בלאט 1 פון 2

כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:06 am
דורך תוהו ובוהו
די אויגן דורכגעווייקט
דאס הארץ א שטיק בלוט

א יונג ביימל אוועקגעלייגט
אזא ביטערער אפשניט

צעשאסענע משפחה
און ארומיגע פריינט

א ניי-געבארן עופ'לע
קוים אויפגעשיינט

---

שטייט א הויכער בניין
קאלט, פון צעמענט

א קנין נאך א קנין
צווישן אירע ווענט

א נשמה גייט לטמיון
אזוי טראגיש אנגעווענדט

ניטאמאל קיין מנין
ביים שרעקליכן מאמענט

פאר'ן חומר הענין
אן אנטבלויזטע מאנומענט

---

וויפיל אומגעהויערע פיין
טרערן, שווייס און בלוט

וויפיל דארף מען דורכגיין
צו נעמען אזא שריט

א פיינפולע נשמה
אינגאנצן אויסגעלייטערט

זיכער טרעפן א נחמה
גן-עדן אויסגעברייטערט

---

לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן

-----

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה ... נֹפֵל בַּשָּׂדֶה, לֹא נוֹדַע מָּה הִכָּהוּ. וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשֹׁפְטֶיךָ ... וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל ... וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:55 am
דורך געזונטערהייט
די שניידסט שטיקער....!!

אוי..
נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:18 am
דורך יואליש
געזונטערהייט האט געשריבן: נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
דאס בייגן און לייגן איז בעסטע באנוץ פון א קולטורליכע רעפרענס וועלכע, איראניש, איז געווענליך געניצט מיט א קאלטקייט און וואונטש פאר טויט.

די הומעניסטישע סטאנזא איז:
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:24 am
דורך אינגערמאנטשיקל
אוי האסטו מיר צושאקלט.

נאך מער פון אלע פיקטשערס און סטאטוס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:00 pm
דורך בת קול
:cry:

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:09 pm
דורך אינטיליגענטער
פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:52 pm
דורך מונטסורי
עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.

און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:18 pm
דורך חדשים
איך געדענק אז א שטיק צייט צוריק איז געווען א מענטאל העלט אויפוואכונג דורך ביקור חולים פון קרית יואל, און עס האט נאכגעפאלגט מיט א דערעפענונג פון א קריזיס ליין וואס שטעלט זיך אהער אלץ א ליין וואס איז גרייט 24 שעה א טאג ארויסצוהעלפן אידן ווען עס איז באו מים עד נפש. איז דאס געווען עפעקטיוו? גייט עס נאך אן היינט? ווערט עס אנגעפירט דורך בעלי דעת? העלפן זיי אז מען זאל נישט צוקומען צו אזא מצב?

דאס אליינס אז איך קען פרעגן די אלע קשיות ווייזט אז מען קען און מען דארף טון סאך מער. אנשטאטס אדער ווען מען ענדיגט וויינען דארף מען אויפקומען מיט סעלושענס אויף ווייטער.
מונטסורי האט געשריבן:עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.

און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.
וואס דער באשעפער קען ווייס איך נישט, עיין בהאשכול ”א נחמה פאר א צובראכענע אבל.” די שאלה איז מער וואס קענען מיר טון? וואס איז טאקע די סעלושען? דאס אז מען בלייבט וויינען איז נאך באלד ערגער ווי די צרה אליינס. איך בין נישט קיין עקספערט אין די נושא. איך שטעל מיר פאר אז עס איז זיכער דא אויסגעארבייטע מהלכים אין די סעקולארע וועלט וואס אונז דארף מיר אדאפטירן ווי שנעלער. ואתה תבער הדם הנקי מקרבך כי תעשה הישר בעיני ה’.

Re: כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:25 pm
דורך חובב ציון
ליידער נישטא קיין שום פלאץ ווי זיך צו ווענדן, און אפילו לאחר המעשה דערשטיקט מען עס אז די יונגווארג זאלן נישט וויסן, גיי ווייס וואס מען טוט אויף דערמיט..

