די אמעריקאנער סודות בוך - דאס ווייסע הויז
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:18 pm
א מאיעסטעטישער קעניגליכער פאלאץ, ארומגענומען מיט הערליכע גארטנס און א פשוטער שווארצער צוים וואס נעמט איר ארום.
דאס הויז שטייט אויף 1600 פענסעלוועניע עוועניו, אין וואשינגטאן דיסטריקט אף קאלאמביע.
אינטערסאנטע פאקט: אין יאר 1790 תק"נ בערך 14 יאר וואס די פאראייניגטע שטאטן האבן זיך אפגעריסן פון די ענגלענדער אין יאר 1776 תקל"ו האט קאנגרעס אדורכגעפירט א געזעץ אין די ביכער וואס הייסט "די רעזידענץ אקט" Residence Act, וואס האט דאן באשטעטיגט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל האבן א קעפיטאל וואס איז די עיר הבירה פון די פאראייניגטע שטאטן, א שטיקל שטח וואס שטייט ביי דעם פאטאמיק ריווער Potomac River. די שטח איז נתנדב געווארן צו דעם נייעם פעדעראלן קעפיטעל דורך די צוויי שטאטן מערילענד און ווירדזשיניע.
די נאמען פונעם פעדעראלער שטאט איז גערופן געווארן ע"ש גענעראל וואשינגטאן וואס איז געווען די אנפירער פון די פאראייניגטע שטאטן רעוועלוציע זיך צו אפצורייסען פון די ענגלישע אונטערדריקער. די צוויי בוכשטאבן די. סי. DC איז געווארן צוגעלייגט פאר די ווערטער פון דיסטריקט אף קאלאמביע, ע"ש קריסטאפער קאלאמבוס וואס איז געווען די געפונער פון די אמעריקאס אין יאר 1492 רנ"ב אין שליחות פון די ספאנישע קעניגן איזעבעלא די ערשטע און קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אייבעריע (די קאלאמבוס עפאכע איז א לאנג פארצווייגטע היסטאריע וואס מיר וועלן נישט דא שרייבן די דיטעילס, עס וועט אוועקפירן אונזער ווערק קיין האנעלולו)
אין די ווייסע הויז וואוינט נישט קיין קעניג, אדער גאר א געלט-גייציגער לאנד'ס מעניפולירער וואס לויפט נאר נאך דעם טרוים פון רייכטום און כבוד אויפן חשבון פון די לאנד'ס איינוואוינער וואס זענען ווי פליכטלינגען פאר זייערע אויבערהארן. עס וואוינט דערינען דאס שטערקסטע, די מערסטע פאוערפול, און די מערסטע אינפלוענשיל מענטש אין די וועלט, דער פרעזידענט, וואס איז די ראש ממשלה פון די שטערקסטע און רייכסטע מדינה אויף די וועלט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, צו וועם אלע וועלטס מאכטן ווענדן זיך צו, פרובירן נושא חן זיין ביי דעם אמעריקאנעם פרעזידענט, מיט סיי וואס עס גייט נאר פאר אין זייערע אייגענע מדינות האפן זיי אז דער שטערקסטער מענטש אויף דער וועלט דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט נישט אויף זיי קוקן מיט א בייז אויג.
ווי אויך איז דער ווייסער הויז א מאיעסטעטישער הערליכער אויסגעצירטער בנין ווי עס פאסט פאר א קעניג.
דאס ווייסע הויז האט גאר אסאך פונקציעס. אויסער האלטן דאס וואוין ארט פונעם שטערקסטע מענטש אין די וועלט, דינט עס אויך פאר די הויפט וואוינונג פון דעם צענטעראלער מיליטערישע פאוער, די שטערקסטע מיליטער פון די וועלט. א שכן מיטן שטערקסטער מענטש.
די ווייסע הויז איז די מערסטע באוואכטע בילדינג וואס איז נאר אמאל געבויט געווארן, און וואס עס שטייט.
א שטאט פון אונטערערדישע טונעלן וואס דינט פארשידענע פונקציעס, בעיקר פירט עס ארויס פון דארט טיף אריין אין וואשינגטאן די. סי. צו א צווייטע פארזיכערונגס ארט אין פאל די אינעווייניגסטע איינוואוינער, דער פרעזידענט, זיין פאמיליע, מיט זיין קאבינעט וואס געפינען זיך אינעווייניג, זענען אין סיי וואספארא סכנה.
עס איז דא הונדערטער מייסטער טעראריסטן וואס וואלטן געהאט שטארק חשק צו זעהן דאס ווייסע הויז ווערן פארשווארצט פון רויעך און דאס גאנצער אינהאלט פון אינעווייניג זאל מיט די רויעך מיטגיין.
