אן אוצר פארלאזט
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 9:04 pm
נישט פון די שלימזלי הדור איז אונזער מעכל, אדער ווי די מכובדים האבן איהם גערופן מיכאעל, געווען. ניין, איבערהויפט נישט. ער איז געווען פונקט דאס פארקערטע. צוויי רעכטע הענט האט ער געהאט, זיינע הענט זענען אין פאקט געווען אזוי רעכט אז לייגענדיג ביידע הענט צוזאמען פלאכערהייט, איז דער דיקע פינגער אויפן רעכטע האנט געווען נעבן דעם קלענסטן אויפן לינקע.
וואס דער מעכל האט נאר אנגעכאפט איז פארוואנדלט געווארן אין גאלד אינעם בוכשטאבליכן זין פון ווארט, פארשטייט זיך מעטאפאריש גערעדט. ער איז געווען אזוי געלונגען און טיכטיג אז זיינע פיס האבן אפילו נישט געוויסט וויאזוי צו זיין אין א רואיגע פאזיציע.
און איבער אלעם איז ער דערצו באשאנקען געווארן פון הימל מיט א ספעציעלע מתנה, געגעבן געווארן דירעקט צו איהם. נעמליך, ער האט באזיצט אן איבערמאס פון טיפע פארשטאנד און שארפע קלוגשאפט. איין פראבלעם איז אבער געווען מיט דעם אייגענארטיגע הימלישע געשאנק, און דאס איז אז דער פעקל איז געקומען פיין איינגעפאקט און גוט ארומגעוויקלט און צוליב זיין שטארקן פיקחות האט ער נישט געוואלט פארטאכלעווען דער אומשאצבארע געשאנק פאר נארישע אומנויטיגע צוועקן, און דעריבער איז עס פארבליבן אינעם בוידעם זאמלענדיג שטויב און ציילענדיג די שפין-געוועבן.
נעבן ר' מעכל, נישט ווייט פון זיין איינפאכע הייזל, וואוינט א איד, וואס זאל איך אייך זאגן? נישט פון אונזערע. א איד וועלכע געהערט צו יענע חברה, איך וויל נישט סתם רעדן קיין לשון הרע אבער לתועלת וועל איך נאר זאגן אז ער ווייקט זיך נישט ביי חניאקישע קרעמלעך און גייט נישט מיט די לענגסטע וואלענע ציציות. שוין גענוג געזאגט.
דער יעניגער פארמאגט פון די כלים מכלים שונים און דער טוט זיך וואס ער וויל. מעכל דערגייט עס ביז די טיפענישן פון זיינע ריינע נירן. שוין פילצאליגע מאל האט ער געווארנט זיינע קינדער, זיך צו האלטן אפגערוקט פון דעם וואוילן אינגערמאן און ער מאכט זיכער אז זיי האלטן זיך צו די פרינציפן. מעכל אבער פון זייט איז שוין עטליכע מאל דורכגעפאלן דעם שרעקליכן נסיון און האט שוין פערזענליך פארבעטן פון דעם שכן ער זאל איהם ערלעדיגן זאכן נוצנדיג די כלים, און צומאל אפילו שוין מיטגעהאלטן דערויף עפעס לעבעדיגס.
מעכל אליין פרובירט זיך צו האלטן ווייט פון די אלע זאכן. ער איז אן ערליכער, מוסדות-פארכטיגע אינגערמאן וועלכע דינט געטריי זיינע הארן און רוקט זיך נישט אוועק פונעם אויסגעדראשענעם וועג, קיין כי הוא זה. נישט אלעמאל איז איהם לייכט, איבערהויפט נישט, שוין צענליגער מאל וואס ער האט זיך געטראפן פנים בפנים מיטן שרעקליכן נסיון, דער יצר הרע האט איהם נישט איבערגעהיפט און ליידער איז ער שוין עטליכע מאל דורכגעפאלן נאכן פארבעטן פונעם שכן זיינע, איהם צו ערלעדיגן פארשידענע זאכן איבערן כלי. עס ליגט איהם נאך אין די ביינער יענע שווארצע מאנטאג נאכט ווען ער האט דרינגענד געדארפט מאכן א באנק טראנזאקציע און ער האט עס נישט געקענט טון דורכן טעלעפאון. צום ערשט האט איהם א שוידער באנומען ווען עס איז איהם איינגעפאלן דעם שוידערליכן פלאן, אבער ענדגילטיג איז ער מיאוס דורכגעפאלן און זיין שכן האט איהם עס מסדר געווען פאר איהם. ער קען נישט פארגעסן דעם טרערן-געווייקטע תחנון, דעם נאכפאלגענדן שחרית אין בית מדרש.
