בלאט 1 פון 1

זייט מיר מוחל, ביטע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:20 pm
דורך חכם מחוכם
לכבוד די הייליגע טעג שממשמשין ובאין, וויל איך ארויפברענגען אן ענין וואס דריקט מיר זייער אויפן הארץ.

עס איז אלעמען באקאנט די משנה סוף מסכת ברכות אז אויף אונאת חבירו העלפט נישט יום המיתה און נישט יום כיפור מכפר צו זיין, נאר וואס דען?, זאגט די משנה, עד שירצה את חבירו, אוקעי דאס וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער וואס דריקט מיר איז, דאס וואס אלע מיינע רבי’ס אין חדר האבן אלע יארן אריינגעבאקן אין מיר דעם געדאנק אז מ’מוז איבער בעטן יענעם און אויב נישט, גייען אלע דיינע מצוות אריבער צו יענעם און זיינע עבירות ביזטו מקבל.
קודם האב איך געטראכט אז ס‘איז א באבע מעשה, (אזויווי רוב פון אייך טראכט יעצט) איך האב מיך אביסל נאכגעפרעגט אויף דעם ענין, האט מיך איינער געזאגט אז דאס נעמט זיך פון א מעשה אין קב הישר וואס איך געדענק נישט פונקליך, (עס וואלט געווען א גלייכע זאך אראפצוברענגען די מעשה דא), יעצט איז מיין שאלה צו אייך אלע חשובע שרייבער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, צו מאכט דאס סענטס אז א מענטש זאל טוהן אלפים מיט מצוות ומעשים טובים און שעות פון תורה, און אין א אויגןבליק זאל עס זיין חבר בקומען???, איז דאס דער רצון השם?.
איך ווארט אויף א תירוץ, יישר כח למפרע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:25 pm
דורך זר זהב
דאס איז נאר אויב פארשעמט מען דעם חבר (אדער שונא...) אויף א פארנעם פון "אזיל סומקא ואתי חיוורא".
נישט סתם פון א טשעפע טאן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:26 pm
דורך חכם מחוכם
איך בין שוין מסכים, אבער פון ווי נעמסטו דאס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:30 pm
דורך ידען
איך פארשטיי נישט די זאכן. לייגט זיך נישט אויף מיין קליינע שכל אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמורה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:31 pm
דורך זר זהב
כ'ווייס נישט פונקטליך. קען זיין וויבאלד ער פארלירט זיין חלק לעולם הבא, וואו גייען זיינע מצוות? האט מען עס געגעבן פאר'ן פארשעמטן...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:39 pm
דורך נולד מאוחר
כמיין חובבת הלבבות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:47 pm
דורך פארשטאנד
עס שטייט אין חובת הלבבות אויף בארעדן אנדערע מענטשן, וז"ל: (שער הכניעה פ"ז) אמר אחד מן החסידים, הרבה בני אדם יבואו ליום החשבון, וכשמראים להם מעשיהם, ימצאו בספר זכיותם זכויות שלא עשו אותן, ויאמרו לא עשינו אותן, ויאמר להם כי האיש אשר דבר וסיפר בגנותכם הוא עשה את כל אלה, וכן להיפך כשיחסר מספר זכיות לבני אדם, יבקשו אותן בעת ההוא, ויאמר להם אבדו מכם בעת שדברתם בפלוני ופלוני, וכן יש מהם גם כן שימצאו בספר חובותם חובות שלא עשו, וכשאומרים לא עשינום, יאמר להם נוספו עליכם בעבור פלוני ופלוני שדברתם בם, ע"כ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:53 pm
דורך ונבנתה העיר
חכם מחוכם האט געשריבן:די משנה סוף מסכת ברכות

צ"ל: יומא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:02 am
דורך נולד מאוחר
אי משום הא דארפסטו גוט אויסרעכנען ווי אזוי סקומט דיר אויס בעסער.
אויב ווייסט למשל פין איינער וואס טוט א געוואלד מיט מצוות אין יענער האט דיך בארעדט, לוינסט זיך דיר נישט די גאנצע איבערבעטן ביזנעס. לאז אזוי זאל א צוויטער האבן דיינע מצוות די מאך נאר אז יענער דער מיט אסאך מצות וואס האט דיך בארעדט בעט דיך נישט איבער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:12 am
דורך מורינו הרב
דער פאקט איז, ווען עס קומט ימים נוראים, בעטן זיך מענטש איבער. אבער די וואס האבן באמת וויי געטאן אנדערע מענטשן, בעטן נישט איבער דעם וואס מען האט באמת וויי געטאן.

נאך א שאלה: איז מען מחיוב מוחל צו זיין איינער וואס האט באמת בא'עוול'ט? - איינער וואס האט דיר געפערליך בארעדט, און מעגליך געשאדט, איז מען אים מחיוב מוחל צו זיין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:29 am
דורך חכם מחוכם
האסט דאך אבער נישט גענטפערט אויף מיין שאלה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:35 am
דורך לעמיל
מורינו הרב האט געשריבן:נאך א שאלה: איז מען מחוייב מוחל צו זיין איינער וואס האט באמת בא'עוול'ט? - איינער וואס האט דיר געפערליך בארעדט, און מעגליך געשאדט, איז מען אים מחויב מוחל צו זיין?