די לאנגע ווייסע זוילן וואס שטייען אויסגעשטרעקטע פאר פראכט דינט נאך צענדליגער צוועקן אויסער דינען ווי אן אומשולדיגער דאום וואס גיבט א פרעכטיגע אויסזעהן פאר'ן ווייסן בנין. די ווייסע זוילן האבן אסאך לעגענדעס ארום זיך (איך וועל זיי נישט פארשרייבן, פשוט ווייל עס איז אין ערגעץ נישט קראנט אינפארמירט. מיר פרובירן איבער אלע כוחות צו שרייבן נאר קראנטע אינפארמאציע. א לעגענדע וועלן מיר נאר שרייבן כדי לסבר את האוזן און ארויסברענגען א נקודה, אבער נישט פאר קיין אינפארמאציע) וואס איז קיינמאל נישט קאנפירמירט געווארן, אבער אויך נישט געווארן אפגעפרעגט. (אין פאל א פליגער פליט אריין אין די געגנווארט (נאו פליי זאון) פונעם ווייסן הויז, וועט פון די פיר זוילן ארויס קומען גאר שטארקע מאגנעטישע שטראלן און ארום ווארפן א שטארקע אינפרארעד סיגנאל וואס וועט ארויסציען די לעקטער פון אלעס ארום די גאנצע געגענט, דער פליגער וועט פארלירן אירע סיגנאלן און וועט אויף קיין פאל נישט קענען זיך דערנענטערן צום ווייסען הויז, נאך פאר ער רוקט זיך פאראויס צום ציל וועט די פליגער אויטאמאטיש ווערן א פייער טאבע פון זיך זעלבסט, א שיינע פאר מייל פאר די פילאט פונעם פליגער האט נאר א געלעגנהייט אפי' צו טראכטן צו נוצן זיין פליגער צו שלעכטס טוהן דאס ווייסע הויז).
אלעס וואס טוהט זיך ארום דעם בנין איז פארבינדן מיט אויסטערלישע סודות, אפי' די ארכיטעקטור פונעם בנין מיט אירע קארידארן וואס פירן פון איין פיליאלע צום צווייטן זענען רזי דרזין. די וואס דרייען זיך אין איין זײט פונעם בנין ווייסן נישט וואס עס טוהט זיך אין די אנדערע זייט פונעם בנין. אלעס וואס מיר ווייסן יא איבער דעם בנין איז נאר א מיעוט שבמיעוט וואס עס איז נאך אלץ פארהאנען אין איר.
צווישען די הויכע מייעסטעטישע ווייסע זוילן זענען דא דארט אזוינע סודות, וואס זינט סודות האט זיך גע'סודות'ט, האט זיך נאך נישט גע'סודות'ט אזאנע סודות וואס דארט סודות'ט זיך. די אלע סודות וואס קומען נאר דארט פאר זענען ארומגענומען מיט קאנטראווערסיע און שטיק וואס טאר בשו''א ארויסרינען צום פובליקום פאר כמה וכמה סיבות. אמאל פאליטיש, אמאל סטראטעגיש און אמאל קען דאס קאסטן דעם איינוואוינער צו פארלירן זיין וואוינונג ממש פון איין מינוט צום צווייטן, ווי די אמעריקאנער היסטאריע האט שוין איינמאל באוויזן. דעפאר מוז אלעס וואס טוהט זיך צווישן די פיר ווענט פונעם ווייסן הויז בלייבן אין שטרענגסטן געהיים. ח''ו ווען א ווארט פון די דאזיגע סודות קומען אן צו אן אויער וואס קען ח''ו האבן א שלעכטע כוונה אנטקעגן די פאראייניגטע שטאטן. גאט זאל אונז אלע באהיטן.
עס זענען דא מאנכע וואס גלייבן אז א בוך פון סודות וואס ענטהאלט די סודות פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס רופט זיך "די בוך פון סודות" עקזעסטירט.
את"ל אזא בוך עקזעסטירט, וואס וואלטן מיר דארט געלעזט, וואלטן מיר דארט געלעזט?
די באהאלטענע היסטאריע וואס איז בכלל נישט באקאנט פארן פובליקום?
וואלטן מיר דארט געליינט די אלע גראנדיעזע פלענער וואס די אמעריקאנער רעגירונג פלאנט פארן צוקונפט?
וואלטן מיר דארט געליינט אלע שקרים, און די שגץ שטיק די אמעריקאנער רעגירונג אונטער פולן באפולמעכטיקט פונעם פירער איז באגאנגען אונטערן נאמען פון פרייהייט אין זייער 280 יאר אויף עקזיסטענץ?
און צום סוף איין זייער שטארקע שאלה שעולה על כלנה, איז טאקע פארהאן אזא ביכל?
דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט איז נאר איין קליינער חלק, און אפשר אפי' די קלענסטע חלק, פון וואס עס שפילט זיך אפ אונטער די פשוטע שווארצע גראטעס אויף 1600 פענסילוועניע עוועניו, וואס פאסירט אלץ אין דעם באשיידענעם ווייסן הויז.
אינטערסאנט איז אז די וואויניג אין די ווייסע הויז איז דאס מערסטע באקאנט אין די וועלט ווי סיי וואספארא וואוינונג עס איז נאר פארהאן, אבער נאך אלץ וואס עס געפונט זיך אינעם וואוינונג איז דאס ווייניגסטע באוואוסט וואס אינצווישן אירע 4 ווענט קומען פאר א יעדן ליאדן טאג. ווייסט קיינער נישט (די נארט ווינג ווייסט נישט גארנישט פונעם איסט ווינג און אזוי פארקערט. די וואס ווייסען יא פון ביידע ווייסן אבער נישט וואס עס טוהט זיך אין דעם פריוואטן קווארטל פון די ערשטע פאמיליע) אויסער דער פרעזידענט אליינס, די איינוואוינער, די איצטיגער פארוואלטער וואס פארפיגט דארט מיט אלעם.
די ארבעטער דארט זענען פון די אויבערשטע שטייסעל פון די מדינה, על פיהם יצאו ועל פיהם יבואו.
