בלאט 1 פון 2

מאסאדזש

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:22 pm
דורך צפת
וואו קען מען באקומען א גוטע מאסאדזש אין די היימישע געגנט, דורך א מאן כמובן, ווי א איד?

א זוך אויף גוגל גיבט מיר אפציעס, אבער איך ווייס נישט וועלכע איז אינטערעסאנט און גוט.

ווער קען ארויסהעלפן, ווי אויך וויפיל דארף קאסטן א געהעריגע זאך?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:25 pm
דורך נעקסט לעוועל
וועלכע געגנט זוכסטע?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:52 pm
דורך צפת
ברוקלין און אויך קרית יואל, סקווירא, ספרינג וואלי

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:53 pm
דורך היכי דמי
וואוו.
יעדן טאג פון וואך וואוינסטו אין א צווייטע געגענט?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 2:02 pm
דורך צפת
בקיצור, מ'קען דא שרייבן פון אלע געגנטער וואו ס'איז דא א גוטע פלאץ.

איינער וואס וויל באמת זיין העלפפול, און ווייסט א געשמאקע מאסאדזש, קען אריינקומען אין אישי.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:08 pm
דורך yn.NY
צפת האט געשריבן:איינער וואס וויל באמת זיין העלפפול, און ווייסט א געשמאקע מאסאדזש, קען אריינקומען אין אישי.
פארוואס אין אישי? ברבים!
זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:25 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מענדי ראזענבערג דארף צו זיין זייער גוט. איך האב נישט זיין נומבער.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:35 pm
דורך הערסטע
קענסט פרעגן ביי די היימישע שוויצן, ווי ספא 42 אין מאנרא אדער די ספא אויף 61 אין בארא פארק, כ'גלייב זיי וועלן וויסן וועם די עולם ניצט.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:39 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
איך האב געקויפט א מאסאדזש בענקל פאר בערך 800 דאלער, איך זאג אייך עס איז ווערט אלע געלטער

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:40 pm
דורך צפת
מענדי ראזנבערג איז משוגע טייער. פארוואס?

איז ער גוט?

מ'קען אויך שיקן אין אישי...

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:41 pm
דורך הערסטע
צפת האט געשריבן:מענדי ראזנבערג איז משוגע טייער. פארוואס?
ס'איז נישט צו א ביליגע אקטיוויטי,

איך האב אים געניצט אפאר מאל, זייער פיין געווען.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:42 pm
דורך צפת
גוי'אישע מסאדזש טעראפיסט זענען אסאך ביליגער. וואס טוט ער וואס אנדערע טוען נישט?

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:57 pm
דורך הערסטע
צפת האט געשריבן:גוי'אישע מאסאדזש טעראפיסט זענען אסאך ביליגער. וואס טוט ער וואס אנדערע טוען נישט?
ער זאגט אז ער טוט מער אויף אויסצוהיילן דיין ווייטאג, למשל אז די האסט א סליפט דיסק וכו'. די אנדערע זענען סתם פאר פלעזשער.

ס'איז דא אפאר טערעפיסטן וואס קומען פון ארץ ישראל א יעדע אפאר וואכן פאר א שטיק צייט, דא זענען אפאר נומבערס.

נחמן רובינשטיין - +972526803941
יחיאל שטיינמעץ - +972546404993
וועלוועל קירשבוים - +972586014993

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:03 pm
דורך הערסטע
ס'איז דא וועבסייטס ווי https://www.soothe.com און https://www.zeel.com/ וואס דו קענסט באשטעלן טערעפיסטן צו קומען צו דיין הויז, אויב דו דארפסט עס נאר פאר פלעדזשער איז עס נישט שלעכט.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:26 pm
דורך קורקלענד
הערסטע האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:גוי'אישע מסאדזש טעראפיסט זענען אסאך ביליגער. וואס טוט ער וואס אנדערע טוען נישט?
ער זאגט אז ער טוט מער אויף אויסצוהיילן דיין ווייטאג, למשל אז די האסט א סליפט דיסק וכו'.
ער זאגט...

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:58 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב א קאזין וואס גייט צומאל צו ווייבס VIBES אין מאנסי. איך מיין עס קאסט ארום א הונדערטער פאר א סעסיע.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:24 pm
דורך צפת
אין ווייבס איז דא מאסאדזש טעראפיסטן? - כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר א שוויץ וכו'...

Re: מאסאדזש

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 8:28 pm
דורך צוזאמגעדרייט
אלס האב איך חברים וואס פרעגן צו איך ווייס נישט פון עפעס א נישט כשרע מאסאדזש. עס פריידט מיר צו הערן אז עס זענען נאך דא אפגעהיטענע אידן!

