעציעל ארויסגענומען צו קויפן א וואלענטיין מתנה פאר זיין אשת חיל.
דיין פוינט איז אבער א פאוערפול שכל'דיגע פוינט, סיי וועלכע זאך וואס מען נוצט אלץ ראי' פאר סיי וואס מיינט דאס אז ביי דיפאולט אויב געשעהט פארקערט איז עס א ראי' אויף די פארקערטע זאך. אויב דרעשט מען ארויס תירוצים צו פארענטפערן קשיות קען מען פונקט אזוי פארענטפערן די ראיות.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:17 pm
דורך טאמבל סאס
לייביששרייבער האט געשריבן:
א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש, זאל איבערלאָזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויסגענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרטית.
וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:50 pm
דורך דיכטער
א שיינע זיסע מעשה.
דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?
לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:21 pm
דורך צקון לחש
שמן למאור האט געשריבן:...ווייס איך נישט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט יוטוב, מען זעט דאך גאט אפענערהייט איבעראל...
נו גלייבן איז דאך א גרעסערע מדרגה ווי זעהן
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 4:43 pm
דורך טראפעלע
דיכטער האט געשריבן:א שיינע זיסע מעשה.
דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?
לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
רבונו של עולם
טשיז קעיק מיט פיש זאפט.
ווי קומט צו דער אזעלכע איידיעס?
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 5:11 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.
(דאס)
נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 2:27 am
דורך לייביששרייבער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?
די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".
אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.
לשיטתך.
פונקט קאפויער, דער פאליציי פערזאן האט באקומען א מידה כנגד מידה שטראף פאר מאכן שאדנס פון מענטשען אזויפיל געלט על לא דבר.
די קאר איז געשטאנען 15.1 פיס נעבן דעם פאמפ האט ער באקומען א טיקעט. פארוואס, ווייל ער קען געבן, נישט ווייל יענער האט פוגע געווען אין געזעץ. עס איז דא 750 דוללער ווערט טיקעטס וואס די פאליציי האט געשריבן ממש על לא דבר און דער פאר איז ער/זי געווארן באשטראפט מיט אט די סכום.
אוי אוי איז דא א גוטער באשעפער ער איז משגיח פריי על כל פרט ופרט. עפען די אויגן וועסטו זעהן א יד השם אין יעדע ריר פון דיין לעבן ווי דער יד השם לאזט דיך איבער פאר קיין רגע. צום בויען און צום (אין דיינע אויגן) איז נאר ער און ווייטער ער. דזשאסט קוק דיך אים אויף אלעס וואס פאסירט מיט א טיפערע בליק, נישט סתם אויבערפלעכליך.
נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 2:31 am
דורך לייביששרייבער
טאמבל סאס האט געשריבן: וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.
צו וועמען? ער ווייסט דאך נישט ווער?
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 2:32 am
דורך לייביששרייבער
דיכטער האט געשריבן:א שיינע זיסע מעשה.
דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?
לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
נישטא קיין איין מעשה וואס ווייזט אויף נישט. די פראבלעים איז די קוקסט נישט זעהסטו נישט. עפן דיינע אויגן וועסטו זעהן אז עס איז נישטא קיין רור אן קיין דירעקטע השגחה פונעם רובוש''ע דו''ק ותשכח.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk