איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6316
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

@סאנטיאגא, סאטמאר'ס טעראר איז כידוע א חלק פון זייער די. ען. איי. מיום היווסדה, אבער די קרעפל תורה וואס דאס זאל האבען איינגעלייגט מיט AI כאפ איך נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

איך וואלט געזאגט,
אז דער עולם גלייבט נישט היינט און גארנישט, ווייל די מנהיגים די רעבי׳ס האלטן ביי גארנישט, אלעס איז נאר בלאף.
מען קען שרייבן וואס מען וויל, אבער דער עולם ווייסט ליידער אז אלעס איז שקר אין בלאף.

איז דא איינער וואס גלייבט, אז איינע פין די אלע מערכות איז לש״ש?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

שליחה דורך הקטן »

ערליכער איד האט געשריבן:איז דא איינער וואס גלייבט, אז איינע פין די אלע מערכות איז לש״ש?
איך בין נישט קיין חסיד פין די "מערכות" פאר אסך סיבות
איך גלייב אבער ס'איז זיכער דא אסך פין די וואס פירן דאס וואס מיינען ( ע"פ רוב) ריין לש"ש
פארוואס מיינסטו אז נישט?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

הקטן האט געשריבן:
ערליכער איד האט געשריבן:איז דא איינער וואס גלייבט, אז איינע פין די אלע מערכות איז לש״ש?
איך בין נישט קיין חסיד פין די "מערכות" פאר אסך סיבות
איך גלייב אבער ס'איז זיכער דא אסך פין די וואס פירן דאס וואס מיינען ( ע"פ רוב) ריין לש"ש
פארוואס מיינסטו אז נישט?
עס זענען דא גאר אסאך תמימות'דיגע אידן, אבער די אידן וואס העצן אויף און פארדרייען די קאפ פון די תמימות'דיגע אידן, פון זיי איז נישט דא קיינער (לכאורה) וואס מיינט עס לש"ש
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 573
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אין דעם סקווערן לטהר בלעטל זענען זיי מסביר דעם פראבלעם לשיטתם.
בייגעלייגטע פיילס
Letaher_-_5783_-_Brochure_-_Shevuos_Final_1_1_1.pdf
(310.53 KiB) אראפגעלאדנט 45 מאל
פנחסבןאלעזר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך פנחסבןאלעזר »

פארשטייט זיך טשעטען וועגן געפילען און שלום בית זענען בכלל האיסור
דאס איז עס, דאס מוז זיין דער עיקר פראבלעם. טאמער זאלען אידן אויסגעפינען וויאזוי צו האבן שלום בית, אדער וויאזוי צו הייבן די געפילען, איז א חורבן.

שלאג דיר אינדערהיים מיט דער ווייב מיט דער קינדער, זיי א דעפרעסטער, אזוי וועסטו זיין א ערליכע חסיד'ישע איד.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

שליחה דורך הקטן »

פנחסבןאלעזר האט געשריבן:
פארשטייט זיך טשעטען וועגן געפילען און שלום בית זענען בכלל האיסור
דאס איז עס, דאס מוז זיין דער עיקר פראבלעם. טאמער זאלען אידן אויסגעפינען וויאזוי צו האבן שלום בית, אדער וויאזוי צו הייבן די געפילען, איז א חורבן.
פארוואס פרעגסטו נישט אן דארט וואו אזוי צו האבן די אמתע שלום בית און דו קימסט צורוק און דו שערסט דאס מיט די סקווערע עולם?
זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל זיין שלם בית און געהויבענע געפילן ביי אידן




פארשטייט זיך זאג נישט פין וואו דאס קימט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1062 מאל

שליחה דורך חדשים »

קודם ווער איך געוואר אז אד”ש זאגט נאך פון בעש”ט אז אמת איז נאר דא איינס. דאס צו הערן האט זיך שוין געלוינט די גאנצע מערכה...

און חדשים לייגט צו: לויט איין מהלך אין אמת, איז נאר דא איין אמת... אזוי קען מען לערנען פשט אין אד”ש בשם הבעש”ט.
ווי פארשטענדליך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 10, 2024 11:14 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל

Re: איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

שליחה דורך ווי פארשטענדליך »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:16 pm עס קערט זיך איבער א וועלט, די שטן וחיילותיו האבן ווידער באוויזן צו אינפילטרירן דאם געליטענעם עם הנבחר וואס פראבירן נעבעך מיט די לעצטע כוחות זיך צו דערהאלטן ביים ערליכן אויסגעטרויטענעם וועג.

