ביים בארג - א נקודה
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 1:29 pm
א פארוואגלט פאלק, אין מדבר וויסטעניש, זעמיר אלע, זין אפגעברענטע, מיט די קינדער אין האנט געשטאנען,
פריי פון באפעל, מיט אויגן צום בארג, אין די אייניגע מאמענטן, ביפאר תורה.
דער איד פון היינט האט נישט עקזיסטירט - דער פרומער מיטן שילד, ערליכער מיט שולד געפיל.
פרויען זענען בארוועס געגאנגען און די מענער בלויז מיט א גלויבונג.
און מיר זענען אלע אידן געווען, איינשטימיג צו נעמען דעם יאָך.
ווי עס שיינט איז דער אַטאָם פון "אידישקייט" ביפאר באפעלן, נישט פארקערט. דער "איד" נעמט אויף זיך מצוות.
וואס איז אט דער איד, דער חפשי מן המצוות וואס פארפיגט איבער אזא דראסטישן באשלוס, און מער - ווער זענען מיר בכלל?
מיר זענען געוויינט צו טראכטן אז מיט עלטער קומט שכל, און קלארקייט. ווען מ'קוקט צוריק פון פערציג אויף צוואנציג, זעהט מען נאיווע, און פילייכט שוואך געשפּענטע, יארן.
פון די אנדערע זייט אבער, מאכט מען געווענליך, דאס מערסט איינפלוסרייכע באשלוסן אין די פריע לעבנס יארן פון וואס מ'עסט פירות לעולמי עד.
בילדונג, ליבע, צו א פאַך, איז עפעס פונקט דעם יונגטליכער'ס באשלוס.
איז משמע אז יענע יארן זענען ווארשיינליך יא קוואליפיצירט דערפאר, און פארקערט, די עלטער מ'ווערט טאקע פאלט די ראטע פון עפעקטיווע באשלוסן.
מוז מען זאגן, אז דער פארשטענדליכער בן ארבעים איז נישט געאייגענט גאר, פאר דיזע מאנומענטאלע באשלוסן וואס זענען נאטורליך אויסגעשטעלט פאר די ימי נעורים.
מיר אידן אויך, אונזער שלעפּ צו גאט איז נישט זיין תורה און מצוות, אדרבה דאס מאכט עס פילייכט שווערער.
די צוציאונגס צו גאט איז דער פרייער איד ביים בארג, הנדמה לו כהר, וואס וויל טוהן ביפאר הערן, ווייל ער זוכט דעם מנהיג הבירה, דער מבדיל בין יום ובין לילה, דער מעל שמי השמים, וואס שמעלצט די אטאמ'ען און שווארצע לעכער אינאיינעם, און שטעלט לחיים.
און דער איד שטייט נאך אלץ ביים בארג, איצטערט טאקע מחופה כגיגית. ער דארף די מצוות, די וועג צו גאט, אבער די קימו וקיבלו, יונגע ליבע, איז דער פרייער איד.
א פרייע איד זאל איך אלזא גיין צום בארג.