בלאט 1 פון 5
נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTD'ס
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 9:54 am
דורך צקון לחש
.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:39 am
דורך עסקן בדברים
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 11:06 am
דורך בת קול
קען איינער מסביר זיין אין אידיש?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:06 pm
דורך צקון לחש
בת קול האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין אין אידיש?
האדמו"ר מבעלזא האט געשטעלט יונגעלייט צו צוזאם נעמען OTD בעלזערס (קען זיין בלויז מענער?), מ'האט געמאכט פאר זיי א גרויסע נסיעה אין יוראפ, און יעצט איז עס געווארן פאבליק.
די טוויט וואס איך האב געברענגט זאגט אז דאס פיהלט פאר זיי ווי א ריכטיגע האלדזונג און עס איז פאר זיי ווי א חלום.
דא איז די פרטים פון די א.ד. נסיעה.
https://drive.google.com/file/d/1AsDz35 ... =drive_web
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:22 pm
דורך סקעפטיקער
א געוואלדיגע דערגרייכונג!
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:50 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שוין ווייטער איז בעלז אהעד אוו די געים!
ממנו ילמדו וכן יעשו!
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:01 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ווען בעלזער רב וואלט ווען דא געוואוינט אין אמעריקע אדער ווען איך וואלט ווען געהאט די געלעגנהייט צו פארן יעצט קיין ארץ ישראל, נאר פאר דעם אליין וואלט איך אריינגעגאנגן צום בעלזער רב, כאטשיג לא בעלזער חסיד אנכי ולא בן, ובן בנו של בעלזער חסיד, דאך וואלט איך עם קאנגראטולירט נאר פאר דעם אליין!
בעלזע חסידים דא אינעם גרופ זאלן איבערגעבן פארן רב אז אנכי הקטן והשפל דער גאלדענער אדלער טוט גראטולירן און וואונטשן שטארק הצלחה אין דעם נייעם דזשורני און די השפעת פון סייעתא דשמיא זאל איבערגיסן צו אנדערע גרויסע און קלענערע חסידות ארום די וועלט!
דעם טוויט איז מורא'דיג
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:30 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
גראמען ביי די נסיעה - ישראל שטערן
*ווערט געזען שלום לייזער בן אדמו"ר מפשעווארסק
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:44 pm
דורך סקעפטיקער
פאר בעלזא OTD'ס אדער פאר OTD'ס בכלל?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:22 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
איך ווייס נישט וואס די מטרה איז און פארוועם מען עפענט עס,
איין זאך איז זיכער שלום לייזער איז נישט פון זייער קהילה.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:24 pm
דורך חדשים
שטאמט פון בעלזא חסידים דורי דורות.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:25 pm
דורך צומישט און צוחישט
איינער קען פליז אנצייכענען ווער ס'איז? טענקס.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:26 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
חדשים האט געשריבן:שטאמט פון בעלזא חסידים דורי דורות.
טאקע דערפאר האב איך מדייק געווען אז ער איז נישט פון זייער קהילה. ודוק.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:28 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
איינער קען פליז אנצייכענען ווער ס'איז? טענקס.
ביי 0:23 די לעצטער אויף די לינקע זייט,
(בשעת די ווערטער שלום רב וכו' ווערן געזונגען)
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:09 pm
דורך קהל'ס נער
I
My Rabbi
פאר אפאר חדשים צוריק האט א בעלזא אט״ד בחור זיך גענימען דעם לעבן, דאס האט געברענגט א אויפוואכונג צים רב אז מען קען נישט ווארפן אויף הפקר די ארויסגעפאלענע פון אינזער סיסטעם, אוו אז מען דארף נעמען אחריות אויף די אייגענע פראבלעמען און נישט ארויסווארפן נאר ענדעשער מקרב זיין.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:20 pm
דורך חדשים
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:שטאמט פון בעלזא חסידים דורי דורות.
טאקע דערפאר האב איך מדייק געווען אז ער איז נישט פון זייער קהילה. ודוק.
למאי נפק”מ? עס איז די קרייז...
