גרינאָסאַראָסאַ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יוֹנָה מָצְאָה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 14, 2023 1:09 am
געפינט זיך: בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
קאנטאקט:

גרינאָסאַראָסאַ

שליחה דורך יוֹנָה מָצְאָה »

גרינאָסאַראָסאַ — א קאַווע־שטיבל עקסקלוסיוו

דער רעוואָלוציאָנישער גלאָסאַר 2.0

גרינאָסאַראָסאַ: ווען א גרינער גלאָסאַר שטויסט זיך צונויף מיט א רויטער סומאַטאָכע.

תּדשן־עצם אַלערט: דער גרינער יֵצֶר־טוֹב קומט אַריין מיט א בלאַסט אין וועקער #20 הבעל"ט. דער שפּאָגל־נייער דריטער קאַפּיטל איז געשוואָלן מיט חוֹמר און קומט צעטיילט אין דריי באַזונדערע אָפּטיילונגען: נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב, פרידריך, און דער רויטער שׂמחת־תּוֹרה.
דער נייער אייפאָן קומט שוין נישט מיט קיין טשאַרזשער אין באַקסל, און דער נייער גרינער יֵצֶר־טוֹב, להבדיל, קומט שוין נישט מיט קיין גלאָסאַר. די סיבה דערצו איז איינפאַך: די צייטן פון ציין־ברעכעריי זענען געענדיגט. היוֹת אָבער דער וועקער קומט למעשׂה נישט אַרויס אויף זמן־מתּן־תּוֹרתנוּ, האָב איך באַשלאָסן אָפּצושרייבן א שטיקל באָנוס — א קאַווע־שטיבל עקסקלוסיוו, לימיטעט עדישאָן. דער גרינאָסאַראָסאַ איז באַזירט אויפן דריטן קאַפּיטל, און ער פאַרמאָגט זעקס סוב־אָפּטיילונגען:

גרינער אַנסאַמבל
אַחַר כָּל יָרוֹק יִדְרוֹשׁ

גרינע געווירצן
לוֹקֵחַ יָרָק וּמְטַבֵּל אוֹתוֹ בַּחֲרֹסֶת

בְּרוּרִים אֲשֶׁר נִקְּבוּ בְּשֵׁמוֹת
קדם סאָטערן

אִם־כֹּ֣ה יֹאמַ֗ר נְקֻדִּים֙
קוֹרֵא הַתֵּבוֹת כְּהִלְכָתָן וְכִנְקֻדָּתָן

ברית מעניו
צאָמבלעך, קוגל, פערפל, און צימעס

גלות־שיטראָק
אִם אֶשְׁכָּחֵךְ

איך וויל קלאָרשטעלן אַז איך בין נישט קיין וואָרטזאָגער פון וועקער, און איך רעפּרעזענטיר נישט דעם וועקער אין סיי וועלכן אָפיציעלן קאַפּאַסיטי. איך בין בסך הכּל א גרויסער אָנהענגער פון וועקער, און איך בין א שטאָלצער ביישטייערער צום וועקער, ווי דערמאַנט דאָ. איך ווייס נישט ווען דער צוואָנציגסטער וועקער קומט אַרויס. ווי באַקאַנט האָט זיך די אויסגאַבע געמוטשעט אין דער לעצטער צייט מיט עטליכע מיסקאַריזשעס. אין מקווה הער איך אָבער אַז די איצטיגע שוואַנגערשאַפט געפינט זיך שוין אין די הויכע חדשים, און דאָס צוואָנציגסטע קינד, א ליכטיגע נשמה, דאַרף אַרויסקומען ערגעצוואו בקרוֹב ממש.
דער גרינער אַנסאַמבל, די ערשטע אָפּטיילונג אינעם גרינאָסאַראָסאַ, וועט אי"ה אַרויפגעשטעלט ווערן אויף קאַווע־שטיבל ערגעצוואו אין די קומעדיגע טעג, אין צייט אים צו קענען אַרויסדרוקן צום יוֹם־טוֹב וואָס הכּל מוֹדים דבעינן נמי לכם.

ביטע מערקט אָן אַז דער שפּאָגל־נייער קאַפּיטל אין דערציילונג איז געשריבן אויסשליסליך צום וועקער, און וועט בל"נ נישט אַרויפגעשטעלט ווערן אויף קאַווע־שטיבל.
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ - Twitter: @JonahMatz
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דאס איז מאדערן ארט טייל? אדער סתם רענדאם ווערטער?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס'געפעלט מיר גאר שטארק דעם אויסדרוק וועגן די מיסקעריזשעס פון די וועקער...

די וועקער דארף עמערזשענסי זיך אראפזעצן מיט די חברה פון בוני עולם צו זעהן וואס מ'קען טון דא צו ראטעווען די מצב... אפשר צדק וועט עפעס מאכן

איך האב מורא אז די וועקער איז געווארן אויפגעקלערט לעצטנס, זי וויל שוין נישט האבן אזויפיל קינדער מער, אמאל פלעגט די וועקער געבוירן עטליכע מאל א יאר, און יעצט ווערט זי קוים פארשוואנגערט אמאל אין א בלויע לבנה... אדער אין א גרינע גלאסאר... וועלכע ס'איז שפעטער...
פארשפארט