גרים בימינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

גרים בימינו

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שטייענדיג בעפאר שבועות הבעל"ט ווען מ'ליינט מגילת רות, האב איך געזוכט בין האשכולות צו ס'דא ערגעץ וואו מ'שמועסט אויס די סוגיא פון גרים בזמנינו, און ביזדערווייל לא מצאתי את אשר בקשה נפשי, ע"כ עפן איך דעם אשכול (אדרבה אויב איז שוין דא אזאנס לאזט מיך וואוסן) ווי דער עולם ווערט געבעטן צו לאזן הערן מיינונגען,ידיעות,השערות און מחשבות, אלעס ארום די נושא,וואס איז די אמת'ע סיבה וואס עפ"י רוב באוועגט א מענטש זיך אנצושליסן אינעם עם ישראל?, וויפיל פראצענט פון די יעניגע טוען עס מיט די ריכטיגע ישוב הדעת און מיינען עס אמת'דיג?, וכו', שמעתי אז ס'דא אין דעם פעלד א גרויסע קאם ענד גאוי סיטואציע, ווען אסאך פון זיי טרייען עס אויס פאר א שטיק צייט און גייען צוריק לסורם נאך א וויילע,אזוי אויך האט מיר איינער וואס טוט אביסל מיט די חברה פארציילט אז ס'קומען פאר צווישן די מחנות גרים אזעלכע מעשיות וואס מ'טרעפט אין די פארצייטישע שו"ת ספרים,, מ'איז מוציא כסדר נשים מתחת בעליהן נאך וואס זיי זענען מודה אז ס'געווען ברצון,, וכו' יענער טענה'ט אז ס'קומט מחמת ווייל זיי זענען נאכנישט באהאוונט מיט די הארבקייט פון די ענינים עפ"י תורה, אבער ביי מיר האט עס אנגעצינדן א רויט לעמפל פון וואסערע סארט עלעמענטן מ'רעדט דא, בקיצור, הדבר צריך תלמיד, העמיר מכבד זיין די חברי ורבני השטיבל פורס צו זיין הדברים כשמלה, וירא הקהל וישפוט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זייער א סאך מאל שטעלט זיך ארויס אז די אזוי-גערופענע "גרים" שטאמען גאר פון אידן. פאר איין סיבה אדער א צווייטע זענען זיי געווארן "נטמע בין הגויים". (אמערצים. ס'איז נישט די זעלבע ווי "נטמא".). ספעציעל אין די דרום און צענטראל אמעריקאנער לענדער זענען דא מענטשן וועלכע שטאמען פן די אנוסים פון שפאניע אדער פארטוגאל.

זיי זאגן אז ס'האט זיי אייביג עפעס געצויגן צו די אידישע רעליגיע. זיי פלעגן אפהיטן געוויסע אידישע "מנהגים". ווי נישט עסן ברויט פאר זיבן טעג. אדער צינדן ליכט א יעדן פרייטיג פארנאכטס.

אויך זענען דא געוויסע קריסטליכע סעקטעס וועלכע שטודירן דעם בייבל. און זיי זוכן די אויטענטישע, אריגינאלע רעליגיע. זענען זיי זיך מגייר.

אויך זענען פארהאן אזעלכע יחידים און גרופס וועכע ווערן "מיעד" פון די אידישע רעליגיע און זיי גייען צוריק צו זייער גוי'אישקייט.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

כבין נישט באקאנט מיט די נושא
אבער איך קוק עס אן אינגאנצן אנדערש
יעדער וואס איז ראדיקאל אנדערש פון זייער סאסייעטי איז עס עפעס מער פון זוכן דעם אמת
סליגט אסאך פּעין און טראמא וואס שטייט אונטער אזעלכע טוישונגען

צב״ש גרים, שווארצע וואס זענען קאנסערוואטיוון, פאלעסטינער וואס שטיצן די מדינה, או טי די אין אונזער קאמיוניטי, און אזוי ווייטער
די סארט מענטשן קענען צוריק טוישן הוטן סיי ווען
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

