בלאט 1 פון 12

וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:11 am
דורך אוהב ספרים
[הערה: איך האף אז מען וועט נישט פארמעקן דעם געהענגל, ווייל געוויסע וועלן דאס כאראקטעריזירן אלס א פריוואטע ביזנעס געפעכט.]

טוט זיך א נייע סומאטוכע אין וויליאמסבורג. 2 נייע סופערמארקעט עפענען זיך אויף אין די טעג, און גייען האבן פולע בוטשער סטאר'ס [דהיינו נישט פארקויפן נאר געפאקטע פלייש], נאר א פול פלעדזש בוטשער, און דאס גייט זיין אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים.

פארשטייט זיך אז די פארוואלטונג פון א געוויסע קהלה בוטשער געשעפט [וואס די לאקאל געפינט זיך ביי לי קארנער ראדני] טוט דאס נישט געפעלן און פארפירן מעשים אז דאס זאל נישט פאסירן. היינט איז ארויסגעקומען א קול קורא פון אדמור"י ורבני וומסב"ג אנטקעגן קויפן פלייש אין סופערמארקעטס.

יאכלו ענוים וישבעו!

סופערמארקעט עד
סופערמארקעט.jpeg
קול קורא מרבני ואדמורי וומסב"ג
קול קורא.jpeg
מפרסמין עושי מצוה
מפרסמים.jpeg

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 9:25 am
דורך ערנסטגערעדט
זאגט מיר איינער
אז בעצם איז נישט קיין שום פראבלעם
מקען מאכן א מה מצינו
אזוי ווי די עירוב האט יענער הייליגער רבי געמאכט מיט די הענט אז סנישט דא
אזוי אויך קען מען דא זאגן ביים גראסערי מקען נישט דארט פארקויפן פלייש ווייל די גראסערי עקזיסטירט נישט
ודוק

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:06 am
דורך אלע צוזאמען
די חוצפה פון לייגן חתימות אן אפילו פרעגן :קראץ:

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
מן הסתם האבן די פארוואלטונג פון די סופערמארקעטס נישט באצאלט די דוטיס פאר די פארוואלונגס פון די שטאט. צו ווייל די דוטיס זענען פשוט ארויפגעגאנגען און זיי האבן נאר צאלן די דוטיס פון אמאל? אבער אונז ילידי וויליאמסבורג ווייסן קלאר פון די כללי המסחר "ואינו נאכל אלא צלי" אז מ'צאלט האט מען.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:30 am
דורך מן הסתם
ר' הלל וויינבערגער איז דאך פון די סאכדעס, הלמאי ער שרייבט אונטער און איז אליין דער בעל מכשיר?

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגען פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:34 am
דורך טמיר
ווער שארט אריין די מיליאנען רווחים פון די לי פלייש געשעפט?
לויט ווי כ'האב געהערט איז עס א 50/50 שותפות, קיט"ל און א פריוואטער מענטש

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:35 am
דורך הרב שיף
עס איז זייער מאדנע.

די בריוו ברענגט ארויס די מעלה פון וואס די סופערמארקעטס האבען יעצט געטוען, אנשטאט די אלטע וועג.

די בריוו זאגט זייער א ריכטיגע זאך, מען זאל קויפן פלייש נאר פון א געשעפט וואס האט א הכשר פון א רב מובהק.

און בעצם איז דא א הידור צו קויפן פון א בוטשער,נישט ווי געוויסע גרויסע געשעפטען וואס האבען נישט קיין אייגענע בוטשער נאר זיי פארקויפן אלע מיני פלייש, בהכשרים שונים ומשונות.

וואס די סופערמארקעטס האבען יעצט פראבירט צו טוען צו מאכען א בוטשער אונטער א רב מובהק, און נישט אריינעמען פרעמדע פלייש, נאר האבען א אייגענע בוטשער.

איז דאך דער בריוו א חיזוק פאר די סופערמארקעטס. עפעס פארשטיי איך דא נישט.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:44 am
דורך יין שרף
וועט מען זעהן אויב ביי בינגא האלטן זיי אויך אזוי..

