בלאט 1 פון 1

"Food" ביים היימישן אידנטום

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:28 am
דורך דערהויבענע איד
איך וויל ארויפברענגען א נושא וואס דארף ווערן באהאנדלט מיט רעספעקט, איך זיך נישט ארפצורייסן היימישע אידן, נאר עס אויסשמועס'ן בדרך כבוד.


איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע וויליאמסבורג'ע סטייל משפחה, און איך רעד בעיקר אויף אונגארישע סאטמערע סטייל חסידים.


די נושא פון עסן ביי היימישע אידן האט מיך אלעמעל אויסגעזעהן אז מ'מאכט א טראסק דערפון מער ווי אין דער אלגעמיינע וועלט. אלע פריזער'ס ביי היימישע אידן אינדערהיים זענען אנגעפילט, און א ריזיגע פראצענט זענען איבערוואגיג.

ווען א מאמע וויל ווייזן ליבשאפט פאר א בחור אדער חתונה געהאט'ע קינד, שיקט מען אים קאקאש קעיק. ווען מ'פארט אמאל מעבר לים, נעמט מען זיך מיט חוץ פון וואס מ'דארף אז ''אויפן וועג זאל נישט פעלן'''.

א יעדע יו''ט דרייט זיך ארום עסן - און אסאך עסן. בכלל זעט מיר אויס אז מענטשן ביינונז האבן נישט קיין געשמאק אין אסאך זאכן וואס א אלגעמיינע מענטש האט, צו ס'איז טרעוול, ידיעות, ספארט'ס, איז וואס מ'טוט איז אז מ'עסט.

ביינאכט קוקט מען נישט קיין טי. ווי., אנשטאט דעם נעמט מען ארויס קעיק פון פריזער.

נעם אזא קעמפ ווי סאטמער, ספארט'ס שפילט מען נישט געהעריג, גלייב איך אז מ'עסט דארטן מער ווי סתם א קעמפ. כ'ווייס אויך אז סאטמער איז סתם אזוי ברייט מיט עסן, כ'מיין אבער אז ס'האט אויך מיט דעם אז ס'איז נישטא אננדערש וואס צו טון.

מיך זעט אויס ווי

1)דער גאנצע עולם הזה וואס א היימישע איד האט איז עסן. כ'בין נייגעריג צו הערן וואס אנשי שלומינו האלטן וועגן דעם.

2) אסאך מענטשן זענען טראמעטייזט פון די מלחמה ווען ס'קומט צו עסן. וואס געשעט איז, אז מ'עסט זיך איבער, און מ'לייגט אוועק אסאך, צומאל צופיל עסן.



איך וויל בעטן אז מ'זאל רעדן בדרך כבוד, נישט חוזק מאכן פון איבערוואגיגע, און נישט אריינקריכען אין א צווייטענ'ס טעלער.

Re: "Food" ביים היימישן אידנטום

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:30 am
דורך טמיר
די גלגול פון דיין טאטע/זיידע קען ליגן אין סיי וועלכע שטיקל עסן. ווי מער מען עסט אלס מער שאנסן האט מען עס צי מתקן זיין

Re: "Food" ביים היימישן אידנטום

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 3:03 am
דורך פאליטיקאנט
יא, אין די אלגעמיינע וועלט איז דא אסאך מער מיטלען פאר אונטערהאלטונג, ווי טי. ווי. מאוויס, שויס, ספארטס, ספארטס געימס, קלאבס, געמבלן, וכדו'. און ועל כולם א שטארקע מארקעט פאר [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער, פאליטיקאנט.]

ביי די היימישע עולם איז נישטא צופיל מער ווי 'פוד' און מיוזיק (אויך נאר די לעצטע פאר יאר).

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 3:38 am
דורך שערי יושר
אוי זאגסטע גוט, אין נעפאנעק האט עסן פארנומען אפאר שעה פון די טאג, ר דוד ראאזענבערג פלעגט אסאך רעדן פון עסן, און סאיז געווען פיינע עסן דארט

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:16 am
דורך לייביששרייבער
שערי יושר האט געשריבן:אוי זאגסטע גוט, אין נעפאנעק האט עסן פארנומען אפאר שעה פון די טאג, ר דוד ראאזענבערג פלעגט אסאך רעדן פון עסן, און סאיז געווען פיינע עסן דארט
דו האסט פארפאסט ר' יודלס צייטן? ריכטיג, דארט איז הינגער נישט געווען קיין אפשען, בע"כ אתה אוכל.

