בלאט 1 פון 3

דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:11 am
דורך צמצום
אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.

Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk

Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:16 am
דורך צמצום
נאר וואס באמערקט אז דער נושא בלאנגט גאר און אן אנדערע צווייג, אבער יאך ווייס ניט וויאזו דאס צו אריבער פירן.
ליבער מנהל, ביטע העלפט ארויס א נייעם חבר.

Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk

Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:38 am
דורך צמצום
יישר כחכם.
דער נושא איז א וויכטיקער וויבאלד דער טעמע פון Mental Health און אלגעמיין און בפרט לגבי Therapy איז היינט צוטאג זייער נוגע, וועט דאס זיין א שטארקער תועלת צו ווערען informed.
לאמיר הערען פונעם חשובען עולם ואני הקטן וועל בל"נ צולייגען מיין ענ"ד און ערפארונג.

Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:26 pm
דורך דיכטער
זוצט זיך דער אנטבלאזטע, געדרוקטע און אומבאהאלפענע נשמה ביים שיין-איבערגעדעקטן טיש און פירט מיט אנגסט, זיינע פינגער ארום די שטאפענע קונסטליכע בלומען וועלכע פארמירן דעם טישטעך.

קעגן איבער איהם, זיצט זיך באקוועם, אויפן לעדערנעם בענקל, מיטן ארעם אנגעלאנט אויפן הענטל, דער מאן וועלכע ענטהאלט א לאנגע ליסטע פון קורצע און לאנגע, אומאויסשפרעכליכע טיטלען און ווארט מיט א פראפעסיאנאלן געדולד פאר א שטימע וועלכע זאל ברעכן דער שטילקייט.

פון דא און ווייטער ווערן אנדערע געבעטן מיר איבערצונעמען.

(איך שרייב עס פשוט צו סעטן דעם טאון, איך מיין בכלל נישט אוועקצומאכן קיינעם)

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 9:00 am
דורך שמעקעדיג
הרב דיכטער, לויט ווי איך פארשטיי פרובירסטו מסביר צו זיין די חילוק פון ישיחנה ביז טעראפי, אז ביי טעראפי איז דא א בלומעדיגע טישטוך און לעדערנע בענקל משא"כ ביי ישיחנה?...

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 9:57 am
דורך לייביששרייבער
אויב איז דאס די נושא איז נישט פארהאן וואס צו רעדן, עס איז הבלים שטיות שאין בדומה להם. און פארקאנקט.

אבער הער א מעשה. אין איינע פון די היימישע גענגענטער ווי מיר חסידים ואנשי מעשי וואוינען, ווי וועד הצניעות, און וועד דאס, וועד יענץ, זענען די אַלגעמײנע בעלי בתים איבער די מוסדות וואס ווערן געניצט צו פארפליכטן די אינגעלייט פון די קהלה איז א אינגערמאן געווארן געבאסט אויף דבר ניבול וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן.

די וועד, נאכן אים אינגאנצען פארטאכלעווען, האבן אים געשיקט צו א טעראפיסט (פארשטייט זיך זיין ווייב טאר נישט וויסן). דער אינגערמאן האט צו קיין טעראפיסט נישט געהאלטן ביים גיין, אבער בלית ברירה געמוזט מסכים זיין.

נאכ'ן אפזיצען אפאר סעשאנס ווי מען האט געקייט און געמאלן וואסער, פרעגט דער טעראפיסט, נא וואס נאך קען מען דיסקאסירן און אדורכאקערן, און פארבעסערן? דער אינגערמאן ענטפערט ב"ה גארנישט, זייער פיין, אלעס בסדר. די טעראפי איז זייער פיין געווען, פון היינט אן ווייטער בין איך אן אויסגעהיילטער, מער וועל איך שוין בעזרת ה' נישט אדורכפאלן בלא בלא. (נעמט אין אכט די טויזענטערס וואס עס רעדט אזא שפּיל. די אלע סעסיעס.)

זאגט דער טעראפיסט, עס קען דאך נישט זיין אז אויסער די אישו איז אלעס מסודר. איינער וואס האט דארט א פראבלעם מוז דאך זיין אז עס דא נאך פלעצער ווי ער איז נישט מסודר.

נע, אלעס ב"ה איז פיין, אפי' דאס איז נאר געווען אן איינמאליגער אפס. (ער איז דאך מער געצווינגען צו גיין ווי א פליכטלינג אן א ברירה).

זאגט דער טעראפיסט פארן קלייענט, איך קען פאר די ועד נישט קיין המלצה געבן אויף דיר. דו זאגסט ליגנט, דו האלסט זיך נישט ביים העלפן, עס קען נישט זיין וואס דו זאגסט.

דער טעראפיסט קען נישט פארלירן א קליענט וואס ברענגט אריין אזוי פיל געלט א וואך און איצטערט גייט ער עס פארלירן.

זיי מאכן געווענליך דעם פארלוירענעם שפירן אז אן זייער טעראפי קענען זיי קיין תרופה צו זייער מכה נישט האבן, דאס ווערט א לעבנסלענגליכע צומי פון וואס מען קען נישט לויז ווערן.