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:58 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טמיר האט געשריבן:ווער שארט אריין די מיליאנען רווחים פון די לי פלייש געשעפט?
לויט ווי כ'האב געהערט איז עס א 50/50 שותפות, קיט"ל און א פריוואטער מענטש
ס'איז לכאורה פריוואטע מענטשן וואס פירן אן קיט"ל! ווער איז קיט"ל בכלל?!

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:22 am
דורך מסופק
הרב שיף האט געשריבן:עס איז זייער מאדנע.

די בריוו ברענגט ארויס די מעלה פון וואס די סופערמארקעטס האבען יעצט געטוען, אנשטאט די אלטע וועג.

די בריוו זאגט זייער א ריכטיגע זאך, מען זאל קויפן פלייש נאר פון א געשעפט וואס האט א הכשר פון א רב מובהק.

און בעצם איז דא א הידור צו קויפן פון א בוטשער,נישט ווי געוויסע גרויסע געשעפטען וואס האבען נישט קיין אייגענע בוטשער נאר זיי פארקויפן אלע מיני פלייש, בהכשרים שונים ומשונות.

וואס די סופערמארקעטס האבען יעצט פראבירט צו טוען צו מאכען א בוטשער אונטער א רב מובהק, און נישט אריינעמען פרעמדע פלייש, נאר האבען א אייגענע בוטשער.

איז דאך דער בריוו א חיזוק פאר די סופערמארקעטס. עפעס פארשטיי איך דא נישט.
נאכמער, התאחדות איז דאך די שטערקסטע קהילה אין נ"י.
קען דאך נישט זיין בעסער, א קהילה מיט אן אייגענע בוטשער

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:24 am
דורך פארווע חסיד
איך האב גאנץ א קנאפע פראבלעם מיט די אלע צעטליך,
איין קלייניגקייט באדערט מיך דא. אז איר ווילט קריגען, דאַן פארוואס נישט אויף די נארמאלע וועג?
82 איז באקאנט צי זיין גאָר ארימע קוואליטעט, מאגערע, פריזער, אימפארטירטע, שמוציג געפאקטע פלייש, קומט איינער אויף מיט עפעס מער קאָנוויניענט, טריי דו צו זיין מער בעסער
דארפט איר נישט מורא האבען אז דער עולם וועט אוועקלויפן,
אין אינאיינוועגס וועלן אסאך הינגעריגע אידען פארדינען אזויווי אין א יעדע נארמאלער "ביזנעס".

דערמאנט מיך פון די בארא פארק באס.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:38 am
דורך פונדאַמענטאַל
זיי זענען מצליח מיר צו איבערראשן פון פריש יעדע מאל עקסטער ווי ווייט זיי זענען גרייט צו גיין - אלעס צו באשיצן די אייגענע אינטערעסן. אין פעלער ווי אפילו די גאר גלויביגע קענען זיך שוין נישט נארן אז מען מיינט באמת לשם שמים.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:39 am
דורך הרב שיף
קליינע סטארס מעגען נאך אלץ פארקויפן מיעל מארט קאלד קאטס?

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:53 am
דורך גאלדמאן
די סאטמאר קול קורא איז א מורא'דיגע וועג ווייזער און חיזוק פאר יעדע איד בעל מקום שהוא אז לצורך פרנסה ועשירות איז אלעס מותר.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 12:21 pm
דורך איך הער..
צו מיר קוקט אויס די גאנצע פרשה ווי א power struggle צווישן אפאר פריוואטע מענטשן, קע"ה די בעלי בתים פון די צוויי נייע סופערמארקעטס האבן ב"ה טיפע טאשן מיט שטארקע קשרים, ס'העט זיך לכאורה ענדיגן מיט עפעס א נארישע פשרה צו בארוהיגן דעם צד שכנגדו, און סאכדעס וועט זיין בעק אין ביזנעס.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 12:49 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
כ’קען פרעגן א קלאץ קשיא? איך פארשטיי נישט איין זאך, מה נשתנה וויליפעסט פון מאנסי / בארא פארק / לעיקוואד / פלעטבוש / קעטסקילס - ווי די אלע סופערמארקעטס פארקויפן פלייש ?

