בלאט 1 פון 10
איך האב באקימען א טיקעט ):
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נארוואס באקימען א טיקעט אין טאון אף נאבערג פאר נישט זיך ארויפציען צו די נעקסטע לעין ווען א פאליס איז געוועהן אויף די ראוד. וואס טי איך?? קען מען באקימען פוינטס פאר דעם??
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:06 pm
דורך זר זהב
ס'איז א נייער
"מאוו אווער" געזעץ. ס'איז 150 דאללער מיט 3 פוינטס. לכאורי איז עס ווערט צו פייטן. דא האסטע אפאר לינקס , די ערשטע לינק האט אסאך קאממענטס פון מענטשן מיט די זעלבע טיקעט. פייט עס און האב הצלחה!
http://www.nytrafficticket.com/blog/ind ... es-effect/http://www.ticketdefenselaw.com/blog/ne ... tl-1144-a/http://www.town-court.com/article/NY/ho ... er-law/100
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:24 pm
דורך ידען
Plea not guilty , און בעט די שנעלסטע קארט דעיט , אפשר וועסטע נאך קענען מאכן א דיעל אינמיטן זומער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:55 pm
דורך זר זהב
לוינט זיך צו פייטן א טיקעט וואס מאט באקומען אין ניו יארק סיטי? געווען אויף א לעין וואס האט א צייכן צו פארן גראד אדער מאכן א רעכטס, איך האב געמאכט א לינקס, סיז 2 פונטס
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:57 am
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:לוינט זיך צו פייטן א טיקעט וואס מאט באקומען אין ניו יארק סיטי? געווען אויף א לעין וואס האט א צייכן צו פארן גראד אדער מאכן א רעכטס, איך האב געמאכט א לינקס, סיז 2 פונטס
שטופ אפ ווי לענגער מעגליך. אונטער געווענליכע אומשטענדן זענען די אויסזיכטן גאר שוואך צו געווינען א מאווינג ווייאלעישען דא אין שטאט. ווי לענגער דו שטופסט אלס גרעסער איז די שאנס אז די פאליס וועט נישט אנקומען.
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 9:01 am
דורך לעמיל
ווער איז גיט צו פייטען פארקינג טיקעטס?
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 3:52 pm
דורך אךשמח
מזל טוב.
יעצט באקומען א טיקעט פונעם מאנטיסעלא פאליציאנט ווען ער זאגט מיר ליגן אז איך האב זיך נישט אפגעשטעלט ביים סטאפ סיין, ווען איך האב זיך קלאר יא אפגעשטעלט.
וואס דער ו' חוקת קען אלס אנדרייען...
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 3:58 pm
דורך זר זהב
אךשמח האט געשריבן:מזל טוב.
יעצט באקומען א טיקעט פונעם מאנטיסעלא פאליציאנט ווען ער זאגט מיר ליגן אז איך האב זיך נישט אפגעשטעלט ביים סטאפ סיין, ווען איך האב זיך קלאר יא אפגעשטעלט.
וואס דער ו' חוקת קען אלס אנדרייען...
ברוכים תהיה, אי"ה ביי אלע גוים.... די מעלה (אויך מיר א מעלה) פון א טיקעט אינדרויסן פון די סיטי איז אז מ'קען מאכן א דיעל און אפקומען אן פוינטס
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 5:25 pm
דורך אךשמח
ליידער האב איך עקספיריענס מיט די חברה דא.
איך וויל אבער נישט דארפן ארויסקומען אינמיטן ווינטער ווי די סדר איז אין מאנטיסעלא.
אין אנדערע געגנטער קען מען מסדר זיין א וואך דערויף.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 1:12 pm
דורך שלמה המלך
פייטן אליין טיקעטס איז א איינשטעל אמאל געלונגט עס און אמאל נישט, די אלע לויערס וואס טוען דאס עמטליך געווינען 95%, ווען איך באקום א טיקעט ניץ איך זיי, עס שפארט מיר נישט קיין געלט ווייל די לויערס פיעס קאסט בערך וויפיל די טיקעט אבער די פוינטס שפארט מען איין! (והא ראי איך דרייוו נאך....)
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 1:44 pm
דורך ניו יארק
שלמה המלך האט געשריבן:פייטן אליין טיקעטס איז א איינשטעל אמאל געלונגט עס און אמאל נישט, די אלע לויערס וואס טוען דאס עמטליך געווינען 95%, ווען איך באקום א טיקעט ניץ איך זיי, עס שפארט מיר נישט קיין געלט ווייל די לויערס פיעס קאסט בערך וויפיל די טיקעט אבער די פוינטס שפארט מען איין! (והא ראי איך דרייוו נאך....)
געלט אויך, ווייל נאך יעדע טיקעט גייט די אינשארענס ארויף
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 1:48 pm
דורך שלמה המלך
נוי יארק האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:פייטן אליין טיקעטס איז א איינשטעל אמאל געלונגט עס און אמאל נישט, די אלע לויערס וואס טוען דאס עמטליך געווינען 95%, ווען איך באקום א טיקעט ניץ איך זיי, עס שפארט מיר נישט קיין געלט ווייל די לויערס פיעס קאסט בערך וויפיל די טיקעט אבער די פוינטס שפארט מען איין! (והא ראי איך דרייוו נאך....)