געוועזען אן עסן אגענדע אנשטאט אויסגיין פון אנגעהויבן א יעדע אינדערפרי מיט היימיש געמאכטע ברויט מיט ר' (איך דענק שוין נישט דעם ערשטען נאמען) וויינבערגער אין ברויט שטיבעל מיטן סלייסער, האט מען די קינדער דערשטיקט מיט עסן. די וועדזשעטעבאלס מיט די אייער שפייז.

אבער געוואלד, די געפילטע פיש נאר א קוצקע מיטן איבערגעדרייטע טעלער נאך פאר מען סערווירט אין דיזפאזיבעלס, וואס איז געווען פשט אין דעם?

די קאקאש קעיק ווי די טשאקאלאד איז גערינען דערפון נאך ווארעמערהייט וואס האט אנגעדרייט אז מאנכע האבן זיך שפעטער געראנגלט פאר יסורים מיט די ווערן אין מאגן וואס האט דאס גורם געווען. נישט קיין פראבלעים מרס. קעניג האט יוט, מען קען זיך צו איר ווענדן און אלעס איז אין דערארדענוג.

אגב אן אינטערסאטער פאקט פון די איראנער בחורים. יענע יארן איז געווען אן ארגעניזאציע מיטן נאמען (ווער געדענקט דעם נאמען) וואס משה דוד נידערמאן האט געהאלפן מיט פאפירן איראנער אידן פון איראן. זיי האבן דאן אלע באקומען דזשאבס אין מחנה רב טוב (לכאורה מטעם החק צו קענען אימיגרירן) איז אין מיינע יארן געווען דארט א בחור וואס האט געהייסן האקים, ער איז אויס געשטיגען א ריזיגער דאקטאר היי ריסק High Risk או. בי. דזשי. וויי. ענ. (OBGYN Gynecologist) אין ניו דזשערסי וואס אסאך היימישע ניצען אים. ער רעדט אסאך פון יענע יארן.

אויב איז א קינד נישט אנגעקומען צום עסן איז מען ארומגעלאפן דעם גאנצן קעמפ, מען איז געגאנגען כאפן די קינדער וואס זענען אנטלאפן, און מען האט זיי צוריקגעברענגט מיט א ווייער און געשלאגן אויפן טיש אין פארנט פון א לאנטש רום געפאקט מיט אפאר הונדרעט קינדער ווייל זי זענען נישט אנגעקומען אין דיינונג רום צום עסן.

בדרך אגב שלא בענין (ווי דער גמ') מען דערמאנט א מאמר פון סיי וועם ברענגט מען נאך א מאמר וואס איז נישט פארבינדען.
אז מען דערמאנט נעפאנעק ווייס איך טאקע נישט פארוואס די נעפאנעק קעמפ איז די נישט די עמטליכע אוישוויץ/בירקאנאו מוזיאם.

עס איז אויסגעשטעלט די זעלבע.
די געזעצען די זעלבע, אויב ח''ו א קינד האט מיט סיי וואספארא קלייניגקייט עובר געווען אויף די געזעצן איז געווארן ארויפגערופן געווארן אין פארנט פונעם גאנצע געטא און געכאפט אזאנע מכות בפני כל הקהל ועדה למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד.

א קינד וואס האט געוואלט פטור ווערן פון אלע פראבלעמען איז דייקא געלאפן צו איר באנגעלאו די קעמפס קראנקן שפיטאל. מיט די האנט אויף די שטערן אוי אוי. נאר אזוי האט מען זיך דער'פטר'ט פון אלע דראמא וואס עס איז דארט פארגעקומען דורכאויס דעם טאג.