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ’קען פרעגן א קלאץ קשיא? איך פארשטיי נישט איין זאך, מה נשתנה וויליפעסט פון מאנסי / בארא פארק / לעיקוואד / פלעטבוש / קעטסקילס - ווי די אלע סופערמארקעטס פארקויפן פלייש ?
ווייל וויליאמסבורג באלאנגט צו א מאפיע. גיי פרוביר צו באקומען פערמיטס צו בויען דירות. אדער אריינצוברענגן מילכיגס אדער פליישיגס וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די זעלבסט געקרוינטע פירערס "מטעם די קהילות" וואס ווערן אנגעפירט דורך זייערע מאפיעס.

בארא פארק/מאנסי/פלעטבוש/פייוו טאונס וכו' זענען אלע נייטראלע אידישע שטעט, משא"כ קרית יואל און וויליאמסבורג זענען צוויי שטעט וואס ווערן אנגעפירט פון קעגנזייטיגע מאפיע גרופעס, וואס היטן זיך אפ איינער דעם צווייטן מיט א שטארקע שמור לי ואשמור לך אפמאך. אמאל אמאל קען עס אביסל ארויסגיין פון די שינעס, ווי למשל היצטערט, מיט התאחדות וואס איז מער אן ארויניש געשטימטע ארגענעזאציע אבער למעשה האט התאחדות אויך צוריק געצויגן, טאקע וועגן דעם שמור לי ואשמור לך אפמאך.

פונקט ווי ביי די איטאליענישע/ רוסישע מאפיע וואו ס'הערשט טעריטאריעלע אפמאכן.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:22 pm
דורך פארווע חסיד
ווי @הרב שיף ברענגט ארויס בתוך דבריו איז די גאנצע קול קורא אומפארשטענדליך
קענסט ארויסקומען מ'זאל קויפן נאר אין א בוטשער וואס האט בלויז איין מין פלייש, וועגן repackaging מכשולות.
(הגם מ'קען זיך אויף דעם אויכעט דינגען, ווייל ס'האט דאך א גוטע השגחה טאקע אט אויף די repackaging)
אבער ווען א געשעפט האט א התאחדות עקסלוסיוו בוטשער בתוך זייער סופערמארקעט, וואס איז די פראבלעם?!?
מוז א בוטשער זיין מיט א עקסטערע טיר?

איבעיא להו, האבן די בני ישיבה אן איבעיא געפרעגט, אויב איז די בוטשער א עקסטערע מקום פאר זיך, אבער מ'מוז נישט ארויסגיין דורך די גאס, מאי? תיקו.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:17 pm
דורך חב''ד הויזן
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: ווי למשל היצטערט, מיט התאחדות וואס איז מער אן ארויניש געשטימטע ארגענעזאציע
ביסט ערנסט? התאחדות איז זאלוניש געשטימט אויפ'ן שטערקסטן אופן.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:50 pm
דורך פארווע חסיד
איך ווינדער מיך סתם וויאזי קען מען נעמען דא א חתימה פין יאוואזשנע
ער איז דאך א Vegan


(נישט אז אלע אנדערע פארשטיי איך יאָ)

Re: ומסב

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:17 pm
דורך איך הער..
מ'דארף געבן פאר רבנים א דרך ארץ'דיגע טיטל
מנהל

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:22 pm
דורך טראפעלע
איך הער.. האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:איך ווינדער מיך סתם וויאזי קען מען נעמען דא א חתימה פין יאוואזשנע
ער איז דאך א Vegan


(נישט אז אלע אנדערע פארשטיי איך יאָ)
ווי זאגט מען ווען משוגעים קענען ווען פליען וואלט יאוואזשנע געווען א לופטפעלד.
:lol:

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 3:33 pm
דורך בעל אחריות
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:זיי זענען מצליח מיר צו איבערראשן פון פריש יעדע מאל עקסטער ווי ווייט זיי זענען גרייט צו גיין - אלעס צו באשיצן די אייגענע אינטערעסן. אין פעלער ווי אפילו די גאר גלויביגע קענען זיך שוין נישט נארן אז מען מיינט באמת לשם שמים.
סעים העיר, איך בין געווען סורפרייזד ווען איך האב געזעהן דעם קול קורא היינט ווי ווייט קול קורא'ס זענען געווארן אן אפיציעלע ליצנות.