בלאט 1 פון 2
חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:42 pm
דורך אבטח ולא אפחד
איך האב ב"ה חבירים פון אלע קרייזן. פון ליובאוויטש דורך סטאמאר בעלזא באבוב סקווירא ברסלב, ביז תולדות אהרן סאדיגורא וויזניץ גור צאנז און סלונים. ליטווישע און חסידישע. כניאקישע און אויפגעקלערטע, קנאי'שע און כמעט חרדלישע.
איך פרוביר עפעס צו פארשטיין.
פון כמעט יעדע חסידות זענען פאראן מענטשן וועלכע האבן געסוויטשט פון איין חסידות צו א צווייטע. טאקע נישט זייער אן אפטע ערשיינונג אבער פארט עס געשעהט.
טיילמאל נאר למחצה לשליש לרביע.
פארוואס קען איך נישט קיין איין ליובאוויטשער וואס איז געווארן א חסיד פון צווייטע חסידות?
פארוואס קען איך נישט קיין איין חבד'סקער וואס איז געווארן א פשוט'ער בן תורה ליטוואק?
לכאורה וואלטן זיי זיך געדארפט אסאך מער אויפוועקן און אנטלויפן פון די משוגע'נע סיטואציע דארט.
איך ווייס אז זייערע ספרים פארקויפן עפעס, און סנישט סתם טייטשעלעך אין פסוקים. אבער מ'קען מיטנעמען די ספרים און דאווענען אין תולדות אהרן און גיין צו א סלאנימע זיץ. מ'קען ווערן א בן תורה כמו שכתוב און נאכאלץ געניסן פון די חב"ד ליטארעטור. עפטער-אלל אין היסטארישע חב"ד זענען דארט געווען פעסטע ת"ח און פוסקים.
ענליכע שאלה, אבער נישט ממש די זעלבע קען געפרעגט ווערן לגבי ברסלב.
איך מיין אבער אז ברסלב'ע זענען פאראן מערערע מיט א שם לווי. דהיינו זיי גייען אויך צו אנדערע הויפן אביסל. בליקן אביסל אין אנדערע ספרים. האבן א שטיקל שייכות מיט אנדערע רבי'ס.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:58 pm
דורך פרנס החודש
זייער אן אמת'ע און אינטערעסאנטע נקודה.
די תירוץ איז לכאורה אז אין חב"ד איז דא גאר א ברייטע ספעקטרום אז עס פעלט נישט אויס צו לויפן אין ערגעץ ווייל מען קען עס האבן אין חב"ד אויך.
אין חב"ד קען מען טרעפן קאמיוניטיס מיט חסידישע ווארעמקייט, שיגעון, קאלעדש/ מאדערנע חברה, ספרדים, און נאך. כדי צו ארויסברענגען ווי diverse חב“ד איז ברויך מען נישט מער ווי צו ווייזן אז זיי האבן קאמיוניטיס פון רוסיש רעדנדע, פראנצוזיש, עברית, ענגליש, אידיש רעדנדע, און נאך.
דאס א דירעקטע רעזולטאט פון די סטראטעגיע פונעם רבי צו איזאלירן חב"ד פונעם אלגעמיינעם ארטאדאקסיע, אבער אריינברענגען דרויסענדיגע און פארשידענע מנהגים און מענטשן אין חב"ד אזוי לאנג ווי עס איז ברענדעד ליובאוויטש.
באמת א דאנק פארן אויפברענגען די נקודה, עס האט מיר געגעבן פיל חומר למחשבה.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:04 pm
דורך רוחין חדתין
מען גוט ארויס האבן דעם רוס כדי דאס צו קענען פארשטיין
גראדע קען איך איינער וואס האט געלערנט אין תו״ת אין געווארן א ברענידיגע מתנגד אין נאם איינער וואס האט זיך פשוט אפגעלאזט חב״ד און געבליבן אן ערליכע יוד
Re: חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:07 pm
דורך פרנס החודש
פשוט פארגעסן צוצולייגן, קיינער ברויך נישט אוועקלויפן פון דארט וועגן ״די משוגענע סיטואציע״, חב״ד ענדיגט זיך נישט אין קראון הייטס, זיי האבן אויך פיל גאר שיינע געסעטלטע קאמיוניטיס ב״ה.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:18 pm
דורך תניא בניחותא
חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:47 pm
דורך דערהויבענע איד
איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.
האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?
פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:17 pm
דורך תניא בניחותא
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.
האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?
פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
Really?
אדער זענט איר נישט באקאנט מיט די פאקטן, אדער מאכט איר זיך כאילו לא ידע...
עס איז דא שווערע 100ער אידן פון אלע חסידות'ן וואס ווערן חב"דסקער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, אין א"י איז דא כמה קהילות מעייני ישראל מיט כוללים ללימוד חסידות ב"ה, ס'ווערט מקוים די פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר השם"
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:27 pm
דורך אבטח ולא אפחד
תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
"טיפע חסידות"
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:43 pm
דורך תניא בניחותא
טיפע חסידות מיינט לאפוקי פון א שיינע טייטש אויפן פרשה אדער א חסידישע געדאנק (וואס איז אויך חשוב אין טייער).
טיפע חסידות איז כולל אין זיך א הבנה אין קבלה ענינים, דרגות אין געטליכקייט וואס מ'זאל פארשטיין מיט שכל גשמי (לאוו דוקא על פי חקירה), תכלית בריאת העולמות, חובת אדם בעולמו וכו'.
און יא, גרויסע חכמים וואס האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע אז זיי פארשטייען סייענס און עוואלוציע וכדו' זענען צוריקגעקומען צי אידישקייט און אמונה דורך חב"ד.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:50 pm
דורך רוחין חדתין
הרמב״ן בספר שער הגמול נאכ׳ן פראבירן מסביר זיין הנהגת השם בענין שכר ועונש הייבט ער הענט און איז מודה אז מ׳קען נישט אלס פארשטיין, איי וועסטו פרעג׳ן פארוואס דאך פרובירט ער מסביר זיין? ענטפערט ער, היינו דכתיב אשא דעי למרחוק ולפועלי אתן צדק. ד״מ אז נאכן פארשטיין וואסמ׳קען פארשטיין לאזט די שכל אננעמען וואס ער פארשטייט נישט אויך והדברים עמוקים ואכמ״ל בזה ואהני שיטתיה/שטותיה דחב״ד
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:57 pm
דורך אבטח ולא אפחד
תניא בניחותא האט געשריבן:
טיפע חסידות מיינט לאפוקי פון א שיינע טייטש אויפן פרשה אדער א חסידישע געדאנק (וואס איז אויך חשוב אין טייער).
טיפע חסידות איז כולל אין זיך א הבנה אין קבלה ענינים, דרגות אין געטליכקייט וואס מ'זאל פארשטיין מיט שכל גשמי (לאוו דוקא על פי חקירה), תכלית בריאת העולמות, חובת אדם בעולמו וכו'.
לאפוקי - ווייס איך זייער גוט.
מיין טענה איז אז למעשה היינט איז נישט פאראן קיין היינטיגע סארט טיפקייט אדער חכמה. עס איז פשוט איבערזאגן מאמבא דזשאמבא פון דעם אלטן מיטעלן לעצטן רבי וכולי וכולי.
פאר דעם געלט קענסטו איבערזאגן "טיפע" שטיקלעך זוהר, אדער זאל שוין זיין גמרא וראשונים.
כ'מיין, צוריק צום שאלה פון דעם אשכול, זענען נישטא קיין ליובאוויטשע וואס זאלן זאגן גענוג מיט דעם, לאמיך ווערן נארמאל, פיין חסידות אביסל, אבער דעטס איט!
פארוואס הערט מען נישט קיין סאך אזוינע פעלער אויב בכלל?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 6:18 pm
דורך תניא בניחותא
שווער מסביר צי זיין אויף איין פוס די געשמאק און טיפקייט פון חסידות חב"ד אבער פוק חזי מאי עמא דבר, אלע וואס לייגן זיך אריין אין דעם ווערן פארכאפט... כל באי' לא ישובון, be careful אסאך האבן פרובירט צי פירן וויכוחים מיט ליובאוויטשע און זענען פארכאפט געווארן, נעם אין באטראכט אז חב"ד האט שלוחים וואס ארבעטן אין אוניווערסיטעטן מיט קלוגע סטודענטן און פראפעסארן און זענען מצליח א געוואלד.