אקטיוועטיס. שארר, די בעסטע אקטיוועטיס. צוויי מעגא טיעמס ב''פ וומס''ג זיך געהארגעט מיט ביטערע קלעפ עד כדי להמית.
(די אלע ב''פ שלעגער זענען אנגעקומען אויף וומס''ג אפאר יאר שפעטער וכן די וומסב''ג זענען אנגעקומען אויף ב''פ שפעטער). עס איז געווען אזוי לעבעדיג דארט ווער עס איז נישט דארט געווען וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. איך מיין עס איז ווערט א תגובה. אבער דאס געבורט פון א''י דארף ווייטער גיין.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 12:19 pm
דורך היכי דמי
איי, עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל איך טוהן אז עס דאווענט זיך נישט.

רעדענדיג פון עסן, דאס איז איינע פון די הויפט זאכן טאקע וואס אונזער רבנים זארגן זיך פאר די געטרייע שאף.

א מוראדיגע פאזעטיווע שריט אין דעם איז טאקע געווען די וואך ווען די באערדע אין קרית יואל האבן פארהאקט א פיצע געשעפט אין שטאט פאר די מוצאי שבת שעה'ן צו פארמיידן אידן פון פרעסן איבערוואגיגע טייגלעך מיט קעז.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 12:44 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
היכי דמי האט געשריבן:איי, עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל איך טוהן אז עס דאווענט זיך נישט
ס’דערמאנט מיר דאס וואס די אלטע חסידים פלעגן דערציילען אז אין די צייטען ווען מען פלעגט נאך דינען דעם "בעל פעור" און מען האט געהאט עצירות (constipation בלע"ז) און מען האט נישט געקענט דינען דעם פעור כדבעי, פלעגט מען זינגען אזוי: עסן עסט זיך טרינקען טרינקט זיך וואס זאל מען טוהן אז ס’פעור’ט זיך נישט....

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 12:56 pm
דורך ערנסטגערעדט
אלע ימים טובים זענען געבינדן צו עסן

ראש השנה - עסט מען האניג
יום כיפור - עסט מען ערב יום כיפור און סאיז א ריזיגע מצוה נאך מער ווי פאסטן
סוכות - עסט מען אין סוכה
חנוכה - עסט מען דאנאטס מיט לאטקעס
פורים - עסט מען המן טאשן קרעפלעך משיקט משלוח מנות מגעט סעודות
פסח - עסט מען מצה
שבועות - עסט מען מילכיג

און אזוי ווי די 10 באקאנטע ווערטער וואס די יעניגע באשרייבן אז אלע אונזערע חגים זענען בערך דאס
They wanted to kill us god saved us let’s eat

בעצם שטייט אין ספרים הקדושים אז די גוף פארשטייט דאס מערסטע צום עסן, וועגן איז דא א מצוה פון עסן שבתים און ימים טובים אדער תעניתים נישט צו עסן, ווייל ווען א מענטש עסט דארף ער עכט טראכטן פארוואס ער עסט, אזוי קען ער ווערן פרייליך און מאכן זיין נשמה פרייליך און זיך מקשר זיין צו דעם יום טוב און מעלה זיין די ניצוצות וכו׳

איז זייער גרינג צו פארשטיין פארוואס מנעמט די דברים המותרים און מציעט דאס אויס ווילאנג מקען, נאך דערצו ווען מקען נאך פרעגן וואס איז ראנג? פארקערט אלעס הייליגע מאכלים מנהגים א שטייגער ווי די עמלק קוגל, און עקסערסייז איז ממילא אסור, אזוי ווי יענער האט געזאגט אז עקסערסייז מיט די ספארטס דאס האבן די יוונים געוואלט, און פערטיג.
א נארמאלע שבת סעודה אפילו ווען מליגט נישט אין די פרעס עסט מען מער ווי מ׳עסט אין א דורכשניטליכע גאנצע טאג אלעס פאר די נשמה יתירה
און א לחיים יעדן טאג פלעגן חסידים הראשונים מאכן וואס ווילסטו יעצט? דו כופר וואס דו ביזט

אבער קענסט נישט טאָטשן די עסן חס ושלום, דאס ביסל עולם הזה וואס אונז האמיר דאס ווילסטו אויך צונעמען?
בנוגע טראמא פון די מלחמה איך האלט נישט אז דאס איז גענוג סיבה פאר די פרעס וואס טוט זיך אפ