בעצם די רעגירונג'ס פונקציעס און געזעצן ווערן בכלל נישט געפירט ביים פרעזידענט. דער פרעזידענט איז נישט קיין דעמעגאג וואס מאכט געזעצן לויט זיין גיסטע. די געזעץ טאטעס זענען בכלל נישט אונטערן פרעזידענט נאר דוקא פארקערט (דאס איז אויך אן עקסטערע לאנגע ארטיקל בפני עצמו).
דער פרעזידענט, פאר די פיר אדער אכט יאר וואס ער איז ערוועלט, איז די סי. אי. אוי. CEO פון די קאמפאני וואס הייסט יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. די קאמפאני איז א פובליקלי טרעיד קאמפאני עס באלאנגט נישט פאר קיין יחיד. עס באלאנגט פאר די סיטיזענס פון די מדינה. די סיטיזענס זענען פילפאכיגע שותפים און בעצם איז דאס פאלק דער וואס שטעלט אריין די סי. אי. אוי. צו פירן די קאמפאני כדי צו מאכן זיכער אז די קאמפאני פירט זיך ווי עס ברויך צו זיין אין אלע פראנטן.
פאר דעם ריזיגן קאמפאני באצאלן אלע סיטיזענס זייער שעיר דורך די שטייער וואס מען צאלט איין מדי שנה בשנה, צו נעמען א חלק אין די הוצאות ווי גלייכע שותפים. און די זעלבע נעמען די שותפים אין רווחים אויב עס איז דא. (טעקס ריטורנס פאר די העכערע פארדינער, נישט ווי אונז רעדן פון א ריפאנד אז מען האט איבערגעצאלט. מיר מיינען צו זאגן, אויב די מדינה האט איבעריג געלט און די שטייער צאלער דארפן נישט אזוי פיהל איינצאלן. נישט געזארגט עס האט נאך נישט פאסירט און וועט נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט).
איז דער דזשאב פונעם פרעזידענט צו מאכן זיכער אז די קאמפאני קלאפט 100 פראצענט.
ער פארפיגט דירעקט אויף די עקזעקיוטיווער פיליאלע. די פונקציע איז צו אינפארסירן און מאכן זיכער אז די געזעצן פון לאנד וואס איז באשטעטיקט געווארן ביי קאנגרעס עס אריין צו לייגן אין געזעץ. איז דער פרעזידענט פארפליכטעט צו מאכן זיכער אז די געזעץ ווערט אינפארסירט אויף די פעדעראלער לעוועל (אויך א שמועס בפ"ע).
די אדמיניסטראציע אנגעלעגענהייטן פון די גאווערמענט איז די אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. ד.ה. קריעטן דעם אגענדע פון די פעדעראלער גאווערמענט, און זיך אפגעבן מיט זייער טעגליכע אויפגאבעס אויף וואס די גאווערמענט זאל לייגן געוויכט צו מסדר זיין אז עס זאל קלאפן. דהיינו, דער פרעזידענט פארלאנגט די גאווערמענט זאל באשטעטיגן קאוויד ריליעף פאנדס. איצטערט איז עס די אחריות פונעם גאווערמענט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל. דער פרעזידענט פארלאנגט אז די גאווערמענט זאל אויסארבעטן די פעדעראלע בודזשעט אז ער זאל קענען עס אינפארסירן צום געזעץ. פארשטייט זיך ער וועט נאר אינפארסירן דעם בודזשעט טאמער ער זעהט איין אז עס איז גוט און לוינט פאר די מדינה (קאמפאני).
אלע דיפלאמאטישע באציאונגען ארום די וועלט ליגט אויפן פרעזידענט זעלבסט. אפמאכן, עגרימענטס, נעגאשיעישאנס, קויפן פון אנדערע מדינות, און פארקויפן פאר אנדערע מדינות וכדו'.
דער פרעזידענט איז דער הויפט גענעראל פונעם גאנצען מיליטער, און א יעדע סטראטעגישע מיליטערישע אקציע איז אויף זיינע פלייצעס.
בודזשעט פון די מדינה און עקאנאמישע פאליסיס. למשל אויף וואס מען זאל יא אדער נישט ספענדען קיין געלט פון די קאסע. וואס דאס גיט דער פרעזידענט איבער פאר קאנגרעס צו באשטעטיגען און אריינלייגן אין געזעץ און עס זאל צוריקקומען צו זיין טיש צו עס אריין חתמ'ענען אין געזעץ.
פאראן געוויסע געזעצען וואס דער פרעזידענט דארף נישט האבן קאנגרעס צו אינפארסירן. איז טאמער דאס געזעץ איז געלויטעט פאר די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה וואס איז די טאטאלער אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. למשל קוילן גרובעריי אינדוסטריע צו קאנטראלירן מיט ענווייראמענטאלע פארבעסערונגען, קען ער אריינלייגן אין געזעץ אן די הסכמה פון די הייזער אויף דעם.
נאך א משל, יא דרילן פאר אויל אין אמעריקא אדער נישט דרילן פאר אויל, וויבאלד עס הרג'עט די ענווייראמענט ליגט עס אויף אים זעלבסט. פאר די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה דארף ער נישט האבן די הייזער צו באשטעטיגן סיי וואספארא געזעץ.