צומישט און צוחישט האט געשריבן:שטייענדיג בעפאר שבועות הבעל"ט ווען מ'ליינט מגילת רות, האב איך געזוכט בין האשכולות צו ס'דא ערגעץ וואו מ'שמועסט אויס די סוגיא פון גרים בזמנינו, און ביזדערווייל לא מצאתי את אשר בקשה נפשי, ע"כ עפן איך דעם אשכול (אדרבה אויב איז שוין דא אזאנס לאזט מיך וואוסן) ווי דער עולם ווערט געבעטן צו לאזן הערן מיינונגען,ידיעות,השערות און מחשבות, אלעס ארום די נושא,וואס איז די אמת'ע סיבה וואס עפ"י רוב באוועגט א מענטש זיך אנצושליסן אינעם עם ישראל?, וויפיל פראצענט פון די יעניגע טוען עס מיט די ריכטיגע ישוב הדעת און מיינען עס אמת'דיג?, וכו', שמעתי אז ס'דא אין דעם פעלד א גרויסע קאם ענד גאוי סיטואציע, ווען אסאך פון זיי טרייען עס אויס פאר א שטיק צייט און גייען צוריק לסורם נאך א וויילע,אזוי אויך האט מיר איינער וואס טוט אביסל מיט די חברה פארציילט אז ס'קומען פאר צווישן די מחנות גרים אזעלכע מעשיות וואס מ'טרעפט אין די פארצייטישע שו"ת ספרים,, מ'איז מוציא כסדר נשים מתחת בעליהן נאך וואס זיי זענען מודה אז ס'געווען ברצון,, וכו' יענער טענה'ט אז ס'קומט מחמת ווייל זיי זענען נאכנישט באהאוונט מיט די הארבקייט פון די ענינים עפ"י תורה, אבער ביי מיר האט עס אנגעצינדן א רויט לעמפל פון וואסערע סארט עלעמענטן מ'רעדט דא, בקיצור, הדבר צריך תלמיד, העמיר מכבד זיין די חברי ורבני השטיבל פורס צו זיין הדברים כשמלה, וירא הקהל וישפוט.
לויט ווי איך פארשטיי מיינען זיי עס זייער אמת'דיג, אויב שפעטער וועלן זיי האבן חרטה מיינט נישט אז די גיור איז נישט גוט
די פראבלעם גייט אבער זיין ביי די קינדער, זיי טראכטן למה לי הצערה הזאת וואס איז אים שלעכט געווען אלטס גוי
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

ס'איז צום האפן אז אפילו ווען זיי האבן חרטה ווייל סאיז צו שווער צו זיין א איד , וועלן סיי נאך אלץ זיין אקעגן די סטעיט אוו איזראעל דאס איז דאך די עיקר פון די פון די גיור
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

לגבי די שאלה פארוואס זענען מענטשן זיך מגייר דארף מען באמערקן אז גיור איז נאר א קליין פראצענט פון המרת דת בכלל (און מסתמא נישט צו א גרויסע פראצענט אפילו אויב מ' קוקט נאר אויף אזעליכע ריליגיעס וואס proselytize'ן נישט, אריינגערכנט הינדואיזם, בודיזם....). ס' איז א נאטירליכע זאך אז א קליין חלק מענטשן זאלן ווערן איבערגענומען פון אנדערע communities און וועלן join'ן, בפרט אין די וועלט פון אינטערנעט.
אמת מארץ תצמח
באניצער אוואטאר
טינט פען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:58 am
געפינט זיך: ביים קאמפיוטער
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך טינט פען »

איז דא באקאנטע גרים פון הונגריה אדער פיפציג יאר צוריק?
ווי א פליסיגער טינט פען, כן אנחנו.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

טינט פען האט געשריבן:איז דא באקאנטע גרים פון הונגריה אדער פיפציג יאר צוריק?
די גרים פון אינדערהיים, טוען שוין היינט רעבישע שידוכים,, זיי דאנקען גאט יעדן טאג פאר'ן ברענגען דעם קריג,, (נישט קיין דזשאוק ס'דא אפאר באקאנטע משפחות,, די זעלבע מיט די אלע משפחות וואס האבן אנגעפילט די שו"ת ספרים מיט אבה"ע שאלות,, ווער מיינסטו זענען זייערע אייניקלעך?,, זיי דרייען זיך געווענליך אויף מזרח,)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טינט פען האט געשריבן:איז דא באקאנטע גרים פון הונגריה אדער פיפציג יאר צוריק?
איך קען (פערזענליך) 2 משפחות יוצאי הונגריה. איין משפחה האט געוואוינט אין מאנטריאל, קענעדע. נאר יענער איז (לויט'ן נאמען) אריגינאל פון פוילן. זיין לעבנסגעשיכטע איז א ביסל פארוויקלט און קאמפליצירט. מיט עליות ומורדות.

