בלאט 1 פון 1

אויסדריקן פון ר' שלמה קארלבאך

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:53 pm
דורך שעפטאל
כ'ווייס נישט וויפיל די היינטיגע דור איז אינטרעסירט אין קאלבאך ניגונים
ער האט עפעס א געפערליכע וועג פון רעדן דמיונית'דיג, ממש ווי טריפ

כ'וועל ברענגען אפאר וואס כ'דענק אויפן רגע, אויב ס'בליצט אייך אריין אין קאפ עפעס א לשון - ביטע שיער עס מיט
[כ'זאל עס שרייבן אין אידיש, אדער אין ענגליש כלשונו?]
---

די הייליגע מעסטער [צדיק] קוקט אויף איהם מיט זיינע אויגן פארמאכט...

זי [יוסל'ס מאמע] האט עם פארציילט אלעס וואס זי האט געוויסט און אלעס וואס זי האט נישט געוויסט...

יא (ק)נאו, יעדע אמת'ע מעשה ענדיגט זיך נישט. ווען אונז דערציילען א מעשה פאר אונזערע בעיאָטעפיל קינדערלעך שלאפן זיי איין פאר די ענדע. ווייל ס'ענדיגט זיך נישט...

אמאל ווען מ'ווארט אויף עפעס אזוי לאנג אז ווען ס'קומט שוין אהן - לויפט מען אוועק. ווען משיח גייט פיינעלי קומען - גיימער אנטלויפן. אמאל אונזער קינד וויינט, ווען מ'קומט שוין צו פיהל מיט ליבשאפט - אנטלויפט ער - ווייל ער ווארט אויף משיח...

צוויי בעיאטיפעל מיידעלעך האבן מיך זייער שטארק וויי געטוהן, איינע האט מיך איבערגעבעהטן. כ'בין זי מוחל. אבער זי ווערט נישט מיין גירל פרענד. די צווייטע האט פשוט געוויינט, זי פיהלט אזוי שטארק מיין צער אז זי קען נישט איבערבעטן. זי איז מיין גירל פרענד. יוה"כ ווען מ'בעהט מחילה איז זייער שיין אבער נישט פאר משיח. משיח קומט דוקא אויף תשעה באב ווען אונז זאגן: רבוש"ע ווי האָרט יאָ סאו מאטש ווי קענט איווען עסק פאָרגיב'נעס...