יש אומרים אזויווי עס גואישט זיך אזוי יודישט זיך, און די גויים ליגן דאך אויך אין פרעס ממילא איז דאס אריבערגעקומען צו אונזערע אדווערטייזמענטס אויך און ווי ערווענט איז די גאנצע עקסערסייז נישט גילטיג, ספארטס מאן דכר שמי׳

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:44 pm
דורך דערהויבענע איד
ערנסטגערעדט האט געשריבן: בנוגע טראמא פון די מלחמה איך האלט נישט אז דאס איז גענוג סיבה פאר די פרעס וואס טוט זיך אפ

יש אומרים אזויווי עס גואישט זיך אזוי יודישט זיך, און די גויים ליגן דאך אויך אין פרעס ממילא איז דאס אריבערגעקומען צו אונזערע אדווערטייזמענטס אויך און ווי ערווענט איז די גאנצע עקסערסייז נישט גילטיג, ספארטס מאן דכר שמי׳

יישר כוח פאר דיין פידבעק.


לגבי וואס טוט זיך אין די אלגעמיינע גאס, דאס איז טאקע וואס איך פרעג, מיר זעט אויס אז אסאך אידן אין אונזער סירקול זענען זייער ''פוד מיינדעט'', מער ווי אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס.

א שעה עקסערסייז יעדן טאג קען נישט אוועקנעמען א האלבע סעודות שבת וואס אונז עסן, עקסערסייז פארברענט נישט אזויפיל קעלעריס ווי מען מיינט.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:48 pm
דורך לייביששרייבער
היכי דמי האט געשריבן:איי, עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל איך טוהן אז עס דאווענט זיך נישט.

רעדענדיג פון עסן, דאס איז איינע פון די הויפט זאכן טאקע וואס אונזער רבנים זארגן זיך פאר די געטרייע שאף.

א מוראדיגע פאזעטיווע שריט אין דעם איז טאקע געווען די וואך ווען די באערדע אין קרית יואל האבן פארהאקט א פיצע געשעפט אין שטאט פאר די מוצאי שבת שעה'ן צו פארמיידן אידן פון פרעסן איבערוואגיגע טייגלעך מיט קעז.
וועלעכע ?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:55 pm
דורך לייביששרייבער
לייביששרייבער האט געשריבן:
אקטיוועטיס. שור די בעסטע אקטיוועטיס. צוויי מעגא טיעמס ב''פ וומס''ג זיך געהארגעט מיט ביטערע קלעפ עד כדי להמית.
(די אלע ב''פ שלעגער זענען אנגעקומען אויף וומס''ג אפאר יאר שפעטער וכן די וומסב''ג זענען אנגעקומען אויף ב''פ שפעטער). עס איז געווען אזוי לעבעדיג דארט ווער עס איז נישט דארט געווען וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. איך מיין עס איז ווערט א תגובה. אבער דאס געבורט פון א''י דארף ווייטער גיין.
כ'האב באקומען אן אישי פון א שטיבעל מעמבער (נישט קיין נפק"מ די עצם דיטעילס, אבער היוצא לנו מאישי הלזו) אז אן עקסטערע לאנגע תגובה דארף ווערן פארהאנדעלט וועגן די 4 סאטמערע מחנה רב טוב'ס קעמפס (ליין לאגערן) צו פארשטיין וואס דארט איז דאן פארגעקומען.

איך מיין אז איך קען רואיג איבערהאקן דעם געבורט פון מדינת ישראל גאנג פאר אביסעל, און באשרייבן די לאגערן פון ווען מיר זענען געווארן איינגעשריבען אין דעם קעמפ ביז מיר זענען אהיים געקומען פונעם קעמפ. געלעכטער מיט צער און ווייטאג. א קאמבינאציע פון מאמענטואישע, ווייטאגליכע מיט לאכעדיגע מאמענטען אינאיינעם.

איך דארף הילף פון די וואס זענען די לאגערן אדורך.

