בלאט 1 פון 2
א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 1:29 pm
דורך שמן למאור
כ'האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי מען קען לייגן שיינע געדאנקן וואס מען האט געזען אדער אליינס געטראכט, אויפן תלמוד בבלי. אדרבה, אויב ס'שוין דא אזא אשכול קען מען עס שמעלצן.
האב איך געטראכט לעצטנס אזא פשט אינעם שטיקל גמרא מסכת שבת דף לא.
"אמר רבא בשעה שמכניסין אדם לדין אומרים לו, נשאת ונתת באמונה? קבעת עתים לתורה? עסקת בפו"ר? צפית לישועה? פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר"?
בפשטות לערנט מען אז דאס איז א ליסטע פון 6 שאלות וואס מען פרעגט דער מענטש ווי נאר ער קומט אן דארטן אויבן. מיר איז אבער איינגעפאלן, אז מען קען זאגן אז טייל פון די קשיות זענען גאר די תשובה וואס דער מענטש ענטפערט צוריק, מיט א לשון פון א קשיא (כדרך אחינו בנ"י וואס ענטפערן א שאלה מיט נאך א שאלה)
די גמרא זאגט אזוי, מען פרעגט דער מענטש, זאג נאר, נשאת ונתת באמונה? קבעת עתים לתורה? האסט געהאנדלט ערליך פאר א דאלער? און צו האסטו געמאכט צייט צו לערנען א שיעור יעדן טאג?
אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק מיט א שאלה, זענט עטס פון קאפ געפאלן?? עסקת בפריה ורביה??? האבן ענק דא אין הימל אמאל ערצויגן קינדער?? וואס דרייען ענק א קאפ מיט לערנען א שיעור אדער האנדלען ערליך...? מען דארף דאך מאכן א ליווינג...
פרעגט דער שואל ווייטער, צפית לישועה? האסטו געווארט אויף ביאת משיח יעדן טאג? אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק, איך פארשטיי ענק נישט... פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר? האבן ענק אמאל געטון די אלע זאכן דא אויבן??
Re: א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:38 pm
דורך דיכטער
כ'קען מיך נישט נאר באגעניגן מיט א פשוטע לייק, דאס איז דאך אזאנס גוט...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:43 pm
דורך מר. קלונימוס
וואלט געלייקט ווען ס'איז נישט אזוי חוצפה'דיג לשונות צום בי''ד של מעלה (נישט אז איר דארפט מיין לייק, כ'זאג נאר אז א חוץ דאס האב איך הנאה געהאט)
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:53 pm
דורך שעפטאל
ווען די מלאך אויבן האט שטרענגערהייט געפרעגט ר' נפתלי ראפשיצער: מה שמך?
האט ער גענטפערט אברהם שמערל
האבן זיי געזאגט. ס'איז ליגנט. דו הייסט דאך נפתלי!
זאגט די ראפשיצער: אויב עטס ווייסט פארוואס פרעגט מען...
Re: א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:53 pm
דורך דיכטער
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואלט געלייקט ווען ס'איז נישט אזוי חוצפה'דיג לשונות צום בי''ד של מעלה (נישט אז איר דארפט מיין לייק, כ'זאג נאר אז א חוץ דאס האב איך הנאה געהאט)
וואו זעט זיך אן דער לישנא חריפא? דאס וואס ער ווענדט זיך צום בית דין מיט א שאלה צו זיי האבן פילייכט גענידערט פונעם קאפ? ער מיינט זיי צו פרעגן צו זיי זענען אזוי ווי ער, געפאלן פונעם קאפ (א לשון פון געבוירן ווערן) און זיך געדארפט מיטשען אויפן עולם הזה און דעריבער האט ער נישט געקענט זיין דבוק צום אייבערשטן 24/7...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:56 pm
דורך שעפטאל
די ראפשיצער האט געזאגט ער גייט ענטפערן
על כרחך אתה חי - ס'נישט געוועהן אין מיינע הענט, ענק קענען מיך נישט פארהאלטן אויף גארנישט...
[די חוזה האט עם געזאגט: ווען נישט דו זאגסט עס בלשון ווערטל, וואלסטו עס געקענט ניצן. א טענה שאין עליו תשובה!