זינט יענער פאסירונג קומען איהם די שווארצע מחשבות זרות ארויף אין זיינע געדאנקען מער אפט. שוין געווען איינמאל וואס ער האט זיך נישט אן עצה געגעבן מיט אן אפליקאציע אין וועלכע ער האט געדארפט אריין שיקן זיינע אידענטיפיקאציע פאפירן. זיין שכן האט איהם געזאגט אז מיטן כלי נעמט עס נישט מער ווי עטליכע סעקונדן, אבער די ביטערע קאשמארן פונעם פארגאנגענעם דורכפאל האבן איהם נישט געלאזט באגיין נאכאמאל דער טעות און ער האט זיך געשלעפט א האלבע שעה צו א לאקאלע ביזנעס צענטער עס צו ערלעדיגן, א זאך וואס האט איהם אפגעקאסט א האלבע טאג ארבעט.
עס מאכן זיך אסאך מאל אזעלכע פעלער. דער יצר הרע שלאפט נישט און קומט כסדר ארויף מיט נאך נייע וועגן וויאזוי שווערער צו מאכן פאר דער מענטשהייט מיט זיינע תחבולות, אבער ווען עס קומט איהם אונטער א שווערע נסיון, פרובירט ער זיך מחזק צו זיין און ווארט און האפט פאר עפעס אן השמיעיני-את-קלך מופת, וואס זאל איהם העלפן אין זיין נויט.
****************************
האט אמאל פאסירט אז ביידע, ר' מעכל מיטן שכן, האבן געברויכט גיין אויף א לענגערע ביזנעס רייזע איבער לאנגע שטרעקעס. עס איז געווען נאטורליך אז זיי זאלן ביידע נעמען א טאקסי צום עירפארט צוזאמען און אזוי האט זיך מעכל געטראפן אין געגענווארט פון זיין קאלטע שכן, אומוועלנדיג. מעכל האט עס גראדע זייער געגליכן, עטליכע מאל איז איהם דער יצר הרע אפילו געקומען און אריינגעלייגט אין זיין קאפ אזעלכע פייגעלעך ווי: ווער זאגט ער איז אזוי שלעכט? ער איז א קלוגע מאן, ער איז אפילו גאנץ א שטיקל תלמיד חכם, קען אפילו זיין א ירא שמים... אבער מעכל איז נישט קיין נאר, א קען זייער גוט זיין יצר און ער ווייסט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט איהם.
גלייך ביים אנקומען צום עירפארט האט מעכל געשפירט א שטיקל חילוק צווישן איהם מיט דעם שכן זיינעם. אין צייט וואס זיינע טאשן זענען געווען פול מיט אלע ערליי צעטליך, פעדערס, פאפירן און קאנווערטן, האט זיך דער שכן געהאט צוויי זאכן, דער כלי אין איין טאש און דער פאספארט אינעם אנדערן, דאס איז עס. ווען עס איז אנגעקומען אריינצושיקן די פעקלעך האט דער שכן געגעבן א פאכע מיטן פאון און אלעס איז געווען ערלעדיגט, בשעת מעכל, פון דער אנדערע זייט, איז געשטאנען דארטן, געמישט און גענישטערט צווישן זיינע פילע צעטליך ביז ער האט געטראפן דעם בארדינג פאס, אבער דא האט זיך געשאפט א פראבלעם, דער בארדינג פאס איז געווען גענצליך צעקנייטשט און אומליינבאר, עס סקענט זיך נישט.
מעכל איז דאך טויגליך, ער איז נישט קיין נאר אויפן מארק, האט ער אנגעהויבן צו קלינגען און רופן. קודם זיינע חברים און ברידער און דאן לאקאלע עסקנים און כלל טוהער, אבער נאכן זען אז גארנישט העלפט, איז איהם פארבליבן נאר דער איין ברירה, יא, אזוי ווי איר הערט, ער האט זיך אויסגעדרייט און אהיימגעפארן.