געלט אויך, ווייל נאך יעדע טיקעט גייט די אינשארענס ארויף
ריכטיג
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:29 pm
דורך זר זהב
ווייסט איינער וויפיל 2 פוינטס אויף די לייסענס מאכט אויס ביי אישורענס, מיט וויפיל וועט לייעביליטי קאר אינשורנעס ארויפגיין בערך?
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:31 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל 2 פוינטס אויף די לייסענס מאכט אויס ביי אישורענס, מיט וויפיל וועט לייעביליטי קאר אינשורנעס ארויפגיין בערך?
פאר 18 פוינטס באקומט מען א בייק...
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:34 pm
דורך זר זהב
און פאר 2 פוינטס ?
א סקוטער ?...
נו סיריעסלי.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:37 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן::like
און פאר 2 פוינטס ?
א סקוטער ?...
נו סיריעסלי.
איך גלייב (נישט איך ווייס) אז ס'תלוי אין אסאך פאקטארן, עידז', וויפיל יאר מ'דרייוט, וכדו', נישט דא קיין אוועקגעשטעלטע פרייז אויף דעם.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:38 pm
דורך זר זהב
איז עס אויך תלוי אין די קאמפעני ? גייקא איז מיין פראוויידער איצט. א דאנק עניוועי
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 11:40 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איז עס אויך תלוי אין די קאמפעני ? גייקא איז מיין פראוויידער איצט. א דאנק עניוועי
איך האב געהערט אז אויב מ'שטופט אפ די קאורט פאר 18 חדשים דעמאלס גייען די פוינטס למפרע אויפן דאטום פון באקומען די טיקעט, קומט אויס אז די אינשורענס גייט קיינמאל נישט ארויף.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 6:55 pm
דורך נס קאווע
וויסט איינער וועדן NEW JERSEY טיקעטס - בעיקר אויפן פאלעסעידס
אויב די פוינטס רעכענען זיך אין ניו יארק, ניו דזשערסי,
אזויפיהל ווייס איך אז די פרייז פאר די טיקעט איז ע"פ רוב ווייניגער פון דא אבער די פרייז פון די לויער סאך טייערער בערך $500 און טוען אויף אסאך וויניגער פון דא אויך וועגן דארט ארבייט עס מיט א פראסעקיוטער און זיי האנדלען עס דורך מיט איהם און איך מיין אז די גייסט אליין אראפ וועסטו באקומען די זעלבע דיעל פון די פראסעקיוטער און דורכגיין א טרייעל איז יענץ גן עדן און איך מיין אז די לויער גייט דאס אויך נישט טוהן פאר דיר
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 8:40 pm
דורך זר זהב
האט שוין איינער אמאל באקומען א טיקעט פאר אן "אימפראפער טוירן"?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:31 pm
דורך שלמה המלך
נס קאווע האט געשריבן:וויסט איינער וועדן NEW JERSEY טיקעטס - בעיקר אויפן פאלעסעידס
אויב די פוינטס רעכענען זיך אין ניו יארק, ניו דזשערסי,
אזויפיהל ווייס איך אז די פרייז פאר די טיקעט איז ע"פ רוב ווייניגער פון דא אבער די פרייז פון די לויער סאך טייערער בערך $500 און טוען אויף אסאך וויניגער פון דא אויך וועגן דארט ארבייט עס מיט א פראסעקיוטער און זיי האנדלען עס דורך מיט איהם און איך מיין אז די גייסט אליין אראפ וועסטו באקומען די זעלבע דיעל פון די פראסעקיוטער און דורכגיין א טרייעל איז יענץ גן עדן און איך מיין אז די לויער גייט דאס אויך נישט טוהן פאר דיר
איך האב אמאל באקומען 6 טיקעטס אויפן פאליסעידס פאר עטלניכע פארלעצן אריינגערעכענט אפאר קונדער אנע סיעט בילטס, למעשה האב איך געריפען GOT A TICKET CALL ZEV און ער האט גערעכענט אן אפתוקי פאר יעדען בילעט עקסטרע אבער למעשה האט ער אלעס אויסגעפייט און איך האב נישט באקומען קיין פוינטס נאר באצאלט זיינע טשארדשעס.... וזה הוא
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:50 pm
דורך אךשמח
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איז עס אויך תלוי אין די קאמפעני ? גייקא איז מיין פראוויידער איצט. א דאנק עניוועי
איך האב געהערט אז אויב מ'שטופט אפ די קאורט פאר 18 חדשים דעמאלס גייען די פוינטס למפרע אויפן דאטום פון באקומען די טיקעט, קומט אויס אז די אינשורענס גייט קיינמאל נישט ארויף.
פוינטס גייט טאקע פון ווען מען האט דעם טיקעט 'באקומען' אבער אויפן רעקארד בלייבט עס א געוויסע זמן וואס הייבט זיך אן פון ווען מען 'צאלט' דעם טיקעט.
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 1:17 am
דורך געפילטע פיש
איך בין נישט זיכער, אבער כמדומני אז נ.י. - נ.ג'ערזי גייט נישט אריבער קיין פוינטס, און בפרט ביי די פאליסיידס איז גרינג צו פארהאנדלען פאר געלט שטראף, ווייל זיי זענען א פרייוועט ביזנעס.