די ריכטיגע וועג צו פארשטיין די טיפקייט איז דורך לערנען אביסל.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 6:19 pm
דורך אבטח ולא אפחד
כהאלט שוין נאכדעם.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 7:10 pm
דורך צומישט און צוחישט
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 7:28 pm
דורך דערהויבענע איד
תניא בניחותא האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.
האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?
פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
Really?
אדער זענט איר נישט באקאנט מיט די פאקטן, אדער מאכט איר זיך כאילו לא ידע...
עס איז דא שווערע 100ער אידן פון אלע חסידות'ן וואס ווערן חב"דסקער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, אין א"י איז דא כמה קהילות מעייני ישראל מיט כוללים ללימוד חסידות ב"ה, ס'ווערט מקוים די פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר השם"
מסכים.
פארקערט האסטו אפילו איינער???
דאס האב איך געמיינט. ברסלב און חב''ד זענען י איינציגסטע וואס הבן צוגעקומענע, ווייל ס'איז א מאוומענט, נישט א חסידות-סיסטעם.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:42 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
"טיפע חסידות"
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:55 am
דורך הייליגע קאקאש קעיק
פרנס החודש האט געשריבן:פשוט פארגעסן צוצולייגן, קיינער ברויך נישט אוועקלויפן פון דארט וועגן ״די משוגענע סיטואציע״, חב״ד ענדיגט זיך נישט אין קראון הייטס, זיי האבן אויך פיל גאר שיינע געסעטלטע קאמיוניטיס ב״ה.
וויכטיג צוצילייגן: די משוגענע סיטואציע הייבט זיך אויך נישט אן אין קרואן הייטס, ס"ה א קליינע פראצענט אין קרואן הייטס איז פארכאפט דערין 'גאר' שטארק, פון דארט איז יעדע חב"ד,סקער אביסל מער אביסל ווייניגער גערירט דערפון. אבער דאס מיינט נישט אז די וועלט האט זיך דארט גענדיגט, כאפ נארר א שמועס מיט די צופידאלטע משיחיסט וועסטו זען ער פאקט דיר איין 10 מאל אין ידיעה חכמה און סיי וואס אפילו און אויפגעקלערטקייט, כ"ש א נארמאלע חבדניק
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:40 am
דורך אבטח ולא אפחד
צומישט און צוחישט האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
וועכע חלק פון ממכ"ע און סוכ"ע איז "טיף"?
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:43 am
דורך אבטח ולא אפחד
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
"טיפע חסידות"
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
ביטע ווייז מיר צו איין "טיפע" תורה פון היינטיגע חב"ד, זיי זאגן נאך פון דעם און פון יענעם ממילא איז עס אסאך אינפארמאציע. איך וויל א מאמר, א שיחה, וואס זאל עפעס ארויסברענגען עמקות עצמית, נישט סתם איבערחאזערן אלטע שטאף וואס מ'דארף גלייבן און אננעמען.
ברענג ארויס א יסוד, ווייז מיר איבער אז דער יסוד איז ריכטיג, ווייז מיר ווא ס איך פארדין פון דעם יסוד אאז"וו
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:50 am
דורך צומישט און צוחישט
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
וועכע חלק פון ממכ"ע און סוכ"ע איז "טיף"?
וועלכע חלק פונעם אקעאן איז טיף?
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:54 am
דורך צומישט און צוחישט
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
"טיפע חסידות"
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
ביטע ווייז מיר צו איין "טיפע" תורה פון היינטיגע חב"ד, זיי זאגן נאך פון דעם און פון יענעם ממילא איז עס אסאך אינפארמאציע. איך וויל א מאמר, א שיחה, וואס זאל עפעס ארויסברענגען עמקות עצמית, נישט סתם איבערחאזערן אלטע שטאף וואס מ'דארף גלייבן און אננעמען.