ר' שמן כ'האף דו גייסט טאקע ניצן דיינע טענות. זיי גייען בלייבן מיט די צינג אינדערוי'ששש
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 4:59 pm
דורך שערי יושר
זייער גוט שמן, שיין פשעטל
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:05 pm
דורך שעפטאל
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואלט געלייקט ווען ס'איז נישט אזוי חוצפה'דיג לשונות צום בי''ד של מעלה (נישט אז איר דארפט מיין לייק, כ'זאג נאר אז א חוץ דאס האב איך הנאה געהאט)
נע, זעה דעם קעפל, ס'סתם א
א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:44 pm
דורך שמן למאור
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואלט געלייקט ווען ס'איז נישט אזוי חוצפה'דיג לשונות צום בי''ד של מעלה (נישט אז איר דארפט מיין לייק, כ'זאג נאר אז א חוץ דאס האב איך הנאה געהאט)
צום בי"ד של מעלה מעג מען זיך שוין אויך נישט מתחצף זיין??
דו ביסט שוין טו מאטש פאר מיך...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:פרעגט דער שואל ווייטער, צפית לישועה? האסטו געווארט אויף ביאת משיח יעדן טאג? אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק, איך פארשטיי ענק נישט... פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר? האבן ענק אמאל געטון די אלע זאכן דא אויבן??
די גמרא מיינט מן הסתם צו זאגן אזוי, ווען ענק וואלטן מפלפל געוועהן בחכמה און געוועהן מבינים דבר מתוך דבר וואלטן ענק אויך נישט געגלייבט אין משיח, די נסיון איז צו גרויס צו קענען ביישטיין.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:50 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:פרעגט דער שואל ווייטער, צפית לישועה? האסטו געווארט אויף ביאת משיח יעדן טאג? אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק, איך פארשטיי ענק נישט... פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר? האבן ענק אמאל געטון די אלע זאכן דא אויבן??
די גמרא מיינט מן הסתם צו זאגן אזוי, ווען ענק וואלטן מפלפל געוועהן בחכמה און געוועהן מבינים דבר מתוך דבר וואלטן ענק אויך נישט געגלייבט.

זעסטע, וועגן דעם שפארט מען דיר כסדר אויס... פארוואס פעלט אויס צו שרייבן די כפירה אזוי אפן און גראב?? ס'איז דאכצעך גענוג קלאר געווען אן די 'וואלגארע' אויסדריקן...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס איז עס כפירה? ס'איז א פשוט'ע פאקט, טרעף מיר איין מענטש וואס איז עוסק בחכמה וואס גלייבט אין משיח נוסח חדר אינגל.
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:19 pm
דורך סקעפטיקער
@שמן למאור רביה"ק האט נוטראליזירט די כפירה מיטן זאגן אז די "נסיון" איז גרויס
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:30 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס איז עס כפירה? ס'איז א פשוט'ע פאקט, טרעף מיר איין מענטש וואס איז עוסק בחכמה וואס גלייבט אין משיח נוסח חדר אינגל.
נוסח חדר אינגל ממש -אז ס'וועט קומען א פאקטישן ריזיגן אדלער און מיר וועלן אלע פליען דערויף קיין ירושלים, איז טאקע אפשר נישטא קיין אינטעליגענטע מענטשן וואס טראכטן אזוי. אויב שוין יא וועלן זיי בלויז זאגן... מיר דארפן ווארטן צו זען וואס עס וועט זיין...
אבער דאס אז עס וועט פאקטיש קומען אן עני וואס וועט רוכב זיין על החמור, און וועט בלאזן מיטן לאנגן שופר, מקבץ זיין נדחי ישראל, מחזיר זיין בתשובה גאנץ כלל ישראל און זיי ארויפטראגן קיין ירושלים, דאס האלטן רוב ארטאדאקסישע אידן. נישט נאר דאס, רוב האלטן אז עס וועט זיין עפעס שלא כדרך הטבע...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:42 pm
דורך שעפטאל
פארמעקט
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:
אבער דאס אז עס וועט פאקטיש קומען אן עני וואס וועט רוכב זיין על החמור, און וועט בלאזן מיטן לאנגן שופר, מקבץ זיין נדחי ישראל, מחזיר זיין בתשובה גאנץ כלל ישראל און זיי ארויפטראגן קיין ירושלים, דאס האלטן רוב ארטאדאקסישע אידן.
די זעלבע "רוב" (רוב איז א גוזמא'דיגע גוזמא, אבער שוין) ארטאדאקסישע אידן זענען אויך נישט עוסק בחכמה וכו'...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:50 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
אבער דאס אז עס וועט פאקטיש קומען אן עני וואס וועט רוכב זיין על החמור, און וועט בלאזן מיטן לאנגן שופר, מקבץ זיין נדחי ישראל, מחזיר זיין בתשובה גאנץ כלל ישראל און זיי ארויפטראגן קיין ירושלים, דאס האלטן רוב ארטאדאקסישע אידן.