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:32 pm
דורך צקון לחש
אויב ווילן מיר נישט קיין לוזערישע אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט סוסיידעל מחשבות, איז דאך די בעסטע עצה - - - זיי צו לאזן שפרינגען... נישט אזוי? :געוואלד:

נשלח: מוצ"ש יוני 03, 2023 10:15 pm
דורך רוחין חדתין
אינטיליגענטער האט געשריבן:פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס
וואס האלסטו דארפ׳ן זיי טוהן?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 12:48 am
דורך צקון לחש
רוחין חדתין האט געשריבן:
אינטיליגענטער האט געשריבן:פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס
וואס האלסטו דארפ׳ן זיי טוהן?
גארנישט, טאקע פלעין & פריקען גארנישט, און לאזן די וואונדערליכע בריאה זיך פירן וויאזוי עס איז אינטענדעד טו

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:54 am
דורך [NAMELESS]
אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 12:02 pm
דורך מן הסתם
עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
מן הסתם האט געשריבן:

זיי בעסער מזביר פארוואס זאל מען צווינגען צו לעבן. ער/זי איז נימס געווארן די זאך און גענוג געהאט. פארוואס נישט לאזן גיין?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:14 pm
דורך רוחין חדתין
עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
דאס איז טאקע די מהלך אין יוראפ און די ראדיקאלע לינקע אבער נאר דוריך פילן, טאנצן אפאר שטאק איז צו טראגיש פאר זיי

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:46 pm
דורך מתבודד
יאפ. אין אמעריקא איז פשוט איליגעל צו זיך נעמען די לעבן, דארפן די אויטאריטעטן אים אפהאלטן פון טון עפעס אומלעגאל...

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:07 pm
דורך שעפטאל
תוהו ובוהו האט געשריבן: לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
@תוהו ובוהו: אייזענע מעסעדש!!!! ווער ווייסט וואס ליגט באגראבן אונטער א פאלשע שמייכל!

ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:02 am
דורך שמעון וואלף
מ'דארף טון דאס, מ'דארף טון יענץ. יא, די וועלכע האבן זיך זעלבסט באקרוינט אלץ די פארזארגער פאר'ן דור, ארויסקומען מיט קול קורא'ס יעדע שמי וחמישי און באצווינגן אנדערע זיך צוצושטעלן צו זייערע שוגענעס, זענען איצט מכובד צו אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג. אבער כמובן, איז נישטא וואס צו ערווארטן ווייל פאר אזוינע מינדערוויכטיגע זאכן האבן זיי נישט קיין צייט.

בלייבט איבער פאר אונז פשוטע קאווע שטיבל ניקים צו טון מה שביכולתנו. אבער וואס קענען מיר שוין טון? מיר קאנטראלירן דאך נישט די היימישע אויסגאבעס. מיר האבן נישט מוסדות דורך וואס מ'קען צאמריפן אן עולם, איש בעל (פינג @berlbalaguleh) יעדר, פאר א וויכטיגע אסיפה. מיר קענען נישט טערעראזירן רבנים צו אינטערשרייבן א קול קורא.

נאר וואס יא?

יעדער פון אונז וואס קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן, זאל דאס זיין ביי די ארבעט, אין שול, ביי א שמחה אדער סתם אויף די גאס, זיי מקיים דעם הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, אדער סתם א שמייכל. מענטשן כאפן נישט ווי סאך דאס קען מיינען פאר א מענטש אז מ'גיבט אים א גריס, אפילו א נערישקייט: ווייסט מיין טאכטער פון קינדערגארטן גייט אין דיין טאכטער'ס קלאס און זי הערט נישט אויף צו רעדן פון איר. אדער: איך האב געזעהן דיין בחור'ל און ער מאכט א גוטע אימפרעשאן. און אזוי אויך מיט אנדערע זאכן. איינער איז נישט געקומען פרייטאג צונאכטס אין שול, פרעג אים ווי ער איז געווען, גיב אים די געפיל אז ער איז א מענטש וואס מאכט אויס און מ'באמערקט אז ער פעלט.

אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום מיט א יאוש געפיל אז איך בין א נאבאדי מיט קיין שום האפענונג אויף די פיוטשער און מ'קען נישט וויסן וואס א גוט ווארט קען אמאל אויסמאכן. דאס קאסט נישט קיין געלט און מיטאמאל קיין סאך עפארד. מיט ארויסווייזן אנערקענונג פאר אנדערע מענטשן ווערט מען גארנישט ווייניגער. קארגטס נישט קיין גוטע ווערטער פאר א צווייטן.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:04 am
דורך [NAMELESS]
שעפטאל האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן: לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
@תוהו ובוהו: אייזענע מעסעדש!!!! ווער ווייסט וואס ליגט באגראבן אונטער א פאלשע שמייכל!

ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.
אמת'ע מעשה?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:38 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דארף טון דאס, מ'דארף טון יענץ. יא, די וועלכע האבן זיך זעלבסט באקרוינט אלץ די פארזארגער פאר'ן דור, ארויסקומען מיט קול קורא'ס יעדע שמי וחמישי און באצווינגן אנדערע זיך צוצושטעלן צו זייערע שוגענעס, זענען איצט מכובד צו אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג. אבער כמובן, איז נישטא וואס צו ערווארטן ווייל פאר אזוינע מינדערוויכטיגע זאכן האבן זיי נישט קיין צייט.

בלייבט איבער פאר אונז פשוטע קאווע שטיבל ניקים צו טון מה שביכולתנו. אבער וואס קענען מיר שוין טון? מיר קאנטראלירן דאך נישט די היימישע אויסגאבעס. מיר האבן נישט מוסדות דורך וואס מ'קען צאמריפן אן עולם, איש בעל (פינג @berlbalaguleh) יעדר, פאר א וויכטיגע אסיפה. מיר קענען נישט טערעראזירן רבנים צו אינטערשרייבן א קול קורא.

נאר וואס יא?

יעדער פון אונז וואס קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן, זאל דאס זיין ביי די ארבעט, אין שול, ביי א שמחה אדער סתם אויף די גאס, זיי מקיים דעם הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, אדער סתם א שמייכל. מענטשן כאפן נישט ווי סאך דאס קען מיינען פאר א מענטש אז מ'גיבט אים א גריס, אפילו א נערישקייט: ווייסט מיין טאכטער פון קינדערגארטן גייט אין דיין טאכטער'ס קלאס און זי הערט נישט אויף צו רעדן פון איר. אדער: איך האב געזעהן דיין בחור'ל און ער מאכט א גוטע אימפרעשאן. און אזוי אויך מיט אנדערע זאכן. איינער איז נישט געקומען פרייטאג צונאכטס אין שול, פרעג אים ווי ער איז געווען, גיב אים די געפיל אז ער איז א מענטש וואס מאכט אויס און מ'באמערקט אז ער פעלט.

אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום מיט א יאוש געפיל אז איך בין א נאבאדי מיט קיין שום האפענונג אויף די פיוטשער און מ'קען נישט וויסן וואס א גוט ווארט קען אמאל אויסמאכן. דאס קאסט נישט קיין געלט און מיטאמאל קיין סאך עפארד. מיט ארויסווייזן אנערקענונג פאר אנדערע מענטשן ווערט מען גארנישט ווייניגער. קארגטס נישט קיין גוטע ווערטער פאר א צווייטן.
הייליגע ווערטער

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 7:43 pm
דורך שעפטאל
עמינדב האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן: ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.
אמת'ע מעשה?
העםם.. אמת'ע פוינט!!!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:27 pm
דורך מן הסתם
עמינדב האט געשריבן:
מן הסתם האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.
זיי בעסער מזביר פארוואס זאל מען צווינגען צו לעבן. ער/זי איז נימס געווארן די זאך און גענוג געהאט. פארוואס נישט לאזן גיין?
ווייל ער טוט עס נישט פונעם "פרייען" ווילן, ער טוט עס מתוך יסורים, פארוואס לאזט מען נישט קינדער זיך שפילן מיט שעדליכע זאכן ווי פייער מעסערס וכו' ער וויל, פארוואס לאזטו עם נישט ? די זעלבע מיט אנדערע ענינים וואס מען דארף זיין אן עדאלט, פארוואס לאזטו נישט מינדעריעריגע טון וואס זיי ווילן? דעמאקראטיע.. דער יונגל וויל גיין מיט איינעם.. פארוואס לאזטו עם נישט? פארוואס מעג ער נישט קויפן אלקאהאל און אנדערע ענינים?

די תירוץ איז, א קינד איז נישט רייף און האט נישט קיין דעת און מדארף אכטונג געבן אויף א וואלנערעבל מענטש, והיינו הך, ופשוט הוא. כפארשטיי באמת נישט פארוואס כבין עס אפילו מסביר, נאר אויב דו פארשטייסט עס באמת נישט האב איך דיר מסביר געווען, ס'קלאר?