אויב האבן מיר געמיינט אז דער נסיון פון אינטערנעט איז דאס לעצטע קויל וואס דער שטן האט געשאסן, ער האט שוין פארניצט זיין לעצטע וואפן פאר ביאת משיח, ער האט שוין פראבירט זיך צו דערכאפן מיט זיין שטערקסטע קאנאן פאר זיין ביטערן ענדע -ווען מיר וועלן מיט הנאה אים קאלטבלוטיג שחט'ן אויפ'ן מזבח- האבן מיר זיך ביטער טועה געווען.

עס האט צום באדויערן, צום שאק און שוידער פון גאנץ כלל ישראל, ארויסגעשפראצט אומערווארטעטעהייט א פרישע ביטערע נסיון, א צרה וואס לייגט ממש דעם גאנצן סמארטפאון אין שאטן, און דאס איז די שעדליכע שרעקליכע בראך הנקרא AI.

די גרויסע רבנים האבן שוין געלאזט הערן זייער דעת תורה, די חדרים האבן שוין געמאכט טעלע-קאנפערענצן, די השומרים גליון איז שוין העכסט פארנומען מיט שרעק אנווארפנדע פראפעגאנדע, און ס'גאנצע גאס איז אויף מיט דעם נייעם געפערליכן ספעקטאקל.

בשעת די עלטערע דור האלט נאך אינמיטן אויפכאפן וואס דאס איז בכלל, הערן מיר שוין האר-אויפשטעלנדע מעשיות פון בחורים וואס האבן שוין ליידער געספענדעט שעות ארוכות רעדנדיג מיטן ס"ם אליין, ווער ווייסט וויפיל טייערע נשמות זענען שוין פארדארבן געגאנגען אדאנק דעם טמא'נעם אורים ותומים.

בליץ שנעל האט מען איינגעזען אז דא רעדט מען פון גאר א שווערע פרשה, די אלטע טאקטיק פון נאכמער אריינבאקסן דעם עולם ווי נאר א פרישע זאך קומט ארויס, ארבעט נישט דא ביי אונזער פאל. יעדע שמויגער מיט א פשוטע הייליגע 'טאלק אנלי' טעלעפאון קען אריינריפן דעם נומער (640-225-5726) און כאפן א שמועס איבער סיי וואס אויפן כדור הארץ!

דער אמת איז אז ס'איז געקומען די צייט זיך אויפצואוועקן און זיך פרעגן די אומאיינגענעמליכע שאלה, פארוואס האבן מיר אזוי מורא פון אינפארמאציע אין אונזער קאמיוניטי? וואס איז אזוי שלעכט מיט ידיעות און וויסענשאפט?

דעם פארגאנגענען יו"ט שבועות האב איך געכאפט א שמועס מיט א בחור'ל איבער AI, ער האט מיר געפרעגט, וואס איז די גרויסע פראבלעם וואס מען ליאמערט דא וועגן? שמוץ רעדט ער דאך נישט, איי אינפארמאציע? נא אויב איז אידישקייט די אמת, דאן פון וואס האבן מיר מורא...?

איך האב אנגעפרעגט א חב"ד'סקער שליח וואס איך בין אביסל נאנט מיט אים, וואס ער זאגט איבער די נייע AI? ער האט מיר אזוי אנגעקוקט ווי ער פארשטייט נישט וואס איך וויל פון זיין לעבן האבן... וואס הייסט? ס'איז זייער א גוטע זאך, מען וועט מיט דעם גרינגער קענען שרייבן קירוב בריוון אדער סתם אידישקייט צעטלעך, ס'איז א מתנה פונעם אויבערשטן צו קענען גרינגער ברענגען אידן לאביהם שבשמים.

אבער -האב איך אים געדריקט צום וואנט- מען קען דאך רעדן און פרעגן וואס מען וויל... ווער ווייסט וואו מען קען אנקומען? דער לויבאוויטשער פארשטייט נישט וואס איך וויל, "וואס איז ראנג מיט ענק"? אוודאי 'קען' מען פרעגן וואס מען וויל, אבער וואס וויל דען א ערליכע איד? דינען דעם באשעפער! נו פארוואס זענען ענק ביזי אגאנצן טאג זוכן פראבלעמען אין יעדע זאך? ניץ עס פאר עבודת השם! אוודאי אויף א סמארטפאון לייגט מען א פילטער פשוט ארויסצונעמען די אפציע פון שמוץ, מען דארף זיך דאך היטן פון א שוואכע מינוט, אבער אויף AI ווי ער רעדט סייווי נישט קיין שמוץ, דאן וואס קען זיין די פראבלעם בכלל?