ווער איז אין?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 2:05 pm
דורך ערנסטגערעדט
דערהויבענע איד האט געשריבן:
ערנסטגערעדט האט געשריבן: בנוגע טראמא פון די מלחמה איך האלט נישט אז דאס איז גענוג סיבה פאר די פרעס וואס טוט זיך אפ

יש אומרים אזויווי עס גואישט זיך אזוי יודישט זיך, און די גויים ליגן דאך אויך אין פרעס ממילא איז דאס אריבערגעקומען צו אונזערע אדווערטייזמענטס אויך און ווי ערווענט איז די גאנצע עקסערסייז נישט גילטיג, ספארטס מאן דכר שמי׳

יישר כוח פאר דיין פידבעק.


לגבי וואס טוט זיך אין די אלגעמיינע גאס, דאס איז טאקע וואס איך פרעג, מיר זעט אויס אז אסאך אידן אין אונזער סירקול זענען זייער ''פוד מיינדעט'', מער ווי אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס.

א שעה עקסערסייז יעדן טאג קען נישט אוועקנעמען א האלבע סעודות שבת וואס אונז עסן, עקסערסייז פארברענט נישט אזויפיל קעלעריס ווי מען מיינט.
ווען איך רעד פון עקסערסייז מיין איך נישט די פעולה איך רעד פון די מושג Athleticism
אויב איז מען ״פוד מיינדעד״ און מהאט אויך אלע אנדערע זאכן קען זיך עס יא באלאנסירן

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:30 pm
דורך בעל אחריות
די מערסטע איז עס ביי אונגארישע סאטמארע אמעריקאנע אידן, אנדערע פלעצער איז עס נישט אזוי שטארק,

אסאך פון די סאטמארע אונגערישע אידן זענען שטאלץ מיט דעי אונגארישע פרעס, ווייל דאס ווייזט לדעתם אויף א נפש רחבה, אויף א גוטהארציגקייט, און אפשר אפילו אויף א ברייטע מח...(??)

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:15 pm
דורך דערהויבענע איד
בעל אחריות האט געשריבן:די מערסטע איז עס ביי אונגארישע סאטמארע אמעריקאנע אידן, אנדערע פלעצער איז עס נישט אזוי שטארק,
יאפ.

נישט ביי די רוסישע פוילישע גאליציאנע ליטווישע זעט מען עס. אין א''י איז עס פופציג פראצענט ווייניגער.

ביי די מאראקא אידן האב איך יא געזען א קולטור פון אסאך עסן, דוכט זיך מיר אז אפילו מער ווי ביי די סאטמערע.

(אינטערעסאנט אז דארטן גייען זיי עסן אויכעט מאדערנע עסן, ווי סושי, סאלאטן, חוץ פון די טראדיצניאלע עסן.)

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:19 pm
דורך דערהויבענע איד
היכי דמי האט געשריבן: א מוראדיגע פאזעטיווע שריט אין דעם איז טאקע געווען די וואך ווען די באערדע אין קרית יואל האבן פארהאקט א פיצע געשעפט אין שטאט פאר די מוצאי שבת שעה'ן צו פארמיידן אידן פון פרעסן איבערוואגיגע טייגלעך מיט קעז.
נישט אז איינער הונגער אין קרית יואל מוצאי שבת, נאר מ'עסט נישט די אמעריקאנע עסן. ווען ס'קומט צו קאקאש קעיק און קאטשעניו איז נישטא קיין עבירה פון תאות האכילה ביי דעם....

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:31 pm
דורך בעל אחריות
דערהויבענע איד האט געשריבן:

ביי די מאראקא אידן האב איך יא געזען א קולטור פון אסאך עסן, דוכט זיך מיר אז אפילו מער ווי ביי די סאטמערע.

(אינטערעסאנט אז דארטן גייען זיי עסן אויכעט מאדערנע עסן, ווי סושי, סאלאטן, חוץ פון די טראדיצניאלע עסן.)
ריכטיג, איך קען נישט די מאראקאנע אידן פירסט הענד אזוי ווי איך קען די אונגערישע, אבער לערנענדיג אין א"י האב איך אסאך זיך געווייקט אין די ארטיגע קולטור, און דארט האב איך טאקע געזעהן אז "מרוקאי" מיט "אוכל טוב" גייען צוזאמען, אבער דארט האט עס אבער געהאט א ווייניגער מגושם'דיגע צורה, מער נשמה ווי פרעס....