צוריק געקומען איז ער צום עירפארט אן ערשעפטער און געשלאגענער. פאכענדיג מיטן צעטל איז ער אריינגעלאפן אינעם עירפארט און צוגעלאפן צום דעסק מיט איין אטעם, אריינזעצענדיג מיט א חסידישע טעם אין עטליכע ערלים את המצוקים אויפן וועג.
ער איז געלאפן פון דארט צום געיט ווי א ווילדע אקס אינעם קאלאסיום און מיטן נשמה אין דער האנט האט ער זיך געשטעלט דאווענען מנחה דארט אויפן פלאץ, לאזענדיג דעם עולם ווארטן פאר איהם אינעם פליגער, און דאן איז ער ארויף געשטיגן האלטענדיג די באגאדזשן אין זיינע הענט.
אינעם פליגער האט ער זיך ווידעראמאל געטראפן מיטן שכן און האט באשלאסן אז דער שכן מוז זיין זייער נייגעריג איבער זיין לעבנסביאגראפיע און דעריבער האט ער איבערגעדרייט א וועלט זיך צו קענען זעצן הארט נעבן איהם.
א שמועס האט זיך אנגעהויבן צו וועבן און די צוויי האבן העפליך פארברענגט דארט הויך אין די רומען צווישן הימל מיט ערד. פארן לאנדן האט ער אנגעהויבן צו זארגן וועגן א טעקסי אריין פון פעלד, אבער דער שכן איז גענצליך זארגפעליג, ער זאגט איהם אז עס איז ערלעדיגט. צום ערשט האט ער זיך אביסל געקווענקלט אבער ער האט זיך מורה היתר געווען אז ער טוט עס נישט נאר פאר איהם, קען מען מיקל זיין.
נאכן אראפשטייגן פונעם פליגער האבן זיי געוואנדן זייערע טריט אויפצונעמען זייערע פעקלעך. נאכן שטיין דארט פאר א וויילע און צוזען ווי די פעקלעך צוגייען זיך איינע נאך די אנדערע יעדער צו זיין באלעבאס און זיינע פעקלעך קומען נישט אן, האט איהם א נערוועזקייט צוביסלעך אנגעהויבן איבערנעמען. ער האט זיך עטוואס בארואיגט זעענדיג אז זיין שכן פעלט אויך איינע פון זיינע פעקלעך. ער האט זיך געפילט אביסל שולדיג זיך צו פילן גוט דערמיט, אבער די גמרא זאגט שוין: צרות רבים חצי נחמה.
ווי לענגער די צייט איז אריבערגעגאנגען איז אלס קלארער געווארן אז נישט אלע פעקלעך זענען אנגעקומען. זיי זענען צוגעגאנגען צו דעם דעזיגנירטן דעסק ווי אן אגענט איז געזעצן און איז געווען גרייט און וויליג צו העלפן סיי ווער עס נויטיגט זיך אין עפעס. דער שכן איז געווען דער וואס האט גענומען דאס ווארט און איהם פארגעלייגט זייער פראבלעם, זאגענדיג אז פעקלעך פעלן. דער מאן ביים אנדערן זייט פענסטער, געבט איהם העפליכערהייט פונקטליכע אנווייזונגען וואס צו טוהן, זאגענדיג דערביי, אז די פעקלעך געפונען זיך אויף א שפעטערע פליגער און ער זאל אנפילן זיינע דעטאלן. דא האט דער אגענט צוגעלייגט, אז דאס ווערט געמאכט ווירטואל. דער שכן נעמט ארויס דעם כלי און ביז עטליכע סעקונדן איז ער ארגאניזירט. דא האט זיך מעכל גענצליך פארלוירן. ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין. איך בין דאך א טויגליכע אינגערמאן. "ווער אר מיי לאגעדזשעס" פרעגט ער אן מיט זיין היימישן ענגליש, דעם מאן וועלכע זיצט דארט. דער מאן ענטפערט מיט א רואיגקייט "זיי געפונען זיך יעצט העכער די הימלען פון מערילאנד". זייער נוצליך.