איך האב אנגעפאנגען צו פארשטיין ווי FUBAR אונז זענען. אונזער מהלך החינוך איז, אז מען פראבירט יומם ולילה צו אפהאקן אונזערע קינדער פון די 'גאס', מיר פראבירן זיי צו אסר'ן ווי מער גויאישע זאכן, זיי זאלן ניטאמאל וויסן וואס עס גייט פאר אינדרויסן פונעם היימישן אינזל, אבער צו דער זעלבער צייט זענען אונז משונה'דיג פארנאכלעסיגט מיטן אויפבויען די קינדער פון 'אינווייניג'. זיי זענען אזוי רוי און שוואך, אז די רגע עפעס א שמץ פון די גוי קומט נאר אריין, ווערט מען פארלוירן.

איך האב מיך אלץ געוואונדערט וויאזוי די חב"ד'סקערס האלטן זיך ביי אידישקייט. זיי האבן דאך די כלים ביי זיך אין שטוב... וואס איז דאך מסוגל פאר נישט גוטע קינדער. זאת ועוד, זיי וואוינען דאך אין אלע פארשטופטע שטעט איבער די וועלט, זיי האבן נישט קיין געהעריגע מוסדות התורה ווי מען מאכט זיכער אז זיי זאלן חלילה נישט האבן קיין שגץ בייקס אדער mp3'ס מיט sd סלאטס, גאר אסאך פון זיי לערנען איבער די טמא'נע גע'אסר'טע זאאם, טא וויאזוי האלטן זיי זיך ביי אידישקייט?

און קומטס מיר נישט זאגן אז ביי זיי פאלן טאקע אוועק מער קינדער פון אידישקייט, ווייל ס'איז נישט אמת! אויב עפעס איז די ראטע פון קינדער וואס בלייבן ערליך ביי זיי העכער ווי ביי אונז. די קינדער פון די שליחים וואקסן אויף, זיי גייען לערנען אין ישיבה, זיי פארן קיין קראון הייטס, האבן חתונה און ווערן ווייטער שליחים, וחוזר חלילה. מען קען שוין טרעפן אסאך שליחים וואס זייער טאטע און זיידע זענען אויך שליחים, וכל שהוא ובנו ובן בנו... שוב לא פוסקת. ס'פארט שוין אזא באן פאר יארן לאנג און אלעס קנאקט ווי קיינמאל בעפאר! וואס איז פשט דערפון?

די תירוץ איז זייער פשוט, טרעף נאר סיי וועלכע חב"ד'סקער, זאל ער זיין א 80 יעריגע זיידע אדער א 15 יעריגע בחור'ל און בעט אים צו זאגן עפעס א גוט ווארט... פאר א האלבע שעה וועט ער דיר האבן וואס צו דרש'ענען... ער וועט דיר קענען מסביר זיין וואס די בעש"ט האט מחדש געווען, און וואס די אלטער רבי האט געזאגט. ער וועט וויסן וועלכע יאר די מיטעלע רבי איז אוועק און וואס די לעצטע מאמר זיינע איז געווען. ער וועט וויסן וועגן נפש הבהמית און שלש קליפות הטמאות, ער וועט וויסן וואס דאס איז אלוקית און דירה בתחתונים, זיי זענען אויפגעבויעט פון 'אינעווייניג'! זיי זענען פעסט אוועקגעשטעלט בפנימיות! אז מען איז פעסט ביי זיך, ווערט מען נישט פארלוירן פון יעדע נייע משוגעת וואס די גאס קומט אויף מיט.

(וויאזוי מיינסטו אז מענדל וועכטער האט געקענט ארויסשפאצירן מיט א גאנצע סאטמארע קלאס און זיי אריינברענגען קיין חב"ד? און נאך די גוטע קעפ אויך... ווייל אין סאטמאר האט מען זיי גארנישט פארקויפט, מען האט געהאקט אויף ציונות, בייהאר, חטא הידוע, און אויף אלעס ארום, און זהו! איז געקומען איין אידל מיט א פארקניפטן בערדל און אביסל גערעדט וועגן אלוקית און דער עולם איז געגאנגען גאגא. ער האט גארנישט געדארפט טון מער ווי פארקויפן אביסל אידישקייט און דער עולם איז זיך צולאפן אויף אלע פיר. אינטערסאנט נאר אז מען הערט נאר די אלע מעשיות ווי סאטמארע אדער אנדערע ענליכע חסידות'ן ווערן חב"ד'סקער, מען הערט עפעס נישט אז א סאטמארע האט אפגעטראגן מיט א גאנצע לויבאוויטשער קלאס און זיי געברענגט קיין סאטמאר... אתמהה...)

