די אויפטו פון די בעלזא ארגאניזאציע "אהבת קדומים"
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:37 pm
אין א דערנעבענדיגן אשכול זענען פארהאן עטליכע מגיבים וואס ווישן און חוש'ן ארום ווי כאילו צו מקיים זיין דעם דרוש וקבל שכר.
פון ענקערע תגובות דארט ווייזט אויס ווי עטץ הייבטס נישט אן צו קענען די מסכת פון יוצאים בשאלה און דערפאר זענט עטץ פארנומען אראפצורייסן די נייע חשוב'ע ארגענעזאציע וואס בעלזא האט אוועק געשטעלט "אהבת קדומים".
האבנדיג עקספיריענס אין דעם ענין שוין פאר קרוב צו צען יאר, און האבנדיג שייכות מיט היפש אסאך יוצאים בשאלה ווי מ'רופט זיי (הגם כ'גלייך נישט דעם שם לווי, אבער שוין זאל זיין) און אויך זייענדיג שטענדיג אין בארירונג מיט הייליגע עסקנים וואס זענען עוסק אין קירוב וחיבוק פון די רידשזעקטעד נשמה'לעך, וויל איך דא אויסשמועסן דעם ענין אביסל ברייטער.
קודם כל איז כדאי פאר די אלע פרישע ק"ש שרייבערס זאלן א קוק טוהן און איינע פון די געוועזענע וועקערס נומבער 9 וואו אונזער אומפארגעסליכער מלך השרייבערס @אבטולמוס (אגב, אבטולמוס וואו ביסטו פארלוירן געווארן?? אוי מיר בענקען נאך דיר) לייגט אראפ מיט זודיגע טרערן און פול מיט הארץ די נאכאנאנדע מיטמאכעניש און ביטערניש וואס יוצאים בשאלה גייען דורך אויף א טאג-טעגליכע פארנעם. דעם ארטיקל האט ער געשריבן צוליב עפעס א ז' אדר דרשה וואס וויענער רב האט גע'דרשנ'ט ביי זיך אין שול ווי ער האט אוועקגעמאכט די יוצאים בשאלה. ווער ס'קען, לינק ביטע.
און יעצט לאמיר צו גיין לגופו של ענין. וויאזוי געשעהט א יוצא בשאלה און פארוואס? פארוואס איז נישט יעדער יוצא בשאלה אויב איז עס אזא געשמאקע זאך? איידער מיר מאכן אפ אז יוצאים בשאלה קומט פון תאוות און פריקת עול, ווי מאנכע לייגן עס אראפ, לאמיר קודם פארשטיין וויאזוי זאכן אנטוויקלען זיך.
יענקל איז א וואויל אינגל אין חדר. די אינגלעך אין זיין קלאס, און יעדער וואס קומט אין בארירונג מיט אים, ווייסט צו זאגן פון זיינע גוטע מידות, זיין איידלקייט, אזא וואוילע נשמה'לע וכו', קומט פון א פיינע שטוב, טאטע מאמע פיין געשמאק ווארעם וכו', ס'בעסטע וואס מ'קען זיך נאר פארשטעלן. יענקל האט בר מצוה, מאכט זיך שיין די פיאות, אל אוו עי סאדדן וויל ער זיך אנטוהן נאר שמאלע הויזן, שמעקט זיך אן מיט פיינע שמעקעדיגע זייף, קויפט זיך באהאלטענערהייט א טעלעפאן, די קאפ ליגט עם שוין נישט ביים לערנען ווי אמאל.
זיינע נאענטע חברים דערשפירן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, כאפן עם מיט'ן באהאלטענעם אפיקומן אין טאש און גייען דערציילן פארן מלמד, פאר'ן מנהל, און זענען אים מבזה אין חדר, פון דארט דערקייקעלט עס זיך ביז'ן ווערן ארויסגעווארפן פון חדר/ישיבה. די עלטערן ווייסן נישט און הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס עס האט זיי געטראפן, פארביטערט און מיט רעכט... אנשטאט צו געבן ליבשאפט פאר'ן קינד, אנשטאט צו ווייזן און געבן ווארעמקייט, אנשטאט צו ווייזן פארשטענדעניש און מיטגעפיל, דערווייטערן זיי זייער מעשה ידיהם, צוליב ווערן געטריבן פון די גאס פון די מה יאמרו הבריות סטיגמא.
דער בחור שפירט יעצט ווי ער אדער זי האבן אלעס פארלוירן. קיין ישיבה, קיינע עלטערן, קיינע חברים, גארנישט! אן עונש כרת! ווערט פארשניטן פון סאסייעטי און מוז גיין זוכן גליקן מיט אנדערע מרי נפש וואס זענען דורך דעם זעלבן אורטייל, צו זיי זענען אינגלעך צו מיידלעך. פון דארט און ווייטער ביז ווייטאג-שטילנדע ווייסע פילן איז ניטאמאל קיין ד' אמות; און פון די ווייסע שטויב ביז צום מלאך המות'ס האנט ברויך מען ניטאמאל קיין פאספארט, פון דארט אראפ צו שפרינגן דעם בריק אינעם טיפן טייך, אדער פונעם הויכן בנין צו קאלטן ערד ברויך מען ניטאמאל זאגן תפלת הדרך...