זעהט זיך אויס אז איך דריי זיך מיט שלעכטע חברים. אלזא ברויך איך פון היינט אָן זיך מער ווייקן מיט מיינע ק"ש קאלעגעס.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:14 am
דורך קידוש
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אלס האב איך חברים וואס פרעגן צו איך ווייס נישט פון עפעס א נישט כשרע מאסאדזש. עס פריידט מיר צו הערן אז עס זענען נאך דא אפגעהיטענע אידן!.
אז די רעדסט שוין פון נישט כשרע מאסאזש וויל איך ארויף ברענגען א האקעלע נושא ( מנהלים קענען מעקען אדער אריבערפירען)

די פורים האב איך אנגעשטאלפערט מיט א אנגעטרינקענע שיעור ד' בחור אין ער שרייט מיר "יונגערמאן" דו ביסט ב"ה מסודר, אבער גיב מיר ביטע $75 פאר מיינע צרכים".
איך קוק אים אן, און אזוי האלב פאר'שיכור'ט זאגט ער מיר "מאך דיר נישט ווי דו ווייסט נישט אז די שווארצע נקבה אין די בראנקס בעהט $75 פאר א האלבע שעה"
זאג איך אים וואס הייסט, וועלכע שווארצע און פארוואס? ער גייט אזא מורמל אונטער, א גוטע מאסאדזש אין די בראנקס, רעד צו מיר נאך פורים.

עס האט מיר געכאפט א שאק ווייל דער בחור גיט באמת אן ערליכע אויסבליק,
נאך פורים ווען איך האב עס דורכגעשמועסט מיט מיין חבר נעמט ער זיך לאכן "דו פארמאכטע מענטש, אסאך עלטערע בחורים/ אומצופרידענע יונגעלייט גייען צו גוי'אישע פרויען מאסאזשיסטן אין מען האט א גוטע צייט".

איך האף נאכאלץ אז ער איז נישט גערעכט.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 2:14 am
דורך שמעקעדיג
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך האב געקויפט א מאסאדזש בענקל פאר בערך 800 דאלער, איך זאג אייך עס איז ווערט אלע געלטער
קיינמאל נישט קיין פארגלייך צו א מענטשליכע מאסאדזש, אפילו די גאר טייערע וואס קאסט 10 מאל אזויפיל.
זאג נאר, דיין בענקל נעמט למשל קעהר פון דיינע הענט?
דער מאשין קוועטשט און קיצלט, מאכט נויזעס און דרוקט אראפ און ארויף אן קיין חשבון.
אודאי איז עס פיל בעסער ווי גארנישט. אבער א מענטשליכע מאסאדזש איז גאר עפעס אנדערש. עכ"פ לענ"ד.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 2:15 am
דורך שמעקעדיג
צפת האט געשריבן:אין ווייבס איז דא מאסאדזש טעראפיסטן? - כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר א שוויץ וכו'...
פריער אים געפרעגט דערוועגן. נישט אייביג איז דא, זאגט ער, נאר געוויסע צייטן, און מען דארף באשטעלן פון פאראויס.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 3:44 am
דורך אלבערט איינשטיין
קידוש האט געשריבן:די פורים האב איך אנגעשטאלפערט מיט א אנגעטרינקענע שיעור ד' בחור אין ער שרייט מיר "יונגערמאן" דו ביסט ב"ה מסודר, אבער גיב מיר ביטע $75 פאר מיינע צרכים".
איך קוק אים אן, און אזוי האלב פאר'שיכור'ט זאגט ער מיר "מאך דיר נישט ווי דו ווייסט נישט אז די שווארצע נקבה אין די בראנקס בעהט $75 פאר א האלבע שעה"
זאג איך אים וואס הייסט, וועלכע שווארצע און פארוואס? ער גייט אזא מורמל אונטער, א גוטע מאסאדזש אין די בראנקס, רעד צו מיר נאך פורים.

עס האט מיר געכאפט א שאק ווייל דער בחור גיט באמת אן ערליכע אויסבליק,
נאך פורים ווען איך האב עס דורכגעשמועסט מיט מיין חבר נעמט ער זיך לאכן "דו פארמאכטע מענטש, אסאך עלטערע בחורים/ אומצופרידענע יונגעלייט גייען צו גוי'אישע פרויען מאסאזשיסטן אין מען האט א גוטע צייט".

איך האף נאכאלץ אז ער איז נישט גערעכט
לעצטענס איז ארומגעפארן א לינק פון א יו טוב אינטערוויא פון א פרוי וואס טוהט מאסאדזשעס פון ילבש שחורים ויתעטף שחורים סארט. זי איז לאקאטירט אין וויליאמסבורג. פארציילט זי אז זי האט כסדר קונדן חסידישע יונגעלייט מיט די בארד און פאות קומען אן מיט די הוט און רעקל, און זי טענהט אז עס זענען די זעלבע יונגעלייט וואס האבן גאנצעטע געביידעס אין די סיטי.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:06 pm
דורך צפת
הערסטע האט געשריבן:
ס'איז דא אפאר טערעפיסטן וואס קומען פון ארץ ישראל א יעדע אפאר וואכן פאר א שטיק צייט, דא זענען אפאר נומבערס.

נחמן רובינשטיין - +972526803941
יחיאל שטיינמעץ - +972546404993
וועלוועל קירשבוים - +972586014993
פראבירט אלע דריי נומערן. קיינע פון זיי ארבעטן נישט.