און די גרעסטע זאך אחרון אחרון חביב וואס מיר האבן אלע מיטגעהאלטן אין די לעצטערע יארן, קריזיס מענעדזשמענט. למשל: עס ברעכט אויס א קאוויד עפידעמיע ח''ו, אדער האלטן דעם פובליקום אין קאנטראל ווען דאס פאלק איז צוקוועטשט (די מיליטער קומט אריין אויב די רואיגקייט אין די מדינה גייט ארויס פון קאנטראל און עס אפעקטירט מער ווי די סטעיט ווי די אומרואיגקייט האט אויסגעבראכן נעמט דער פרעזידענט איבער די מארשעל לאו Law Marshal).
א יעדע זאך וואס מיר האבן דא אויסגערעכנט אויבן איז נאר אויפן שפיץ גאפל און א יעדע פאראגראף פאר זיך קען נוצן א גאנצע בוך, נישט נאר אן ארטיקעל פון אפאר טויזענט קאראקטערן.
די אלע אויבנדערמאנטע זאכן ווערן געמענעדזשט אין דאס ווייסע הויז.
פארשטייט זיך אליינס, אזוי פיל אחריות'ער קען נישט ליגן אויף איין מענטש אן קיין הונדערטער אדער אפי' טויזענטער געהילפן וואס ברענגען די אינפארמאציע, און אזוי דארף ער זיצען און מאכן דעסיזשענס כל יום ויום מיט די יועצים און פירן דאס לאנד. און אזוי פיל ארבעטערס פאר אן אפיס דארף א ריזיגער בנין.
וויבאלד די בלוט און אדערן פון די מדינה פליסן דורך דעם הארץ קאנאל (דאס ווייסע הויז) איז אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט אדער מיט די הויפט קאבינעט מיטגלידער קען די גאנצע מדינה פארקריפלט ווערן. ע"כ דארף דאס ווייסע הויז אזא שטארקער שוץ אז די שטערקסטע מעכטיגסטע מדינה פון די וועלט מיט די שטערקסטע מעכטיגסטע מענטשן אויף דער וועלט זאלן 100 פראצענט קענען פונקציאנירן אן קיין איין רגע הפסקה, די מדינה זאל פאר קיין איין רגע נישט זיין אויסגעשאלטערט.
און טאקע דערפאר געפונט זיך די וויצע פרעזידענט נישט אינעם זעלבן בנין צוזאמען מיטן פרעזידענט מערסטענס טייל פונעם טאג, כדי אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט זאל דער וויצע גלייך קענען איבערנעמען די ממשלה אן קיין שום איבערהאק. די לעקטער זאל ניטאמאל געבן א בלינק.
בירגער רעכט, הא! קיין זעלבסט ווירדע נישט. ווען אין די ווייסע הויז האט מען מחליט געווען עפעס וואס זיי ווילן, וועלן זיי גיין מיט זייער אגענדע ביזן סוף. אריבערפארן אלע אויטאריטעטן און טוישן געזעצן בע''כ מיט גוטן אדער מיט בייזן. (אויך א לענגערער ארטיקל צו שרייבן פאר זיך).
נישט נאר דער אמעריקאנער פרעזידענט באקומט דאס פאלאץ פאר זיין וואוין ארט ווי לאנג ער דינט אלץ דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא, נאר די ווייסע הויז איז אויך דער וואוין-ארט פאר זיין ווייב און קינדער וואס זענען נאך נישט ארויס פון אונטער דעם פארטוך פונעם מוטער, ווען דער פרעזידענט נעמט איבער דאס וואוינארט פאר לכה"פ די 4 יאר פון זיין טערמין, וועט ער זיך אהין אריינציען מיט זיין גאנצע געזונדל.
די בעסטע וועג צו מסביר זיין פאר אן דרויסנדיגער וואס עס מיינט וואוינען אינעם ווייסן הויז די 4 יאר, פון ווען דער פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירען אין אנהייב פון זיין טערמין, ביז ער ענדיגט עס אויס, אמאל 4 יאר און צומאל 8 יאר, איז אזוי ווי איך זאג אייך אז איר וועט וואוינען אין א מוזיום פאר אפאר יאר. עס איז פשוט זייער שווער צו מאכן דעם הויז דעם איינוואוינערס אייגענטום ווען די איינוואוינער ווייסן אז דאס איז נאר א צייטווייליגער דירה, א דירת עראי. אפי' הכי וועט די ערשטע פרוי קענען פארלאנגען דעקארירונג לויט איר געשמאק.
"די שווערסטע זיך צוצוגעוואוינען איז", זאגט סוזען פארד, די טאכטער פונעם פרעזידענט דזשראלד פארד, דער אכט און דרייגסיגסטער פרעזידענט וואס האט געדינט די פאראייניגטע שטאטן פון 1974 ביז 1977, "דאס קומען און גיין פון די פרעסע לייט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, זיי זענען ענדערש די בני בית אינעם ווייסן הויז, ביי דיר ממש אין דיינונג רום. עס איז גאר שווער צו דערהייבן אלץ אן איינוואוינער, דו האסט פשוט נישט דיין אייגן ווינקל אין דיין אייגענע דירה."
"פאר מיר אלץ קינד" - שרייבט זי ווייטער - "אנצוקומען צו מיין טאטענס אפיס האב איך געדארפט אדורכשפרייזן די פרעסע צימער ווי די גאנצער פרעס־קאר איז כסדר דארט געזעצן און געקוואקעט, קיין איין סעקונדע פריוואט האב איך נישט געקענט געניסן ווען מיר האבן געוואוינט דארט."
