בלאט 1 פון 3

ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:31 pm
דורך אבטח ולא אפחד
וויבאלט אסאך אירע דא זענען פליטים פון א "נישט" רואיג ווינקל מיטן נאמען ==אייוועלט==, ואני בתוכם.
אונז האמער געהאט אונזערע געפעכטן און פארבונדיגונגען אונזערע אפס און דאWנס, אונזערע גוטע מאמענטן און שווערע מצבים מיט חברים פון אייוועלט. ממילא וויל איך דא הערן אייערע מיינונגען איבער די ניקים פון אייוועלט.
ווער זענען די אויפגעקלערטע? ווער זענען די קנאים?
וועם לוינט זיך צו פאלויען?
ווער איז עכט א ק"ש'ניק און שפילט קדוש אויף אייוועלט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:52 pm
דורך צקון לחש
יעדער וואס שרייבט אויף די אינטערנעט איז אן אויפגעקלערטע בלב

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:59 pm
דורך אבטח ולא אפחד
צקון לחש האט געשריבן:יעדער וואס שרייבט אויף די אינטערנעט איז אן אויפגעקלערטע בלב
קענסט נישט די עכטע אייוועלטניקעס...

Re: ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:53 pm
דורך צוזאמגעדרייט
מען מעג דאס נישט דיסקוסירן אויף איי-שעלט? איך פרעג נאר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:33 pm
דורך שמן למאור
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:52 pm
דורך דערהויבענע איד
איינער ''טערעפיע'' האט זייער שיין און קלוג גערעדט ביי די אשכול פון געבן ליבשאפט פאר קינדער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:20 pm
דורך גליקלעך
שמן למאור האט געשריבן:זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm
דורך קאצקע ציקער
גליקלעך האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:39 pm
דורך אבטח ולא אפחד
קאצקע ציקער האט געשריבן:
גליקלעך האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
אויב האט ער דאס געשריבן בין איך זיכער אז דער גאנצער ניק איז דערנאך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:47 pm
דורך צקון לחש
קאצקע ציקער האט געשריבן:הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
ס'מאכט טאקע מער סענס אז ער האט געמיינט צו זיין סארקאסטיש, אבער איך גלייב אז ער האלט עכט אזוי אין הארץ

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:55 pm
דורך yn.NY
קאצקע ציקער האט געשריבן:
גליקלעך האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
צו ער האט עס נישט געמיינט סארקאסטיש, צו יא: זיין פוינט בלייבט א שטארקע פוינט! (אפשר ווייסט ער אליינס נישט ווי גוט ער זאגט...)

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:00 pm
דורך בעל אחריות
צקון לחש האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
ס'מאכט טאקע מער סענס אז ער האט געמיינט צו זיין סארקאסטיש, אבער איך גלייב אז ער האלט עכט אזוי אין הארץ
יעדער וואס דרייט זיך אויף אייוועלט וועט דיר זאגן אז ממוצע האט עס געמיינט סארקאסטיש, גראדע האט ער א שטארקע שכל ישר אבער ער איז מער פון די פרומערע,

דאס וואס דו שרייבסט אז אין הארץ האלט ער אזוי האסטו מסתמא סתם געשריבען, אבער עכט האלטסטו נישט אזוי...

דו מיינסט מסתמא צו זאגן אז אויב קען ער אזוי שרייבן מיז זיין אז ער האט עטליעסט עפעס א צד ספק אין זיין הארץ אז דאס וואס ער שרייבט איז בערך אמת, אבער דעי צד ספק קען זיין זייער קליין, ודוק