אידישקייט האט גאר אסאך וואס צו פארקויפן. פון מסורה ביז השקפה, פון חסידות ביז הלכה, פון היסטאריע ביז מוסר, פון תנ"ך ביז משנה, פון מדרשים ביז גפ"ת, ס'איז דא א געוואלד ווי זיך אויפצובויען און באקומען א קענטעניס. אבער אונזערע קינדערלעך קענען גארנישט! זילטש! אדרבה... גיי פרעג אונזערס א בחור וואס ער קען, וואס ער ווייסט איבער אידישקייט... די גוטע בחורים קענען אביסל גמרא, און אויב האבן זיי מזל, געדענקען זיי אביסל פונעם מאור עינים אדער נועם אלימלך וואס זיי האבן געזאגט (דער עיקר איז צו זאגן די הייליגע ווערטער אפילו מען פארשטייט נישט...) נעכטן פארן דאווענען.

איך האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט א בחור איבער די יסודות'דיגע נושאים פון אמונה. מען האט גערעדט וועגן די כוזרי ארגומענט, מיר האבן גערעדט וועגן דעם אז נאר ביי אידן איז דא דעם פענאמענאן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן מעמד הר סיני, וואס דאס איז נישטא ביי קיין שום אנדערע רעליגיע. מיר האבן גערעדט וועגן די באקאנטע טענה אז פונקט ווי א בילד פארבט זיך נישט פון זיך אליינס אזוי אויך קען נישט זיין אז די וועלט איז אליין געווארן, און בתוך הדברים האב איך אים געגעבן א זאג אז 'איך בין אויפגעוואקסן אויף די טענות'...

דער קוקט מיר אן אזוי... יא?! וואו האסטו געלערנט? אין חסידישע מוסדות? צו מיר זענען די אלע זאכן חידושים...

כ'האב מיך געכאפט אז ער איז טאקע גערעכט... איך בין טאקע פאר זיך געווען ביזי מיט די אלע זאכן, איין אויפגעקלערטע מגיד שיעור האט טאקע אביסל גערעדט וועגן די זאכן, אבער... דעטס איט, מען האט ווייט נישט גערעדט פון די זאכן אזוי פיל ווי מען האט גערעדט איבער וועלכע נייע זאך מען טאר נישט טון, אדער וואס האלט יעצט אפ די גאולה. אויב עפעס זענען מיר געווען ביזי רוב טאג מיט אמונת טפילות איבער נערישע מופתים פון רבי'ס, רעב שייעבערעבמוישע אכילה, יארצייטן, רבי זכיסויאגענעליינו, טישן, באטעס, מיט כלערליי אנדערע שטותים, ליפטיגע באלונס, וואס די רגע עפעס א הארטע שטיינדל פון די גאס קומט צו פליען, צופאלט גלייך די גאנצע פאפירענע געביידע.

א שארפע מעשה האב איך אמאל געהערט... א סקווירא חסיד האט געוויילט אין די מרחקים און געזען אין די ביהמ"ד דארטן ווי עס זיצט א אידל און לערנט שיחות הר"ן. דער סקווירא חסיד איז אויפגעשוידערט געווארן פון דער מחזה נורא און וועלנדיג ראטעווען א איד פון די טומאה האט ער זיך אנגעריפן צום איד... ווייסטו, די סקווירא רבי ז"ל האט זייער נישט געהאלטן פון די ספר, ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "חלילה וחלילה אפילו צו האבן ברסלבע ספרים אין שטוב"!!! דער ברסלבער איד הייבט אויף זיין אויגן פונעם ספר און זאגט פארן סקווירא חסיד, "אז דו וועסט מיר יעצט אויפן פלאץ נאכזאגן נאך 5 מימרות פון דיין רבי'ן ז"ל, מאך איך שוין צו דעם ספר'ל אויפן פלאץ"...! דער סקווירא'ר האט זיך גענומען קעקעצן... עפעס איין האלבע מימרא איבער וועלכע קאמפויט מען עסט אסרו חג שחל במוצאי שבת האט ער נאך געדענקט, אבער נאך צוויי מימרות איז ער סטאק געווארן און שנעל אנטרינען פון דארט בפחי נפש...