"כסדר האט יעדער אין די פרעסע צימער געוואוסט ווי איך געפין זיך און וואס איך טוה. ביז אפאר מינוט שפּעטער האט שוין דאס גאנצער אמעריקאנער פאלק געשמועסט אז איך בין געקומען פון די דירה צום אפיס פון מיין טאטען, דער פּרעזידענט פון די מאכטפולסטע מדינה אין די וועלט, און אפי' השערות וואס מיר האבן געשמועסט האט צירקולירט גלייך דערנאך. אפי' נאך פאר איך בין ארויס פון זיין אפיס איז עס שוין געווען צושמירט דורך אלע נייעס שופרות."
סטיווען, דער זוהן פון דזשעראלד פארד, דער ברידער פון סוזען, זאגט אז וואוינענדיג אין וואשינגטאן אלץ א קינד פון א גרויסער פאליטיקאנט, די צווייט מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט, וויצע פּרעזידענט צו פּרעזידענט ניקסאן, ווען איך האב אַריבער שפאצירט 1600 פענסילוועיניע עוועניו האב איך זיך כּסדר געוואונדערט וואס עס טוהט זיך אונטער די פשוט'ע שוואַרצע גראטעס און דעם שיינעם גארטן. איך האב פון אייביג אן געוויסט אז מיין טאטע איז משנה למלך, קומט פון צייט צו צייט אהער זיך אדורכרעדן מיט זיין בעה"ב פּרעזידענט ניקסאן ביי פארשידענע אנגעלעגענהייטן, אבער אויך האב איך געוואוסט אז גאר זעלטן וואס ער קומט אהער, כדי צו מאכן זיכער אז דער פּרעזידענט מיט זיין וויצע זענען נישט צו לאַנג אויף איין פלאץ צוזאַמען, פאר די זיכערקייט פון די אמעריקאנער רעגירונג, אז טאמער האט סיי וואספארא שלעכטער פלאן צו שעדיגען די טאטעס פון אמעריקא זאל ער ח"ו נישט קענען שעדיג ביידע אויף איינמאל.
איך האב אויך געוויסט אז צו קענען שעדיגן דעם פּרעזידענט אדער זיין וויצע דארפן זיך הימל און ערד צוזאמקומען. די פארזיכערונגס מאסנאמען אַרום זיי ביידע זענען אויף א מאסן שטערבליכער פארנעם. פלוצלינג נאך 10 חדשים זייענדיג אין וואשינגטאן האבן מיר ווי א בליץ וואס שניידט דורך אינמיטן העלן טעג זיך געפונען וואוינען אינעם ווייסען הויז נאך וואס פּרעזידענט ניקסאן האט איבערגעלאזט זיין פרעזידענטשאפט אזוי פלוצלינג פון איין מינוט אויף די אנדערע.
אין די זומער פון 1972 האט זיך דער זיבן און דרייסיגסטער פרעזידענט ניקסאן געטראפן אין א שרעקליכער סקאנדאל וואס עס איז געווארן אנגערופן די וואטערגעיט סקאנדאל, ע"ש די קאמפלעקס (קאמפוס פון אפיס בילדינגס) וואס האט געהייסן די וואטערגעיט קאמפלעקס, ווי די סקאנדאל האט זיך געווירבעלט. יוני 17, 1972 זענען ארעסטירט געווארן 5 פארברעכער פארן זיך אריינברעכן אין די אפיסעס פון די די. ענ. סי. DNC דעמאקראטישע נעשאנאל קאמיטע אפיסעס. די פארברעכער האבן וואנדאליזירט דאס פלאץ עס זאל אויסזעהן ווי א פשוט'ע פארברעכערישע אקט פון 5 אינדיווידואלן וואס האבן געוואלט טעראריזירן די דעמאקראטישע הויפט אפיסעס אין וואשינגטאן.
למעשה זענען צוויי רעפארטערס פונעם וואשינגטאן פאוסט צייטונג, באב וואדווערד און זיין קאלעגע קארל בערנשטיין (א עידישער אפשטאמיגער) נאך לאנג פרעסן און נישטערן אין די פרשה זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז דאס איז געווען נישט סתם א פארברעכערישער אקציע פון סתם כוליגאנעס וואס האבן נישט געהאט קיין בעסערע בנין אדער אפיס צו וואנדאליזירן, דאס איז געווען אן אקציע וואס איז געקומען פון אויבן פון די טאפ. דער פּרעזידענט (ניקסאן) בכבודו ובעצמו האט באגלייט און אויטאריזירט די דאזיגע אקציע.
ווי נאר די וואשינגטאן פאוסט האט געבראכן די נייעס אז דאס איז נישט א פשוטע'ר אומשולדיגער וואנדאליזם קעיס ווי עס קוקט אויס, נאר עס איז אסאך טיפער פון דעם, עס זענען אינוואלווד פאליטישע פיגורן פון די גאר הויכע פענסטער און פון די אדמיניסטראציע זעלבסט, האט זיך צו די אינוועסטיגעיטיוו ריפארטינג צוגעשטעלט צו די פאר גרויסע בארימטע נייעס אגענטורן ווי די ניו יאָרק טיימס, סי בי עס ניוז CBS און ען. בי סי. NBC און ארויסגעהאלפן זאמלען וואס מער עדות'שאפטן, ביז די חקירות און דרישות פון די רעפארטערס האבן געצויגן די שטריקן צום פרעזידענט זעלבסט.
ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט זיך די נייעס פארשפרייט ווי א פייער אין א טרוקענע וואלד. די אדמיניסטראציע האט נישט געקענט אפשטעלן די נייעס. די שפיזיגע פארהערן פון קאנגרעס און סענאט זענען געווארן וואס מער דראמאטיזירט און וואס א טאג עס איז אדורך איז נאך א פאליטיקאנט פונעם צירקל וואס איז נאנט צום פרעזידענט גערופן געווארן אויף א פארהער. דער פרעזידענט האט אנגעהויבן שפירן דעם שטריק ארום זיין האלז און אט קומט אן אימפיטשמענט פון ביידע הייזער אן קיין ווידערשטאנד. עס איז פשוט נישטא קיין וועג ארויס, די רעפארטער ברענגען גוטע חומר צום טיש, אלע פיילן צילן צום פרעזידענט, דער פרעזידענט זעלבסט איז דער וואס האט גאר באשטעלט די אקציע און אויטאריזירט צו נוצן די סיקרעט סערוויס פאר אט די אקציע, צו סאבטאזשירן די דעמאקראטישע הויפט קוואדערס. די פארהערן אדורך צו שוויצן דעם סקאנדאל האט נישט אויסגעזעהן מעגליך בשו''א. בלית ברירה האט ער געמוזט פארשעמטערהייט רעזיגנירן ווי איידער א זיכערע אימפיטשמענט פון ביידע הייזער, די קאנגרעס און די סענאט.
אין אויגוסט 8, קארגע צוויי חדשים פון ווען די נייעס האט געפלאצט, האט ניקסאן פארלאזט דאס ווייסע הויז ווי א גנב אינמיטן די נאכט, פון איין מינוט אויף די צווייטע, מיט א רעזיגנאציע בריוול. דזשעראלד פארד וואס איז דאן געווען די וויצע צו ניקסאן איז אריינגעקומען אינעם ווייסען הויז אן קיין פריערדיגע מעלדונג, ער וועט דארפן איבערנעמען דעם שרביט הזהב בקרוב און שנעל.
דזשעראלד פארד די וויצע פרעזידענט איז פארשטייט זיך נישט געווען פארמישט אין די אקציע (וויצעס שטייען ווייט פון אינערליכע טעגליכע פאליטיק, לכאורה טאקע פאר די סיבה). נישט וויסענדיג צו טיף ווי עס האלט מיטן פרעזידענט און ווי פארוויקעלט זיין באס די פרעזידענט איז דעם סקאנדאל האט געכאפט א שאק הערנדיג אז ער זאל שוין קומען צום ווייסן הויז איבערנעמען די לייצעס און ווערן איינגעשוואוירן אלץ די ניין און דרייסיגסטע פרעזידענט פון יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא.
סוזען: "עס דרייען זיך ביי דיר אינדערהיים אונטער די פוס מענטשן וועמען דו הייבסט נישט אן צו קענען און דו וועסט זיי קיינמאל נישט קענען. הארטע געזיכטער מיט קיין ברעקל ווארעמקייט. ער איז דא פאר זיין דזשאב, אכטונג געבן און פארזיכערן אז איינער וואס האט בייזע מחשבות זאל אפי' די זכיה נישט האבן צו קענען קוקן אויפן פרעזידענט מיט זיין פאמיליע. דאס גאנצע לעבן אין די ריזיגע וואוינונג נעמט אוועק די פריוואטקייט וואס א שטוב דארף צו געבן פאר די איינוואוינער וואס דאס שטעלט די ווייסע הויז פאר אירע איינוואוינער נישט צו."
סטיווען: "עס מאכט זיך אמאל צוויי אזייגער ביינאכט ווען מיין טאטע דער פרעזידענט האט געטון זיין הויז פליכטן פון א מאן און נעמט ארויס זיין הונטל פאר זיינע צרכים. ער טוהט זיך אן דעם אויבערראק איבער זיינע פידזשאמעס און גייט ארויס אין פעלד פונעם ווייסן הויז מיטן הינטל. ער וויל צוריק אריינגיין אין זיין דירה ווען ער איז געווארן פערטיג מיטן באדינען דעם הינט און די אריינגאנג איז פארשפארט, די סיקרעט סערוויס ווייסט ניטאמאל אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן שטייט אין גאס מיט די פידזשאמעס.
דיין פריוואטער איינוואונונג איז א דירה ווי טויזענטער מענטשען קומען דארט קוקן ווי אזוי מען וואוינט, ממש ווי אין א טיר גארטן, וואס עס טוט זיך אין די הויז פונעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע. נישט איינמאל ווען איך קום ארויס פון מיין פריוואטער קארידאר צו גיין צום אפיס ווי מיין טאטע האט געארבעט האב איך זיך אנגעטראפן מיט מענטשן וואס טורן ארום ביי מיר אינדערהיים. נישט אייביג איז מען דערביי צו האוסטען און איינלאדענען געסט ביי זיך אין שטוב. אבער זייענדיג פרעזידענט און דו וואוינסט אינעם ווייסן הויז איז די הויז נישט דיין פריוואטע אייגענטום, עס באלאנגט טאקע פאר אט די מענטשן וואס קומען קוקן ווי אזוי זייער הויז וואס זיי באצאלן דמים תרתי משמע קוקט אויס, און מען קען נישט זאגן ניין היינט בין איך נישט אין די מאד."