דאס חזר'ט זיך איבער נישט נאר ביי יענקל'ן אין חדר, נאר אויך אין ישיבה ביי בחורים און מיידלעך אין סקול, און אפילו ביי געהייראטע, מענער און פרויען צוגלייך, מיט משפחות מיט קינדער. די שענסטע משפחות ביי כלל ישראל זענען געשלאגן געווארן דערמיט. קינדער וואס זייערע עלטערן זענען רבי'ס און רביצין'ס, ראשי ישיבות, מנהלים און מלמדים, ראשי קהלות און מזרח וואנט זיצערס. בנש"ק'לעך, א.א.וו.
די שמאלע הויזן וואס יענקל האט פארלאנגט אנצוטוהן נאך די בר מצוה איז א וויי געשריי וואס קומט פון טיפעניש פון זיין נשמה'לע, וואס זיינע עלטערן, מלמד צו מנהל דערהערן נישט. דאס קינד שרייט "העלף מיר", און אזוי ווי ס'פאלט אויף טויבע אויערן און אויף הערצער וואס דערשפירן נישט זיינע/אירע ווייטאגן טוען זיי העכער שרייען מיט נאך משוגענע זאכן, און דערנאך ווען מ'טוט זיי דערווייטערן און מ'פארשטייט נישט זייער געשריי און מ'איז זיי מעניש מיט לעבעדיגע כרת, דערקייקלן זיי זיך אזש ביזן שטילן פעלד רח"ל...
די מער גליקליכע, די וואס פארמאגן מער אויסהאלט קראפט, זוכן זיך גליקן ערגעץ אנדערש אבער געפינען עס נישט, נאר שפירן זיך פארשניטן מאילנא דחיי פון וואו זיי קומען.
כ'געדענק מיט עטליכע יארן צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט איינע פון די צדיקים וואס האבן אסאך געטוהן אין דעם פעלד, הרה"צ ר' זכרי וואלערשטיין ז"ל, האט ער מיר דעמאלטס געזאגט אז לכה"פ פינף און זיבעציג פראצענט פון אזאנע קינדער וועם ער אליין האט אינטערוויוט האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען אנגעקומען צו יענע מצב צוליב מאלעסטעישן, און ער האט מיר מסביר געווען אז ס'מוז נישט מיינען אז דוקא אן עלטערער פארשוין האט געבאברעט במקומות הקדושים, ס'קען פונקט אזוי זיין א אינגל אדער מיידל פון די זעלבע יארגאנג האט באצווינגען א צווייטן מיט רעדן אן ענין וואס דער חבר אדער פרענד איז נישט געווען גרייט צו הערן וכדומה, וואס קוקט אויס צו זיין א קלייניגקייט.
און דער אמת איז אז נישט פאר יעדע קינד/בחור/מיידל וועט עס שאטן, אבער ס'זענען שטענדיג פארהאן בעלי נפש מיט סענסיטיווע נאטורן, און ס'באמת נישט קיין חסרון צו זיין עקסטער סענסיטיוו, ס'פשוט א נאטור ווי אלע נאטורן, און פאר אזוינע מיט סענסאטיווע נאטורן שאדט עס. צוויי קינדער אין חדר קענען כאפן פעטש פונעם מלמד פרשת משפטים, צוויי קינדער קענען ווערן פארשעמט פונעם מנהל אין פארנט פון אנדערע אינגלעך, קענען ווערן געבולי'ט פון אנדערע קינדער, איינעם וועט עס שטארק שאטן און דעם צווייטן בכלל נישט. איינער איז טיף, סענסעטיוו, דער אנדערער איז אויבערפלעכליך און פארמאגט דיקע הויט.
"קאנעקשן" איז די שטערקסטע זאך אין די בריאה. סיי ביי חיות, בהמות, פייגלעך, וכו', דאס איז די ערשטע אינסטינקט. וואטשט יוטוב קליפס פון דזשאנגעלס, וויאזוי גאנצעטע פאמיליעס פון חיות, בהמות לעבן צוזאמען, באשיצן זיך איינעם דעם צווייטן, מאמעס זייערע קינדער און קינדער פאלגן נאך זייערע עלטערן. און מכל שכן ביי מענטשן זוכט יעדער קאנעקשן, קיינער וויל נישט ווערן אפגעריסן פון וואו ער/זי קומט, יעדער וויל געפעלן פאר זייערע נאענטע, ווי נענטער מ'איז אלץ מער זוכט מען צו געפעלן. די וואס אנטלויפן פון סאסייעטי זענען ווייט פון צופרידן נאר טוען עס אלץ א מעקאניזם פון סערווייוול היות מ'האט זיי אוועקגעווארפן במו ידיהם על לא חמס בכפם, נאר ווייל זיי האבן געשריגן מקירות לבם פון זייערע ריינע הערצער און ווער ס'ברויך זיי צו הערן זענען געווען טויב, און כ'באשולדיג נישט דא קיינעם, נישט דאס איז מיין מאטיוו מיט דעם ארטיקל, נאר ארויסצוברענגען דעם פיינפולן דורכגאנג וואס די חוזרים בשאלה גייען דורך אויף א טאג-טעגליכן אופן.