מעכל שרעקט זיך נישט, זיין מח ארבעט פיבערהאפטיג. ער פרעגט זיך נאך טאמער עס איז פארהאן עפעס אן אלטערנאטיווע וועג וויאזוי אנצופילן דעם אפליקאציע ווייל ער קען זיך נישט באנוצן מיט דעם כלי "פאר רעלידזשעס פורפעסעס". אבער ניין, דער בן נח פארשטייט נישט וואס ער וויל.
נאכן אפזיצן אינעם ערפארט עטליכע שעה, האט ער באשלאסן צו רופן זיין חבר וועלכע באנוצט זיך זעלטן מיט די כלים, ממש נאר פאר פרנסה צוועקן און יענער האט איהם פון דערווייטנס ארויסגעהאלפן דערמיט און ער איז א דערמאטערטער ארויס פון דעם עירפארט.
ער שטייט דארט אינדרויסן פונעם רוישיגן לופטפעלד, עס ווירבלט מיט א פארקער. מענטשן קומען און מענטשן גייען. ער שטייט אינגאנצן פארלוירן זוכענדיג פאר א טאקסי. ער פרעגט פון דעם און פון יענעם אבער קיינער קען איהם נישט ארויסהעלפן. ער זוכט פאר א פובליק טעלעפון, פאר א נאמבער פון א טאקסי, אבער ער געפונט נישט קיין וועג.
דאן, שטייענדיג דארטן א פארלוירענער אינגאנצן, אן זיינע רענצלעך און אן א וועג אריין צו זיין דעסטינאציע וועלכע ער ווייסט אפילו נישט ביים נאמען פון אויסנווייניג, האט ער זיך דערמאנט אין דעם פעקל. יא, אט דעם פעקל וועלכע ער האט ערהאלטן פון הימל און נאך קיינמאל נישט גענומען דעם קוראזש עס צו עפענען. ווען איך האב ווען דעם פעקל מיט מיר, ווען איך וואלט עס ווען געעפענט און גענוצט. ער מאכט אויפן ארט א פעסטע באשלוס אז ווי נאר ער קומט אהיים פון דעם רייזע, גייט ער זיך גלייך ווענדן צום בוידעם און ארויסנעמען דעם פעקל פון דארט און עס אנהייבן צו נוצן.
דער רייזע איז אריבער. נישט ווייניג מאטערנישן זענען אויף איהם אדורך אבער ער האט שטענדיג געהאט פאר זיינע אויגן, דעם פעקל וועלכע ער גייט אט אט עפענען ווען ער קומט אן אהיים.
זיין הארץ האט האסטיג געקלאפט ווען ער האט גענומען דעם לייטער און נאך מער ווען ער האט ארויפגעשטעלט זיינע פיס דערויף, אבער ער האט זיך געשטארקט און האט פארזיכטיג געשטעלט טריט אויפן לייטער ביז ער האט זיך דערזען אינעם פארשטויבטן בוידעם, ווערענדיג ענטפאנגען מיט אור-אלטע שפין-געוועבעכטס און אומגענוצטע ראולס פון אינסולאציע.
און אט דערזעט ער דעם פישקע. א קאלטע שווייס איז איהם אדורך אין אלע זיינע ביינער. ער האט שטייטעליך גענומען דעם פישקע און דאן מיט זיינע הענט באזייטיגט די שטויב און שמוץ וועלכע זענען געווען אנגעהויפענט איבער איר. ער האט מיט שפאנונג אראפגענומען דעם אויבערשטן שיכט און דאן דער שיכט אונטער איר און דאן האט ער מיט א שטייטע פארזיכטיגקייט געעפענט דעם פישקע.
דער אינהאלט פון דעם פישקע האבן איהם געכאפט אין א טאטאלע שאק. ער האט פארפעלט א הארץ קלאפ און זיין אטעם איז געקומען צו א גענצליכע אפשטעל..
פון אינעווייניג אינעם פישקע האט ארויפקוקט אויף איהם, מיט א ליבליכע שמייכל, א שפאגל נייע אייפאן פערצן פרא, מיט א נייע גלאנציגע סקרין, שפיגלענדיג צוריק זיין פארלוירענע געזיכט אויף איר איידעלע, ריינע גלאז.