איך האב נישט קיין נערווען צו שרייבן זאכן וואס איך בין נישט אויסגעקאכט, אבער הרגשה איז א דאורייתא (ליודעי חן), זאג איך ישיחנה איז די וועג בשו"א נישט גיין צו געלט גייציגע טעראפיסטן.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 6:26 pm
דורך הקטן
צמצום האט געשריבן:אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעל

אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
הקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:12 pm
דורך לייביששרייבער
הקטן האט געשריבן: ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטל

אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
עס איז דא וואס פראקטעצירן, און קענען דאס אויך נישט.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:58 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
ער דארף גענוג קענען אז טאמער ער זעהט אז זיין מהלכ(ים) זענען נישט געאייגנט פאר דעם פאציענט, זאל ער לייגן זיין איגו אינדערזייט און רעפערן דעם פאציענט צו א צווייטען

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:36 pm
דורך צמצום
לענ"ד איז א חלק פון דער פראבלעם ווי געוויסע (איך רעד שוין אפילו פון די פארלעסליכע) טערעפיסטון וועלען נאר קענען העלפען געוויסע קליענטען איז מחמת דער צוגאנג זיי וועילען אויס צו הילפען זייערע קליענטען.
געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
דער סארט טעראפי איז אסאך געבויט אוף פראיד און יאנג וואס טוען אדורך דער subconscious mind און זייער מקור פון trauma וכו'.
איינמאל דער מענטש אנערקענט און איז in touch מיט דעם פאנמאנאן קען ער זיך גרינגער אפשאקלען דערפון (חוץ אויב די trauma איז געשען אוף א זייער א מיאוסן אופן און ביי זייער אינגע יארען וואס דאן ווערט דאס א חלק העצם פון זיין מהות).
וויטער פאר אנדערע איז בכלל ניט קיין נפק"מ צו וויסען פון וואנט זייער פראבלעמען נעמען זיך. זיי דארפן נישט מער ווי כלים און פראקטיק וויאזוי זיך צו פארמאסקיווען דערמיט.
הכלל, בעסטע וואלט געווען פאר א מענטש זיך אליין צו קענען פאר זיי וועלען זיך אויס אן הילפער.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:02 pm
דורך הקטן
צמצום האט געשריבן:געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיף

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:58 pm
דורך מילך טראק
א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:11 pm
דורך רוחין חדתין
מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:26 pm
דורך צקון לחש
לייביששרייבער האט געשריבן:הרגשה איז א דאורייתא
:like
אייגנס, אדער באקאנט?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:33 am
דורך תנחום
הקטן האט געשריבן:
צמצום האט געשריבן:געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיף
אזוי ווי @הקטן. יעדער וואלט ענדערש בענעפירט פון קאוטשינג ווי איידער די אלגעמיינע טערעפי מעטאדן ווי cbt וואס איז נאר א באנדאזש ווי איידער ארבעטן אויפן שורש. קאוטשינג ביי היימישע טעראפיסטן איז היבש פאפולער און פארקויפט זיך זייער גוט. די לעצטיגע אויפשטייג אין breathwork און סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור איז זיי צו פארדאנקען.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:48 am
דורך לייביששרייבער
צקון לחש האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:הרגשה איז א דאורייתא
:like
אייגנס, אדער באקאנט?
וואָס איז נישט אייגענס, לאז איך דעם מחבר שרייבן. שרייבט ער עס נישט קען דער מחבר פארלירן זיין רעכט אויף די רעכטן דערפון.
ווי ווייט איך ווייס איז עס אייגענס. אדרבה אויב ווייסט ווער אז עס באלאנגט פאר איינעם, וועל איך עס איך זייער גערן צוריקגעבן. איך האב ב"ה אייגענס וואס איך קען ניצן.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:56 am
דורך הקטן
ץ

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 7:51 pm
דורך צמצום
רוחין חדתין האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.
נאך מער, אמאל בכוונה תחילה און מער אפט אומוויסנדיג, טוט א מענטש זיך פארשטעקן און פארהוילן פון זיך אליין גאר.
באופן כללי איז דאס איז בעצם א ווייטליכע מהלך און קען פארגרעסערען די פראבלעמען.
דאקעגען, פאר גאר אסאך איז דאס גאר א ישועה (נישט קיין גאולה) ווי מען זאגט Ignorance is bliss.

איך וואלט געוואלט וויסן צו דער מענטש וואס לעבט אויפן צווייטן מהלך, ווען עס קומט צו אידישקייט און צו עבודת השם, קען אין דער זעלבע צייט אנטוויקלען א נאנשאפט צום אייבערשטען? זיין גאנצער ריאליטייט איז דאך איין שטיק לופט.

ואדאתינן להכי, קען זיין דאס קלאפט אויס אנדערש בדרך מוסר ווי דרך החסידות.
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you"

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:49 pm
דורך רוחין חדתין
האדמו"ר מפיסצנה מביא בשם חותנו שהשקרן הוא האדם הגרוע ביותר ולעולם אינו בא לידי תשובה.
ווי אזוי קען ער "זיך" ברענגען נענטער צום באשעפער ווען ער ווייסט נישט ווער "זיך" איז. הה"ד דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 10:01 pm
דורך רוחין חדתין
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:15 am
דורך מילך טראק
רוחין חדתין האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.
סתם צו ארויסרעדן פאר א חבר? וואס טוט זיך אויב איך האב נישט קיין נאנטע חבר?

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 1:58 pm
דורך רוחין חדתין
רוחין חדתין האט געשריבן:
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.
אביסל אויסקלארן. דאס וואס די קאצקער האט אזוי געפייערט פארן דעת פאר יעדער פרייז איז נישט געווען צוליב זיין אהבת החכמה, נאר ענדערש צוליב זיין רדיפה הבלתי מתפשרת אחר האמת, וואס דאס בא קומט נאר מיט שכל, נקוט כלל זה בידך מער שכל מער אמת, מער טיפשות מער שקר. חוץ גאר א ריינע נפש וואס איז שווער צו טרעפן,