ברענג ארויס א יסוד, ווייז מיר איבער אז דער יסוד איז ריכטיג, ווייז מיר ווא ס איך פארדין פון דעם יסוד אאז"וו
אה ס'האט זיך מיטאמאל געטוישט, ס'איז יא טיף נאר ס'איז איבערגעחזער'טע טיפקייט,, און אויך פרעגסטו צו דו דארפסט גלייבן די טיפקייט און צו דו האסט עפעס דערפון,, מוזט נישט שעפעלע,, אבער,, חב"ד איז טיף, דו זוכסט שמאלקעפגקייט ביי חרדים-חסידים?, נישט גוט אנגעטראפן,,
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:10 pm
דורך ערנסטגערעדט
דער חב״ד עולם איז Brainwashed פון די יוגנט, מיט סאלידע יסודות, אזוי אז נישטא קיין סיבה פאר זיי צו טויפן צו א צווייטער חסידות וואס פארקויפט זיכער נישט עפעס בעסער…
חב״ד׳ס משפיעים זענען זייער דייווערסיפייד, סאיז דא פון אלע מינע, ספארהאן פרומע ,הויכע , ארייטגעטראכטע ביז יונגע ,אויפגעקלערטע רבנים וואס גייען שמאל געפאסטע הויזן
אויך זענען זיי די בעסטע זיך אומצוגיין מיטן היינטיגע דור ווייל זיי האבן אויף אלעס א פשט, קענסט אלעס פרעגן פון פארוואס מלייגט תפילין, פארוואס מגייט רעכטס אויף לינקס
ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אינטערנעט און וויאזוי זיך צו ספראווען מיט LGBT
קיין איין אנדערע חסידות האט נישט אזעלכע קלארע משפיעים וואס האבן אויף אלעס ענטפערס
ר׳ מאניס פרידמאן, ר׳ דזשעיקאבסאן, ועוד כמה אפילו דו האלטסט זיי רעדן הוילע בלאף, אבער זיי האבן א פשט און דרך אויף אלעס און נישט בלויז אסור מסורה ווי מפיטערט אונז
נישט אז ס׳זענען נישט פארהאן קיין נושרים, אבער ביי אנדערע חסידותן איז נישטא וואס צו זוכן
אויך איז נישטא אזא מציאות ווי אראפקוקן א צווייטע איד נישט קיין חילוק פארוואס, אבער דאך האלטן זיי אז זיי זענען די ריכטיגע חסידים ווארום זיי לערנען חסידות אגאנצן טאג…
אבער וויכטיג ארויסצוברענגען מדארף דארט האבן אמונה אויך, קיין אויפגעקלערטע אדער OTD וועט נישט ווערן קיין חב״ד חסיד. נאר צווישן די רבי׳ס תורות און חב״ד איז חב״ד סאך מער תוכנ׳דיג
צווישן די שפאלטענעס פון היינטיגע תורת חב״ד דארף מען צוקומען צו גלייבן אין די רבי, שטילערהייט אז ער איז משיח אן קיין יחי אדונינו
ווען ער איז אוועק זענען טאקע אסאך צוגעקומענע אוועקגעגאנגען, ווייל סאיז דא א שיעור וויסאך אמונה קענסט צולייגן
לגבי ברסלב, לענ״ד דארף מען צוקומען צו זיי ספעציעל היינט זיך צו פילן גוט מיט זיך נאך עליות און ירידות, פאר די חיזוק און פאר די תכלית הידיעה שלא נדע
כבין נישט באהאוונט אין חב״ד אדער ברסלב אבער אזוי סאך ווייס איך יא, ברסלב האלט שנדע שלא נדע, און חב״ד האלט אז מדארף פרובירן צו פארשטיין ביז מקען שוין נישט
קיין איין חסידות איז נישט קיין ״פיל גוד״ חסידות ווי ברסלב און די תיקון הכללי, ווען מלערנט שיחות הר״ן פילט מען ווי ר׳ נחמן האט אונז זייער גוט ארויס.
און ביי ברסלב איז טאקע יא דא פילע OTD ווייל יעדער קען זיך דארט טרעפן און ווי געזאגט ״פיל גוד״
אז מרעדט שוין יא פון בעלי תשובה און חסידותער, וואס איז פשט אז אחינו בני ישראל הספרדים גלייבן אין יעדע חכם, קולט, אמונה טפילה וואס איז נאר פארהאן?
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 11:50 am
דורך Salford
די ספרדים זענען זייער תמימותדיג