און יאר 2010 תש"ע, מיר אלע ליינער דא געדענקען דעם יאר, עס איז אינגאנצען קארגע 13 יאר צוריק, האט זיך אריינגעריקט אין די צפון (נארט) גארטן פונעם ווייסן הויז גרויסע בולדאזערס, א ריזיגער קלאסיפיצירטע קאנסטרוקציע ארבייט איז אריין אין שוואונג אונטער די נעזער פונעם פובליקום. וואס ווערט דארט געבויט אינעם גארטן? אנטשולדיגט דאס איז נישט דיין פריוואטע אייגענטום וואס דו קענסט נישט דארט טוהן וואס דו ווילסט, עס באלאנגט פאר מיר און פאר דיר, מיר זענען שותפים אין די פראפערטי. מיר טעקס צאלער צאלן פאר דעם אז דער פרעזידענט זאלן האבן ווי צו וואוינען און האבן א געשמאקע פאלאץ ווי צו קענען אויספירן די פונקציעס וואס אנטבלאנגט זיין דזשאב פאר אונז וואס האבן אים אריין געוועלט און באצאלן זיינע שכירות מיט אלע זיינע פארשווענדענישן.
די געזאגטע ווערסיע פארן פובליקום, די בעלי בתים פון דאס ווייסע הויז, איז געווען אז די עלעקטריק דארף אן אפגרעיד. די לעקטער איז צו שוואך אין די מזרח זייט פונעם בנין און די מענדעזשמענט קאמפאני (די רעגירונג) גייט אריינציען די נויטיגע סכום פון לעקטער וואס די בנין דארף צו האבן כדי צו קענען פירן דאס לאנד אן קיין קורץ שלוס. די פרייז פונעם קאנסטרוקציע פראיעקט איז נישט געווארן באשטעטיגט און א אפענע פאנעל פארן פובליק וויפיל דאס וועט קאסטן, ווי לאנג עס וועט נעמען און וואס פונקטליך איז די פלאן מיט די קאנסטרוקציע.
הונדערטער ארבייטער מיט שווערע כלי מכשיר זענען אריינגעקומען און זיך גענומען צו די ארבייט. אבער די מאשינערי וואס עס זענען אריינגעקומען האט נישט אויסגעזעהן ווי עס רעדט זיך פון א פשוטער עלעקטעריק אפגרעיד Upgrade. דער שריפטשטעלער ראבערט קעסלער אין זיין ביכעל אינסייד די ווייט האוז Inside the white house האט בכלל נישט געפאלן די ארבייט וואס עס ווערט געבויעט אינעם ווייסן הויז. דאס וואס מען האט געזאגט פארן אמעריקאנעם פאלק און וואס עס איז במציאות זעהען אויס צו זיין צוויי אנדערע זאכן.
נאכען דערגרינטעווען, פארלאנגענדיג אז דאס פאלק מוז זיין אינפארמירט וואס מען בויעט מיטן פאלקס געלט, האט ער באקומען אן ענטפער פונעם ווייסן הויז שטאב: א גאנצער ווייסער הויז ווערט געבויעט אונטער די איצטיגע הויז, אין פאל וואשינגטאן די. סי. ווערט אטאקירט און דער פרעזידענט מיט די שטאב דארפן ווייטער פירן דאס לאנד אבער עס קען נישט געפירט ווערן העכער די ערד אונטער די סכנה פון די (נישט געשעהענע) אטאקע, דארפן זיי האבן א פלאץ פון ווי צו פונקציאנירן.
אין די היסטאריע פון דאס באשאף פון די פאראייניגטע שטאטן אין יולי Jul. יאר 1776 האט אינגאנצן איינמאל פאסירט וואס די ווייסע הויז איז געווארן אטאקירט מיט דעמעדזשעס וואס האט צושטערט דעם סדר היום אינעם ווייסן הויז. געווען איז דאס אין אוגוסט 24 1814 תקע"ד ווען די נייע אמעריקאנע גאווערמענט האט זיך געשלאגן מיט די בריטענס און נאך אנדערע אייראפעאישע מאכטן, איבער די ארעסט פון אמעריקאנער סעילארס וואס זענען געהאלטן געווארן אין ארעסט ביי די גרעיט בריטיאנער. און ווי אויך האט די בריטישע מלוכה פארהאלטענדיג די רעכטן פון די אמעריקאנער גאווערמענט צו האנדלען און וואנדלען אויף די וואסערן און איבער די יבשה כאחד הגוים, אזוי ווי עס איז געווארן דערקלערט ביי די געווינס אין די מלחמה 36 יאר בעפאר. אמעריקא ווערט אן אייגענער מאכט און באקומט אלע אויבן-דערמאנטע האנדלס רעכטן.