ביסט זיכער נישט מחוייב אבער איך מיין אז אונז טוען אויך שווערע עבירות פארן אייבערשטן און אפי' אזוי בעטן אונז ער זאל אונז מוחל זיין, אז די אייבערשטער זעט אז אפי' איינער האט דיר וויי געטון ביסטו אים מוחל, וועט ער דיך אויך מוחל זיין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:40 am
דורך חכם מחוכם
גמרא ב"ק: ולא יהא אכזרי, לגבי אברהם און אבימלך, לעמיל איז גערעכט, דו קומסט דאך נאר צום רבוש"ע מיט א טענה, ווייל דו ביזט מוחל דיין חבר, אפילו ער האט דיר מבייש געווען, אפילו ער האט דיר וויי געטוהן, אזוי אויך זאל ער טוהן די זעלבע

מה שהוא מצוה לאחרים לעשות הוא עושה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:01 pm
דורך qwerty
ס'שטייט אז דער רבונו של עולם טוט אלע מצות וואס ער הייסט אונז טון - האבן מיר שוין א גיטן דיל.

דער אויבעשטער טוט ביליאנען מצוות און מיר באקימען די אלע מצוות, און אלע אונזערע עבירות גייט אראפ, ווייל דער אויבעשטער דארף אונז איבערבעטן פאר אונז האלטן אין גלות אזוי לאנג, און אונז זענען נישט מוותר אויף דעם, נאר בשעת די גאולה שלמה וועלן מיר דענסטמאל זאגן, אודך ה' כי אנפת בי, אבער ביז דענסטמאל זענען מיר נישט מוחל ביז ס'קומט די גאולה שלמה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:39 pm
דורך יהושע חיים
מורינו הרב האט געשריבן:נאך א שאלה: איז מען מחיוב מוחל צו זיין איינער וואס האט באמת בא'עוול'ט? - איינער וואס האט דיר געפערליך בארעדט, און מעגליך געשאדט, איז מען אים מחיוב מוחל צו זיין?

די גמרא און בבא מציעא רעד פון דעם "נישט מוחל זיין" הגם מ'רעד נישט פון קליינע מענטשליך ווי אינז עי"ש

Re: זייט מיר מוחל, ביטע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:23 pm
דורך טמיר
עס האט מיך שוין לאנג געבאדערט דער חובות הלבבות און איך האב געזיכט וואו זיך צו אויסגעבן, ביז איך האב געטראפן אן אשכול וואס דערמאנט דאס.
בשלמא אז דאס זאל שטיין אין קב הישר אדער ראשית חכמה, החרשתי. אבער אזא אויפגעקלערטע חכם ווי דער חו"ה מה ראה לזה צו שרייבן אזא (איך וויל נישט שרייבן נאן-סענס, איך האב מורא) זאך??? און נאך דערצו ווען עס האט נישט קיין מקור.
די פראבלעם איז אז נשים און קלי הדעת הערן אזאלכע זאכן מיינען זיי אז עס איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די 13 אני מאמין

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 9:27 pm
דורך מודיעין
גם אני מצטרף, איך האב שוין אויך פון לאנג מעיין געווען אין דעם עונש נפלא, אז מען נעמט אוועק אלע זכיות פון דעם מענטש, און מ'לייגט ארויף אויף אים עבירות וואס ער האט קיינמאל נישט עובר געווען, אונז ווייסן דאך אז קל אמונה ואין עול, אז אפי' פאר רשעים באצאלט מען זייער שכר. און ווי אויך קומט אויס אז כמעט לא שבקת חיי לכל ברי'.

אבער למעשה זאגט עס דער חובה"ל, און דער חפץ חיים אין ספר שמירת הלשון צייכענט אן א מקור אין מדרש שוח"ט, און דער חתם סופר שרייבט אז דאס איז געווען א קבלה בידי הראשונים. איז עס אוודאי א אמת, אבער אן הסבר וואלט אוודאי געווען כדאי צו הערן אויף אזא עונש.

Re: זייט מיר מוחל, ביטע

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 10:09 pm
דורך mevakesh
דער כוונה איז לכאורה נישט ליטעראל נאר אז אויב מען רעספעקטירט נישט א צווייטען זענען אלע מעשים טובים ווערד א רעטעך

Re: זייט מיר מוחל, ביטע

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 11:48 pm
דורך טמיר
מודיעין האט געשריבן:גם אני מצטרף, איך האב שוין אויך פון לאנג מעיין געווען אין דעם עונש נפלא, אז מען נעמט אוועק אלע זכיות פון דעם מענטש, און מ'לייגט ארויף אויף אים עבירות וואס ער האט קיינמאל נישט עובר געווען, אונז ווייסן דאך אז קל אמונה ואין עול, אז אפי' פאר רשעים באצאלט מען זייער שכר. און ווי אויך קומט אויס אז כמעט לא שבקת חיי לכל ברי'.

אבער למעשה זאגט עס דער חובה"ל, און דער חפץ חיים אין ספר שמירת הלשון צייכענט אן א מקור אין מדרש שוח"ט, און דער חתם סופר שרייבט אז דאס איז געווען א קבלה בידי הראשונים. איז עס אוודאי א אמת, אבער אן הסבר וואלט אוודאי געווען כדאי צו הערן אויף אזא עונש.

ווי די מובן הפשוט וואס די וועלט האט אנגענומען איז עס זיכער נישט, מוז מען אריינזאגן פשטים אזוי ווי אין אסאך חזל"ס. אבער דאס אז די חוב"ה זאל עס ברענגען מיט אזא פשטות איז זייער אינטערעסאנט. איך מיין אז ער שרייבט נישט אפילו נאך איין זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן לאגיש