איך טראכט יעצט אז אפשר ביי די אונגערישע באבעס איז דעי עסן אויך נישט געווען אזוי מגושם'דיג, דאס איז נאר געשעהן וועגן די אונגארישע עסן האט זיך אנגעטראפען אין די אמעריקאנע פארגערבטקייט...

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:31 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דערהויבענע איד האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן: א מוראדיגע פאזעטיווע שריט אין דעם איז טאקע געווען די וואך ווען די באערדע אין קרית יואל האבן פארהאקט א פיצע געשעפט אין שטאט פאר די מוצאי שבת שעה'ן צו פארמיידן אידן פון פרעסן איבערוואגיגע טייגלעך מיט קעז.
נישט אז איינער הונגער אין קרית יואל מוצאי שבת, נאר מ'עסט נישט די אמעריקאנע עסן. ווען ס'קומט צו קאקאש קעיק און קאטשעניו איז נישטא קיין עבירה פון תאות האכילה ביי דעם....
לעטשאו איז געווען דער אונגארישער סושי בימים ההם... און דאס מעג מען יא עסן ?
מאמעליגע [קארן ברויט] איז געווען דער רומענישע פיצא בימים ההם און דאס מעג מען און מען האט דעמאלטס געמעגט עסן ?
נאר פיצא [איטאליענער קוגל] און טשייניס געפילטע ראלל פיש טאר מען נישט?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 10:37 pm
דורך קהל'ס נער
אין בעלז דרייט זיך אזא ווארט.
ראש השנה איז נישטא ווען צי עסן.
יום כיפור טאר מען נישט עסן.
סוכות איז נישטא ווי צי עסן.
פסח איז נישטא וואס צי עסן.
אבער שבועות כולי עלמא מודי דבעינן נמי לכם.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:24 am
דורך דערהויבענע איד
איינער האט מיר געשריבן, אז אסאך עלטערע קולטורן איז עסן א עיקר זאך אין סאסייעטי. מער מאדערנע סאסייעטי'ס האבן אנגעהויבן פראקטעצירן מער געזונטערע געוואוינהייטן, אזוי ווי מ'זעט אביסל אין די פרומע סירקול.

נשלח: מוצ"ש יוני 10, 2023 10:53 pm
דורך תרמב
ס'קוקט מיר אויס ווי דו פארגינסט מיר נישט די ביסן פון מויל...

וואס דען האסטו געוואלט מ'זאל טון אין א יום טוב? מ'זאל שלאפן? דאס טוט מען דאך אויך, מ'שלאפט יעדע שבת נאכמיטאג און יום טוב נאכמיטאג

מ'זאל רייכערן דראגס? זיך אנשאשקענען?

די בעסטע וועג פון סעלעברירן א מצב איז דורך א פיינע סעודה, אזוי איז עס אין די גאנצע וועלט, די חילוק נאר איז אז די אונגארישע האבן פשוט בעסער פארשטאנען צו עסן, איז דא ביי די אונגארישע אפשטאמיגע בעסערע עסן און מ'לאזט זיך דארט בעסער וואויל גיין, ווייל אז ס'איז גוט זאל מען עס איבערלאזן?

מ'קען מיינען אז ווייל מ'עסט האניג ראש השנה האניג ווייזט עס אויף אסאך עסן, דורכאויס תשרי איז עסן גאנץ לימיטעד, ראש השנה עסט מען נישט נארמאל פאר פירע פינעווע, יום כיפור פאסט מען, סוכות איז אויך דא לאנגע דאווענען'ס, מ'טרייבט ערנסט איבער דא.

אגב אין גור זאגט מען אז די בית ישראל האט אריינגעלייגט א שטארקע תאווה ביי זיינע חברה אין עסן אזוי זאל מען נישט דארפן קיין אנדערע תאוות... (פון דעם וואס פאליטיקאנט לאזט נישט זאגן...)