אגב, ווער קען שרייבן וועגן זיין טאטעס רילעישענשיפ מיט’ן רבי’ן?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:45 pm
דורך סיסטעם
וויאזוי דארף דעס א ישיבה בחור אנקוקן פשט אז א אטד האקט א לעבן ער פארט קיין יוראפ און מען מאכט שבתים
בשעת איך זיץ צעקוועטשט אין ישיבה און איינמאל א יאר איז מען זוכה אז מען פארט א טריפ
נישט אז איך מאך אוועק די זאך נאר יעדער חסידות דארף זיכער מאכן אז זייערע בחורים וואס דינט די פארטיי זאל מען זעהן צו מאכן "אגערנעזאציעס" פאר זיי אויכעט, ווייל זיי דארפן אויך חיזוק.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:47 pm
דורך בעל אחריות
ער האט נישט מורא אז דאס קען מרבה זיין otd בישראל?
סיסטעם האקט וועגן "סיסטעם"....
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:54 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:56 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בעל אחריות האט געשריבן:ער האט נישט מורא אז דאס קען מרבה זיין otd בישראל?
סיסטעם האקט וועגן "סיסטעם"....
OTD's געשעהט נישט פון קירוב נאר פון ריחוק
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:05 pm
דורך סקעפטיקער
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
איך מיין דו ביסט נישט גערעכט, ווען מ'פארט אויף א נסיעה צו אסאך אלוועטליכע פלעצער וביניהם אויך ציונים פון רבי'ס אן קיין פרעשור וועלן רוב אטד נישט האבן קיין פראבלעם און עס גאר ענדזשויען
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:07 pm
דורך טראפעלע
סיסטעם האט געשריבן:וויאזוי דארף דעס א ישיבה בחור אנקוקן פשט אז א אטד האקט א לעבן ער פארט קיין יוראפ און מען מאכט שבתים
בשעת איך זיץ צעקוועטשט אין ישיבה און איינמאל א יאר איז מען זוכה אז מען פארט א טריפ
נישט אז איך מאך אוועק די זאך נאר יעדער חסידות דארף זיכער מאכן אז זייערע בחורים וואס דינט די פארטיי זאל מען זעהן צו מאכן "אגערנעזאציעס" פאר זיי אויכעט, ווייל זיי דארפן אויך חיזוק.
לויט ווי איך פארשטיי וויל קיינער נישט גיין otd נאר וואס דען? זיי זענען צובראכן יעדער פאר זיינע סיבות. סנעמט זיך גרויסע כוחות ארויסצוגיין פון די מסגרת, אזא איינער וואס גייט ארויס האט ער רוב מאל גענוג פעין וואס צווינגט עם דאס צו טון.
סאו איך זע נישט פארוואס א ישיבה בחור זאל מקנא זיין
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:15 pm
דורך קהל'ס נער
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
כ'מיין דו קענסט בלייבן ביי דיין "געווענדליך" און ווייטער נישט שרייבן. אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, רעד נישט.
די מהלך פון ביז יעצט צו מרחק זיין האט געארבעט? ניין.
זאל מען ווייטער גיין מיט די סוקסעס-לאזע מהלך, נישט נאר סוקסעסלאז, נאר ברענגט נאך סועסייד אויכט!
ווי זאגט איינשטיין? וואס מיינט א אידיוט? איינער וואס טוט איבער די זעלבע זאך און ערווארט אנדערע רעזולטאטן!
און בכלל די בחורים זענען אונזער פראבלעם, זיי זענען דורך אונזער חינוך סיסטעם and we failed them, זאל מען זיי יעצט ווארפן צו די הינט און מחרים זיין ווייל אויסערגעווענדליך פארשטייט נישט די מהלך?
מען דארף נעמען אחריות אויף זיי, ס'איז אונזער פראבלעם פארוואס זיי זענען ארויסגעפאלן.
און אז דו ווילסט פארשטיין, הגע בעצמך, אז איינער איז אנגעווייטאגט אויף יודישקייט און דו ביסט עים מחרים איז בכלל דא א טשאנס ער זאל צוריקקומען, ער וועט נאך מער פיינט האבן יודישקייט.
מען איז אים מקרב, מען געט עים ליבשאפט, מען העלפט עים זיך היילן פון די ווייטאג וואס ער גייט אריבער, יעצט האסטו א טשענס ער זאל צוריקקומען.