מיר זענען אזוי אומגעלערנט, אזוי ליידיג אזוי לופטיג, אז יעדע נארישע זאך איז א ריזיגע נסיון! די איינציגסטע וועג איז נאר ארויסצוגעבן א פרישע איסור, נאכמער פארמאכן די טויערן פונעם געטא, אנדערש וועט עס נישט גיין. ס'איז ארויסגעקומען אינטערנעט, האט מען דאס גע'אסר'ט, ס'איז ארויסגעקומען סמארטפאונס, האט מען דאס גע'אסר'ט, טעקסט ווערט א פראבלעם, גייט מען דאס אסר'ן... און וואס וועסטו טון יעצט?? אסר'ן טעלעפאונס??

איך האב געזען ביי די AI מערכה אז אלע רעדן ווי געפערליך דאס איז... אבער זיי זענען סטאק, כ'האב נאכנישט געהערט קיין איין סעלושן פון קיינעם, ווייל ס'איז נישטא!!! עס קומט צו א פוינט ווי מען קען שוין נישט איינצוימען, יעדער האט א טאלק אנלי פאון... און עס נעמט נישט לאנג געוואויר צו ווערן פון די ס"מ'ס טעלעפאון נומער... מען קען ממש גארנישט טון... די מחנכים זענען ממש אובד עצות, אפשר זאל מען אנפאנגען צו געבן פאר די בחורים נאר סעלפאונס וואס קענען רופן געציילטע רעגיסטרירטע נומערן! אפשר זאל מען זיי אסר'ן צו רעדן אויף א טעלעפאון בכלל...? ס'איז צרות ווי א בארג... דער ס"ם האט זיך ממש אריינגעכאפט אין די טאג טעגליכע זאכן וואס מען מוז צו דעם אנקומען... מען קען אים נישט ארויסשניידן... אלעס האט א שיעור, מען איז געקומען צו די העכסטע לעוועל פון צוימונגען, אבער ס'איז נישט גענוג... מען קען שוין מער גארנישט איינצוימען... וואס טוט מען דא???

ווען איינער האט א שוואכע אימיון סיסטעם, ער איז אלערדשזיק צו אסאך סארטן עסן, ער כאפט אריבער יעדע סארט קראנקייט גאר שנעל, איז דא צוויי עצות. מען קען אים אפזינדערן פון די וועלט, מען קען אים איינשפארן אין א צימער און נאר געבן צו עסן ברויט און וואסער פאר זיין גאנץ לעבן, אדער קען מען טון אסאך קליגער און גיין צום שורש פונעם פראבלעם און אים פארשטערקערן זיין אימיון סיסטעם אזוי אז ער זאל שוין קענען פארטראגן מער, און צעביסלעך ווערן כאחד האדם.

מורי ורבותי! אפשר איז צייט צו נעמען א צווייטע אפרויטש, אפשר זאל מען פון די גאנצע ס"מ מאכן א כשר'ע הייליגע אורים ותומים, א חפץ וואס מיר וועלן נאר נוצן פאר קדושה. וויאזוי וועלן מיר דאס באווייזן פרעגסטו? דורכן אויפבויען אונזערע קינדער מיט אידישע סובסטאנץ, מיר זאלן זיי אויפבויען מיט אידישע פעסטע יסודות, מען זאל זיי אנשטאפן מיט די הערליכע אידישע היסטאריע, מוסר, חסידות, און השקפה. מען זאל זיי ווייזן וואס אידישקייט פארמאגט יא, ווי איידער וואס אידישקייט לאזט נישט. זיי זאלן זיין ביזי מיט אנדערע זאכן און נישט האבן קיין צייט צו זיצן און שמועסן נארישקייטן מיט א ליפטיגע שטומע פאר אפאר שעה. און אז איינער כאפט שוין יא אמאל א שמועס מיטן AI זאל אים די אינפערמאציע נישט געבן קיין ריר אין זיינע פעסטע אוועקגעשטעלטע יסודות החיים והדת, ווייל ער וועט זיין געזונט און אויפגעבויעט פון 'אינעווייניג'!
רעאגיר