בלאט 1 פון 1

הכל מודים דבעינן נמי לכם

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 2:04 pm
דורך שמן למאור
האלב פאר מיר און האלב פאר דיר
א צעמישעניש עס הערשט אינטערן טיר

קרעימיש קעיק פון אלע סארטן
מילכיגע געבעקס און טארטן

אקדמות מיט א פלאם און ברען
קבלת התורה וואס וואו ווען

קרעפלעך דעם הארץ טוט נאגן
א קידוש ס'זאל זיין וואס צו זאגן

מגילת רות מיט פארגלייזטע אויגן
אויפבלייבן ביינאכט עס טוט נישט טויגן

א שטיקל בשר בהמה א געשמאקן
צום סעודה זיך זעצן אויף אלע באקן

תיקון ליל שבועות מיט אויגן פארקנאקטע
געטינקעכץ ביים עלות אין מקווה א געפאקטע

גראזן און פאומס עס גיבט א שטראל
שיינע בלומען געהאנגן איבעראל

לאנגע דאווענענס מגייט אראפ פון זינען
עשרת הדברות כ'בין נישט צום געפינען

א דעלקעלע איך גיב מיך א דערמאן
באלד וועט פארן טשיז-באבקע זיין די זמן

נמי לכם אדער גאר דער עיקר
ווער נעמט די פלאץ וואס איז דיקער

האלב א מלאך און האלב א גלח ממש אזוי
אויך אלע אנדערע טעג פון יאר גענוי

זאג מיר קלאר וואס וויל מען פון מיין לעבן
צושמעטערן די גוף אדער גאר אים נאכגעבן

מיר דאכצעך אז כוחות מיר טוען נישט פארמאגן
כי זה כל האדם קענען מיר זיך דען שלאגן

בין אור לחושך נישט אהין נישט אהער
אפשר אזוי קומט עס לכתחילה איך קלער

איך הער שוין אויף שלעפן די שטריק ביידע וועגן
א באלאנס פון אלוקית מיט בהמית מיר מעגן

זייער חלק מעג זיך יעדער אינגאנצן ערפילן ביטע
מיט הארמאניע צוזאמען לעבן ווי ברודער גוטע

אהה תחתונים עלזו ועליונים ששו
איי די טשיזקעיק געשמאק און דזשאוסי

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 7:49 pm
דורך בעל אחריות
הערליך! וראויים הדברים למי שאמרם! (איך זאג עס אלס א קאמפלימענט)

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:04 pm
דורך מילך טראק
געוואלדיג


א זאטיגע הארה. איך האב שוין לאנג נישט געהאט קיין געדולד צו די ליל שבועות און די לאנגע דאווענען, איך האב עס געקאט. יום טוב איז א צייט וואס מ'דארף זיין פרייליך נישט זיך פייניגען
שמחת יום טוב איז א דארייתא, די איבעריגע איז ניטאמאל א דרבנן

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:18 pm
דורך מילך טראק
טאפלט

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:34 pm
דורך בעל אחריות
מילך טראק האט געשריבן:געוואלדיג


א זאטיגע הארה. איך האב שוין לאנג נישט געהאט קיין געדולד צו די ליל שבועות און די לאנגע דאווענען, איך האב עס געקאט. יום טוב איז א צייט וואס מ'דארף זיין פרייליך נישט זיך פייניגען
שמחת יום טוב איז א דארייתא, די איבעריגע איז ניטאמאל א דרבנן
ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 9:15 pm
דורך מילך טראק
בעל אחריות האט געשריבן:ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
אויב די האסט עס ליב אדרבה

איך בין מיד, קען זיין איך פארפאס אפאר לשון הרע'לעך מיט קאלטע סעלצער, אבער ס'איז די קאנצעפט אז ס'איז נאר אויב איך וויל איך מוז נישט.

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 pm
דורך שמעקעדיג
בעל אחריות האט געשריבן:ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
וועלכע חלק ענדזשויסטו? די מידקייט? זאגן א דיקע בוך מיט ווערטער?
חוץ אז דו זעצט זיך לערנען מיט א געשמאק, דאן באלאנגט עס שוין נישט אין דעם אשכול...

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:56 pm
דורך שעפטאל
בעל אחריות האט געשריבן: ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
מסכים. אוי איז דעס שמחת יום טוב!! זיך איינקארטשען אונטער די דאכענע אין א קאלטע צימער שבועות ביינאכט בשעת מ'ווייסט אז יעדער אין ביהמ"ד געהניצט און האט קאפ וויי.
מ'זינגט זיך אונטער מיט א שמחה: ניין ניין, האלט עס אליין. מיר האבן אן אנדערע מיין...

עהה, @בעל אחריות כ'בין דיך סתם מקנא

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:59 pm
דורך בעל אחריות
שמעקעדיג האט געשריבן:
בעל אחריות האט געשריבן:ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
וועלכע חלק ענדזשויסטו? די מידקייט? זאגן א דיקע בוך מיט ווערטער?
חוץ אז דו זעצט זיך לערנען מיט א געשמאק, דאן באלאנגט עס שוין נישט אין דעם אשכול...
איך אליין גראדע זאג געווענליך אויס די גאנצע תיקון, אבער איך מיין עפעס אנדערש, אין די ביהמ"ד וואו איך גיי איז זייער א געשמאקע מצב, מען לערנט אביסל, מען שמועסט אביסל (אסאך), מען נאשט אביסל, וואסער מעלאנע וכו', שפעטער אריין אין די נאכט ווערט די עולם אביסל אווערטייערד און מען הרג'ט זיך פאר געלעכטער פון יעדע שטות, וכו'.... יו געט די פוינט,

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 2:13 am
דורך מילך טראק
כ'פארשטיי דיר זייער גוט למשל מוצאי שבת ווען איך בין אויסגערוהט, מ'עסט פאפקארן מיט קאלטע סאדע, מ'מאכט א סיום אויף א שאכטעל , מ'זעהט זיך 3:30 מ'האלט נאך ביי בשלח.... מיין עידש שוהל פלעגט אזוי זיין.