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווער זייער צומישט אין אייוועלט ווייל ס'מיר זייער שווער צו כאפן ווער ס'רעדט צו וועם, אסאך מאל זעהט מיר עס אויס ווי ס'איז צוויי דריי מענטשן וואס שרייבן אונטער פארשידענע ניקים. אין קאוועשטיבל האט כמעט יעדע אקטיווע ניק אן אייגענארטיגע קערעקטער און אגענדע דערפאר איז מיר גרינגער צו כאפן די מהלך פון א שמועס, אין אייוועלט האב איך עס נאכנישט אויפגעכאפט, ס'פילט זיך ווי reddit. הגם איך גלייב באמונה שלימה אז ס'טוט זיך דארט טיפע חילוקי דעות אין דברים העומדים ברומו של עולם צו צמצום איז כפשוטו אדער נישט און צו אלטא פייגא האט געמאכט באקסעדיגע לאקשן נאר פאר די חגי תשרי אדער אויך שבועות, אבער פאר אזא עם הארץ ווי מיר וואס ליגט נישט אזוי אין די ענינים זעהט מיר אויס ווי ס'אלעס איין זאך. ס'איז אזא בחינה ווי פאליטיק, דארט גלייב איך אויך באמונה שלימה אז די חילוקי דעות זענען ממש כרחוק מזרח ממערב, אבער פאר מיינע פליישיגע אויגן זעהט אויס ווי אלע פאליטיקאנטן זאגן די זעלבע זאך נאר מיט אן אנדערן נוסח, והשם הטוב יכפר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:16 pm
דורך ערנסטגערעדט
כהאב מיך נישט קיין סאך געדרייט אויף איי וועלט
אבער דאס ביסל וואס יא עקלט מיר
סאיז אזעלכע קופקעס צו וואס איך וואלט נישט צוגעגאנגען
סהערט זיך מוראדיג קינדעריש , פאר סאם ריזאן סאונד ק״ש אביסל מער מעטשור
בכלל איז דא צופיל מענטשן דארט אזויווי @רביה״ק זי״ע זאגט מכאפט נישט ווער רעדט צו וועם
אביסל טו מאטש פאר מיר

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:19 pm
דורך בעל אחריות
רבינו, ביסט גערעכט אז אויף אייוועלט זענען דא אסאך אירע וואס מיינען טאקע אז די וועלט ענדיגט זיך ביי באקסיגע לאקשאן (?), אבער פון די אנדערע זייט האסטו דארט אויך גענוג געריבענע חברה מיט וועם מען קען גיין צום טיש, סיי פון די פרומערע און סיי פון די קאווע שטיבל סארט אידן, מען קען באמערקן אויף אסאך חברה דארט אז זיי זענען "אנוסים"...

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:30 pm
דורך תוהו ובוהו
מנהל האט געשריבן:לעצטענס איז דא אזויפיל אשכולות וועגן אייוועלט אז אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע פארום נאר פאר אלע מיני שמועסן וועגן אייוועלט....
אדער גאר עפענען א באזונדערע וועבסייט דערפאר. כ'מיין מ'זאל עס א נאמען געבן 'אייוועלט'...

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
מנהל האט געשריבן:לעצטענס איז דא אזויפיל אשכולות וועגן אייוועלט אז אפשר דארף מען מאכן א באזונדערע פארום נאר פאר אלע מיני שמועסן וועגן אייוועלט....
גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע... מ'קען האבן אין אזא פארעם באזינדערע אשכולות דעדיקעיטעד צו עקסטערע אשכולות אין אייוועלט. און מ'קען דא געבן לייוו קאמענטערי

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:55 pm
דורך שעפטאל
תוהו ובוהו'ס עצה עפענען א נייע סייט מיטן נאמען אייוועלט.

גלגל החוזר...

א דור צוויי נאך אונז וועט מחליט זיין אז די פשוטע גדרי השטיבל זענען אויך עפעס צו פארמאכט
[העי אונז זענען אפענמיינדעד.. א ניק קען זיך נישט רופן משיגענער? וואט די פראבלעם?..]

זיי גייען עפענען א סייט מיטען נאמען ריעל קאווע
[זייער גדרים וועלען זיין: מ'טאר נישט שרייבן עפעס וואס שמעקט פון אמונה
יעדע תגובה מוז זיין א דשאק אדער עפעס א קעטש
אדער גאר ס'גייט נישט זיין קיין שומר הפתח בכלל. [גוים מעגן נישט שרייבן? דיסקרימענאציע!! פארמאכטע קעפ דעי אלטע קאווע]

אבער שיין גייען זיי אויסקוקען
זיי גייען א גאנצע צייט צוריק קוקן וואס אונז שרייבען דא
וואס אונז מעגן און וואס נישט
וועלכע תגובה איז באמת נאר סארקאסטיש
וועלכע ניק איז פון די אנוסים
א.א.וו

