בלאט 1 פון 1

ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:16 pm
דורך קורץ און שארף
אינטרעסאנט אז אזעלכע גרויסע נייעס איז נאך נישט באריכטעט געווארן דא! [אויב יא ביטע, ביטע, צוזאמשמעלצן, אזש עס זאל ווערן ממש איין אשכול].

נאך לאנגע יארן וואס מען פלעגט זיך דארפן מוטשען דערמיט, איז אנגעקומען די גאר פאזיטיווע נייעס.

נישט איינמאל האט מען געקענט זעהן דער אינגערמאן שטייענדיג אין [די עכטע, כמיין די פאלשע] קאווע שטיבל אין בית המדרש, די הייסע וואסער איז שוין ארייגעגאסן אויפן קאווע. יעצט ברויך מען זיך נעמען צום מילך!
ער גיבט א קוק אויף די מילך, און נישט מער און נישט ווייניגער, נישטא קיין איין אפענע מילעך!
אנשטאט צו קענען גיבן א עפן די נייע באטעל מילך, האט מען געמוזט נעבעך אראפלייגן די קאפ קאווע, און נוצן די גאנצע קראפט, קאפ און מח, וויאזוי צו עפענען די געדרייטע קאווער פונעם מילעך.

דאס איז געקומען צו א ענדע!

די באקאנטע פירמע גאלדען פלאוי, האט אין א היסטארישע שריט געטוישט די דעקלעך פון די מילעך, און פון היינט אין ווייטער גייט מען קענען עפענען די קאווער, אפילו די ערשטע מאל, מיט בלויז איין הענט.

וישתו ענוים קאווע עם מילך וישבעו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:26 pm
דורך לעמיל
טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:31 pm
דורך a1b2
לעמיל האט געשריבן:טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

מיטען שם המלכת אדדער אן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:33 pm
דורך לעמיל
a1b2 האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

מיטען שם המלכת אדדער אן?

דאס דארפסטו שוין פרעגען א דיין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
זיי פלעגן אלץ זיין אזוי, אין די גוטע צייטן.
די נייע געדרייטע קאווער איז נאר א בחינה פון להחזיר עטרה ליושנה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:27 pm
דורך אויס מענטש
שמעקעדיג
דיינע לייקס פון אנדערע פאר דיר און די פאר אנדערע שטייען אייניג
כל המכבד את הבריות מכובד על הבריות
כה לחי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:36 pm
דורך שמעקעדיג
ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן. :)
מ'דארף מאכן א סקרין שאט און עס איינפרעמען, ווייל די זאכן זענען סובזשעקט טו טשענדזש אן עי דעילי בעיסיס.... אפילו אפטער פון דעם, ביי די מינוט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:38 pm
דורך טראכט
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי פלעגן אלץ זיין אזוי, אין די גוטע צייטן.
די נייע געדרייטע קאווער איז נאר א בחינה פון להחזיר עטרה ליושנה...

ווען מיין רבי און חדר פלעגט מסביר זיין ווי אזוי יעקב האט אראפגעקוילערט די שטיין פין די ברינען, פלעגט די משל גיין אויף די דעקל וואס מען האט געקענט אראפנעמען מיט איין פינגער. א שטיק צייט איז עס געגאנגען אויף די גאלענדיגע באטלעך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:21 pm
דורך גוטזאגער
פארוואס האט גאלדען פלאו באשלאסען צו טוישען די דעקיל און טא טאזעינט און טיעלף? אפשר אלץ תשובה אויף די ברייט געפרעגטע קשיא ווי איז די קאווער פון די ......

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:31 pm
דורך פויער
יעצט איז צייט צו טוישן די אומב'חנ'טע פאפירענע (4\1 גאלאן) פלעשער...