איין זאך. די מידה פון עשיו איז נאך געבליבן איינגעווארצלט אין איהם. ער האט אמאל געהאט א געפעכט מיט א צווייטן מענטש (איד/גוי?) און ער האט איהם געשטאכן מיט ניעדלס.

ביי זיינע קינדער האט זיך אויך ארויסגעוויזן די ידיים ידי עשיו וועלכע איז נאך געווען אין זייער בלוט.

דער צווייטער גר האט געוואוינט אין ניו יארק. ער איז געווען באקאנט דאהי. ער האט זיך געטוישט זיין משפחה נאמען צו א שטארק אידישן נאמען. נאר א יעדער (פון די יוצאי הונגריה) האט געוויסט פון זיין אריגינאל'ן , גויאישן נאמען.

איך האב אליין בייגעוואוינט ביי איהם אן עפיזאד פון ווייאלענס. כמעט רציחה. ער האט געהאקט אויף א מענטשנ'ס האנט מיט א פייפ רענטש. ווען יענער כאפט נישט אוועק שנעל די האנט וואלט ער געבליבן אן א האנט. די סיבות ארום דעם אקט זענען צו לאנג און קאמפליצירט. ואכמ"ל...!

אפשר וועל איך (אמאל) אויפמאכן אן אשכול פון אינטרעסאנטע סיפורי מעשיות. 'על איך עס דארט פארציילן.
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

ביים מנחת אלעזר האט זיך געדרייט א גר
באניצער אוואטאר
טינט פען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:58 am
געפינט זיך: ביים קאמפיוטער
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך טינט פען »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אפשר וועל איך (אמאל) אויפמאכן אן אשכול פון אינטרעסאנטע סיפורי מעשיות. 'על איך עס דארט פארציילן.
איך צאל א חודש פון די בעלי עגלה געהאלט, איר זאלט אין די צייט שרייבן מעשיות...

איך זעה מיר שוין לעקן די פינגערס...

אפשר זאל דער עולם מאכן א פעטיציע צו מורינו ראש המדברים רבי בערל בעל (מחבר) עגלה, ג"כ, ועוד... צו שרייבן זיינע זכרונות און מעשיות!
ווי א פליסיגער טינט פען, כן אנחנו.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טינט פען: צוערשט א יישר כח. נאר לאמיר זיין קלאר. דו צאלסט פאקטיש יעצט א טייל פון מיינע וועידזשעס. איכ'ל טשעקן מיט מיין מענעדזשער. איך זעץ מיך שוין אראפ שרייבן. אדער דו שנדר'סט . דו זאגסט צו אז דו ביסט גרייט צו צאללן א טייל פון מיין געהאלט.

איך וויל פשוט וויסן. ווייל איך פלאן שוין א לענגערע צייט צו בעטן א העכערונג.יעצט ווייס איך לכה"פ צו וועם איך דארף רעדן.
באניצער אוואטאר
טינט פען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:58 am
געפינט זיך: ביים קאמפיוטער
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך טינט פען »

berlbalaguleh האט געשריבן:טינט פען: צוערשט א יישר כח. נאר לאמיר זיין קלאר. דו צאלסט פאקטיש יעצט א טייל פון מיינע וועידזשעס. איכ'ל טשעקן מיט מיין מענעדזשער. איך זעץ מיך שוין אראפ שרייבן. אדער דו שנדר'סט . דו זאגסט צו אז דו ביסט גרייט צו צאללן א טייל פון מיין געהאלט.

איך וויל פשוט וויסן. ווייל איך פלאן שוין א לענגערע צייט צו בעטן א העכערונג.יעצט ווייס איך לכה"פ צו וועם איך דארף רעדן.
שיקט מיר אהער די פערד און וואגען, און מיר וועלן רעדן...

באמת גלייב איך אז א אשכול מיט אייערע מעשיות וועט האבן די מערסטע באזוכער...
ווי א פליסיגער טינט פען, כן אנחנו.
באניצער אוואטאר
טינט פען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:58 am
געפינט זיך: ביים קאמפיוטער
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך טינט פען »

דאכט זיך מיר אין סאטמאר איז געווען עטליכע גרים נאכן קריג, איינס אפשר א בני יואל גאר?
אדער מיש איך אז מען דארף זיי אנקוקן ווי גרים...
ווי א פליסיגער טינט פען, כן אנחנו.
פארשפארט