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 11:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בעל אחריות האט געשריבן:רבינו, ביסט גערעכט אז אויף אייוועלט זענען דא אסאך אירע וואס מיינען טאקע אז די וועלט ענדיגט זיך ביי באקסיגע לאקשאן (?), אבער פון די אנדערע זייט האסטו דארט אויך גענוג געריבענע חברה מיט וועם מען קען גיין צום טיש, סיי פון די פרומערע און סיי פון די קאווע שטיבל סארט אידן, מען קען באמערקן אויף אסאך חברה דארט אז זיי זענען "אנוסים"...
כ'האב מיך טאקע נישט באצויגן צו געריבן אדער פרום, כ'האב פשוט גערעדט פון די variety of opinions וואס איז דא דא אין שטיבל און נישט אין אייוועלט. ביי אונז קענסטו האבן אין איין שמועס צעהן סארטן מענטשן, אפיקורסישע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס עוואלוציע האט זיי געפירט צו אפיקורסת און אנדערע וואס האבן אנגעפאנגען גלייבן אין עוואלוציע נאר נאכ'ן ווערן אפיקורסים), פרומע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס האלטן אז ס'נישט קיין סתירה און סיי אזעלכע וואס האלטן אז דאס איז די "ריכטיגע השקפה"), פרומע אנטי-אבולוציה חברה, אפיקורסישע אנטי-אבולוציה (אזעלכע פלעט ערטה סטייל חברה...), אזעלכע וואס געבן נישט קיין דעקל, א.א.וו., אין אייוועלט, אפילו אן די צענזור וואלטן נאר געוועהן צוויי מחנות, פרומע אנטי-אבולוציה און אפיקורסישע מאמיני אבולוציה. ס'האט אויך מיט דעם וואס דא אין שטיבל איז מער אזא סארט קולטור וואו אז מ'האט נישט וואס צוצולייגן האלט מען זיך דאס מויל, אין אייוועלט וואו ס'נישט דא דיעס סארט קולטור קענסטו טאקע זעהן פופצן ניקים זאגן אקוראט די זעלבע זאך, און דערנאך ווען די אנדערע פופצן ניקים זאגן פארקערט ווייסטו נישט ווער ס'באציהט זיך צו וועם און צו ס'איז בכלל צוויי מענטשן וואס שרייבן יעדער אונטער 15 ניקים.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 12:10 am
דורך דערהויבענע איד
סטאוו יא פיטא איז אזא בהמה, ער האלט זיך פאר א ''עכטע'' איד, א ''קלוגע'' קנאי, זיין שגעון גדלות מיט זיין סאטמער'ע טיפשות שטינקט מיילן ווייט.

פראקטיש איז א סאטמערע אינטולעקטואל, א איד וואס איז זייער קלוג און נישט ווייניגער סענסעטיוו, א זאך וואס ברענגט אים צו האלטן דעות געשטופט פון רגשות. אזוי אויך האט ער עמעצונאלע בלאקעזשעס וואס מאכן אים אוועק פון זען דער אמת.

נשמת הכל איז א טערעפיסט וואס ווייסט אסאך פון מענטל העלט, אבער דאך צו מיט א סאטמערע בליק. לדוגמה איז ער זייער סטאק מיט די ''משפיע- מקבל'' סיטואציע לגבי שלום בית, מיט נאך אזעלכע געביידעס וואס זייער מקור איז אומבאקאנט. ער האט לכאורה גענומען אזא האלבע לעגאלע דעגרי, און זיין ווייב האט אים געהאלפען מאכן די טעסט.

טישטוך האט ב''ה א אפענע קאפ, זעט אויס ווי ער וואוינט אין א''י, טאקע צומאל מעקט מען זיינע אנטי קנאי'שע תגיבים.

יצחק אייזיק איז א נארמאלע מענטש, טראכט גראד, וואס ווערט נישט פארקויפט לדוגמה פאר לעיזער קרויס'ס אפפאל.

הרב יאל קליין קען זייער אסאך טעקניקעלס פון עלעקטעראניקס, קאמפיוטער'ס און מיוזיק, דאך קומט ער עקרא''ס זייער פארביסן וועגן די היינטיגע מיוזיק, און נאך קנאות אנגעלעגענהייטן. דוכט זיך מיר אז אין פריוואטע לעבן איז ער גאר א פריינטליכער און געשמאקער, מו הסתם שרייבט ער ווען ער איז נערוועס.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 1:13 am
דורך קאצקע ציקער
זייער גיט שרייבסטו keep it coming

טישטיך האט בלי ספק דא א ניק lol און יצחק אייזיק מסתם נישט אבער כמעט ...

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 1:53 am
דורך אבטח ולא אפחד
זייער רעפארטאדזש אויף די רוס-אוקריינע מלחמה איז באמת צום באוואונדערן.
קרעדיט פאר זייער נקדימון, הכל הבל, ישראל הלוי.

מאניש בנבנשתי בין איך זיכער אז ער האט אויך א ניק דא. ער איז פאר די בוקס...

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 4:09 am
דורך מתבודד
@נקדימון קום אריין קלאר...