די זעלבע "רוב" (רוב איז א גוזמא'דיגע גוזמא, אבער שוין) ארטאדאקסישע אידן זענען אויך נישט עוסק בחכמה וכו'...
אונזערע רבי'ס זצ"ל וואס האבן יא עוסק געווען בחכמה, האבן אזוי געפרעדיגט. קען זיין אז ס'איז געווען אזא אמונה הכרחיות, אבער אזוי האבן זיי געליאמערט.
דער רבי פון לויבאוויטש, האט זיכער אנגענומען די זאך כפשוטו. מען האט געזונגען פון א פאקטישן משיח וואס ווי וואנט נאו אז ער זאל קומען.
אכ"פ די רמב"ם אין הלכות מלכים האט זיכער אנגעקוקט די זאך אז עס וועט קומען איינער מגזע דוד א געהעריגן מלך המשיח, און פאקטיש אויסלייזן די אידן, וכנראה מנבואת ישעיהו.
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:
אונזערע רבי'ס זצ"ל וואס האבן יא עוסק געווען בחכמה, האבן אזוי געפרעדיגט. קען זיין אז ס'איז געווען אזא אמונה הכרחיות, אבער אזוי האבן זיי געליאמערט.
האסטו דאך שוין דעם גאנצן ענטפער...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:54 pm
דורך שמן למאור
המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות בית דוד ליושנה הממשלה הראשונה, ובונה מקדש ומקבץ נדחי ישראל. וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם: מקריבין קרבנות, ועושין שמיטין ויובלות, ככל מִצְוָתָן האמורה בתורה.
וכל מי שאינו מאמין בו, או מי שאינו מחכה לביאתו – לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה ובמשה רבינו...
ואם יעמוד מלך מבית דוד, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות יי – הרי זה בחזקת שהוא משיח. אם עשה והצליח, ונצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל – הרי זה משיח בוודאי.
לעצטע מאל איך האב געטשעקט, גלייבן רוב ארטאדאקסן די רמב"ם כפשוטו.
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 6:58 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
אונזערע רבי'ס זצ"ל וואס האבן יא עוסק געווען בחכמה, האבן אזוי געפרעדיגט. קען זיין אז ס'איז געווען אזא אמונה הכרחיות, אבער אזוי האבן זיי געליאמערט.
האסטו דאך שוין דעם גאנצן ענטפער...
אמונה הכרחיות איז נישט אזא get out of jail free card...
מען זאגט עס נאר דארטן ווי מען זאגט עס... דער וואס איז עס מוסיף צו נאך פלעצער, גייט אריין בגדר כופר.
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:14 pm
דורך שעפטאל
שוין. 2 כופרים דער רעדט אפען און דער באהאלטן
שייגעץ ארויס!!!!!
דעס איז די סיבה פארוואס א געוויסע חשובע בן תורה'ניק שרייבט שוין מער נישט אויף ק"ש. ער קען נישט ליידן די ליצנות'דיגע כפירה
יא! ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן פינגער!!! [וועלכע פינגער?] אויף ענק
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:37 pm
דורך שמן למאור
שעפטאל האט געשריבן:שוין. 2 כופרים דער רעדט אפען און דער באהאלטן
שייגעץ ארויס!!!!!
דעס איז די סיבה פארוואס א געוויסע חשובע בן תורה'ניק שרייבט שוין מער נישט אויף ק"ש. ער קען נישט ליידן די ליצנות'דיגע כפירה
יא! ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן פינגער!!! [וועלכע פינגער?] אויף ענק
ווי שוין קלארגעשטעלט עטליכע מאל, שרייב איך חלילה נישט קיין כפירה דא אין שטיבל, אפילו נישט ברמיזה...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:59 pm
דורך בעל אחריות
שמן למאור האט געשריבן:שעפטאל האט געשריבן:שוין. 2 כופרים דער רעדט אפען און דער באהאלטן
שייגעץ ארויס!!!!!
דעס איז די סיבה פארוואס א געוויסע חשובע בן תורה'ניק שרייבט שוין מער נישט אויף ק"ש. ער קען נישט ליידן די ליצנות'דיגע כפירה
יא! ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן פינגער!!! [וועלכע פינגער?] אויף ענק
ווי שוין קלארגעשטעלט עטליכע מאל, שרייב איך חלילה נישט קיין כפירה דא אין שטיבל, אפילו נישט ברמיזה...
האסטו דען נישט אויבן געשריבען אז דו מיט רביה"ק זענען שני נב... שנתנבאו בסגנון אחד?