נאך אן אטאקע וואס איז געווען דירעקטירט אויפן ווייסן הויז איז די באקאנטע סעפטעמבער 11 אטאקע ווי 4 פליגערס האבן געלאנדעט אין ריזיגע וויכטיגע בינינים אין אמעריקא. דער פענטאגאן, די צווילינג געביידעס וואס איז געשטאנען אין די הייעך פון בערך 110 שטאק 1,300 פיס הויעך ( 415 מעטער) איין בנין. די צווייטע בנין 107 שטאק בערך די זעלבע הייעך א משהו נידעריגער, אין די שטאט ניו יארק ביי די נידעריגע גאסן פון די שטאט נעבן דעם פיינענשעל דיסטריקט ווי עס שטייט היינט איין בנין די פרידאם טאוער Freedom Tower וואס שטייט אויסגעצויגען מיט 104 שטאק און איז 1,776 פיס (541 מעטער) הויעך אנשטאט די געוועזענע צוויי וואס איז דארט געשטאנען ביז די אטאקע. די צענטער-פונקט פון דעם וועלטס האנדל צענטער.
איין פליגער האט געלאנדעט אין די פענטאגאן געביידע (מיליטערישע פעסטונג) און די פערטע איז געווען געציהלט צום ווייסן הויז. עס איז נישט געווען בכדי שיעשו אז די פערטע פליגער זאל אפי' נאנט קומען און שעדיגן דאס ווייסע הויז פאר די באוואכונג אין נאו פליי זאנע וואס איז אנגעשטעלט ארום די געביידע. די לעגענדע גייט אז די פאסאזשירן פון די UA193 פליגער וואס האט געציהלט דאס ווייסע הויז האבן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד אנטקעגן די פארכאפער און די פליגער איז אראפגעברענגט געווארן אויף א ליידיגער פעלד אין שענקסוויל פענסילוועניע און אומגעברענגט אלע פאסאזשירן וואס זענען דאן געפלויגן דערינען.
פאר איזה סיבה פייפן זיך די איינוואוינער אינעם ווייסן הויז אויס אויף די בעלי בתים און טוען ממילא וואס זיי ווילן און שפענדן אונזערע געלטער אן קיין שום אחריות און פרישער מולטי ביליאנען ווערן אריין געשליידערט אין אומנויטיגע פראיעקטן. דער פראיעקט איז אריין אין קראפט אינעם ווייסן הויז אויף א זאך וואס וועט קיינמאל נישט דארפן געניצט ווערן.
קיין שום מענטש קען נישט און טאר נישט וויסן ווי דער פרעזידענט געפינט זיך דורכאויס דעם טאג, ווי/ווען ער קומט און ווי/ווען ער גייט. נאר ווען עס איז דא אן אפיציעלער אויפטריט דאן ווערט דער פרעזידענט געוואכט פון טויזענטער סיקרעט סערוויס אגענטן פון ארום דעם גאנצען געגנווארט. עס זאל זיך נאר איינעם דאכטן צו נאר טראכטן א שלעכטע מחשבה צו שעדיגן די מערסטע באשיצטע מענטש פון די וועלט, ווערט ער עלימינירט אפי' אן א פראצעס טאמער דער פרעזידענט איז אין א באלדיגער סכנה.
דער דעמאלסדיגער פרעזידענט באראק חוסעין אבאמא האט באשלאסן צו בויען א ריזיגע געביידע נאך איינמאל אזוי גרויס ווי דאס ווייסע הויז איז, אונטער דער ערד, צו באשיצן דאס גאנצער קאבינעט אין פאל אז דאס ווייסע הויז ווערט ח"ו אטאקירט פון סיי וואספארא סארט אטאקע. אפי' ביאלאגישע, אדער כעמישע וואפן (וואס האט כמעט נישט קיין מעגליכקייט צו פאסירן) זענען זיי באשיצט אין דעם נייער געבויעטע אונטער ווייסע הויז געביידע.
דזשאסעף ה. העגין Jospeh H Hagin וואס איז געוועזען טשיף אף סטעף Chief of staff פאר צוויי פרעזידענטן, פרעזידענט בוש דער צווייטער דער דריי און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין די יארן 2001-2008 תשס"א-תשס"ח, און ווי אויך האט דער דזשאסעף געדינט אין די זעלבע פאזיציע אינטער פרעזידענט טראמפ פאר איין יאר פון זיין פרעזידענטשאפט אין יאר 2017-2018 תשע"ז - תשע"ח. און בעפאר די פאזיציע האט ער אנגעהאלטן אויך א הויכער פאסטן אין דעפארטמענט אף סטעיט Dept. of State און די דעפארטמענט אף קאמערס Dept. of Commerce אקיצור א גאר פראמינענטער פיגור אין וואשינגטאן די. סי. וואס האט געהאט גאר אסאך עקספיעריענס אין די קארידארן פון וואשינגטאן די. סי. ווי אויך איז ער גאר א שטארקע אינפלוענצירער געוועזען ביי פרעזידענטליכע פאליסי אין די טערמינען ווען ער האט געדינט אלץ טשיף אף סטעף. זיין סטעיטמענט איז געווען קליפ און קלאר אז אזא מין בונקער איז גאר א וויכטיגע זאך צו אריינשטעלן אינעם ווייסן הויז אין פאל פון א קאטאסטראפע כדי די גאווערמענט זאל ווייטער קענען פונקציאנירן כאילו גארנישט גייט פאר.
בעפאר צוויי צענדליגער יארן צוריק איז דאס ווייסע הויז געווען די פריימערי רעזידענץ און אויך זיין ארבייטס פלאץ אזוי ווי היינט. אבער די אלע זיכערהייט מאסנאמען וואס עס איז היינט דא איז דאן בכלל נישט געווען איינגעשטעלט.