בלאט 1 פון 1

מעדיטעישען

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:31 am
דורך שעפטאל
א גוטן טייערע פריינט.
די לעצטע חודש פיהל איך זיך ווי כ'האב צוריק אריין אין ישיבה. פיהל מיט חברים. גוגל און AI זענען נישט קיין האמענס - די טייערע ניקים זענען עכטע מענטשען.
בייסיגע-זיסע, געלערנטע-אומוויסענדע, גלויביגע-איבערגעקלערטע, ערליכע-גאר ערליכע, בעלי תשובה-בעלי עבירה, שיינע שרייבער-שיינע ליינער[לייקער], פרעגער'ס-זאך קענער'ס.
יעדער געבט אזוי שיין צו

האט איינער דא ידיעות, עקספיריענס, וכדו'

וואס זענען די סוגי מעדיטעישען? ווי מ'טוהט עס? ווי מ'קומט אלס אהן מיט דעם?

כ'בין בכלל נישט דער מבין
כ'בין זיכער אז דא דרייען זיך אירע וואס האבן שוין עקספיריענס צו נאלידש ביטע טיילט מיט, ס'איז גאר אינטרעסאנט.
אבער ביטע. אזוי ווי דער תם האט געזאגט [ביי די מעשה חכם ותם]: אהן קיין ליצנות.
[אויב לאכסטו דערפון ביטע לאך אין אנדערע אשכול. אפשר רוף עס: נישט מעדיטעישען]

א גוטע נאכט