עטס ווייסט וויפיל יונגע זיסע נשמה'לעך, וויפיל שיינע קערפערלעך, האבן זיך אויסגעמישט מיט די ערד אין די לעצטע פאר יאר?? הונדערטער! יא עטץ הערטס גוט, הונדערטער אינגלעך און מיידלעך! עטץ ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן פארלוירן דאס וויכטיגסטע זאך וואס סיי וואספארא באשעפעניש ברויך האבן: "קאנעקשן"!!! קאנעקשן איז די אקסיגן פון די וועלט, פון די בריאה! ווען א מענטש שפירט נישט קאנעקטעד, צו עלטערן, צו משפחה, צו חברים וכו' שפירט מען נישט גוט, ווי איינער וואס פאלט אוועק פון א הארץ אטאקע רח"ל, נאר דאס זעהט מען גלייך און מ'ווייסט צו רופן די הצלה. און ביי פארלירן קאנעקשן כאפט מען נישט גלייך און אסאך מאל איז שוין צו שפעט צו ריעקטן ווייל דער באטרעפענדער איז שוין איינגעוויקלט אין ווייסע קליידער זעקס אמות אונטער דער ערד.
קומט צו גיין א קהלה קדושה בישראל וועלכעס רופט זיך בעלזא, און מיט די גוטהייסונג פון זייער רב עפענען זיי אן ארגענעזאציע וואס הייסט "אהבת קדומים" וואס איז בעיסיקלי אן הצלה ארגענעזעישן צו געבן אקסיגן און סטעם סעללס פאר פאר'סטראק'טע פאציענטן און צוריק אויפלעבן זייער וויכטיגסטע זאך אין לעבן - "קאנעקשן", זיי ארויסצונעמען פונעם עונש כרת אין וואס זיי זענען אזוי אומשולדיגערהייט אריינגעלייגט געווארן. אנשטאט ארויסצוקומען און זיי קאנגראטולירן, אריין שרייען אין הויכהילכערס און לויבן די עסקנים וואס זענען עוסק במלאכת שמים, באגלייטן מיט מוזיק און טענץ, באווארפן מיט חיזוק פאר די וואס זענען עוסק ביישובו של עולם, חוש'ט מען דא ארום אין א דערנעבענדיגן אשכול צו בעלזא מיינט יא צו נישט לשמה?! וואס די גיהנם רעדט עטץ דארט צאם?! ס'טייטש 'שלא לשמה' מיינט ווען מ'ראטעוועט אידישע נשמה'לעך פון צער און ווייטאג, פון אונטערגאנג, מ'טוט נאכאמאל מיט א פרישקייט קאנעקטן מיט זיי, מ'גיבט זיי ערשטע הילף. און ווייטער 'לשמה' מיינט אז מ'לאזט זיי אין זייער גיהנם! אין זייער פארשניטענע לעבן! אין פיינפולע דורכגאנג! מיט זייערע יסורים! די קאפ שטיק וואס ליגט אין דעם געדאנק...
און יא, זיי זענען געבוירענע בעלזע, אויפגעצויגן צו בעלזע עלטערן און דארט האבן זיי געזוכט צו קאנעקטן פונקט ווי דער סאטמארער און פאפא'נער און אין אלע אנדערע חסידות און באוועגונגען, דארט האבן זיי זייערע עלטערן, חברים וכדומה. און זיי שרייבן עס ארויס קליפ און קלאר אין זייערע טוויטס אז זיי מיינען נישט דא אידישקייט/חסידות אדער גוי'אישקייט, בלויז קאנעקשן! זיין געזונט! אקסיגן! איי וועט עטץ פרעגן מאן יימר אז זיי מיינען טאקע נישט די פארטיי? למען כבוד בעלזא? אויף דעם וועל איך ענטפערן, לאמיר זאגן אז יא, איז וואס? למעשה ראטעווען זיי אפ גאנצעטע דורות פון אונטערגאנג בגשמיות וברוחניות.
און ב"ה לא אלמן ישראל, ס'זענען פארהאן אסאך צדיקים וואס זענען עוסק במלאכת שמים צו העלפן די זיסקייטן וואס זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן. ס'כדאי צו דערמאנען כאטשיג א טייל פון די נעמען למען ידעו דורותינו, הצדיק אבי פישאף, הצדיק ר' שמעון ראסעל, הצדיק ר' גדלי מיללער מיט זיין גאנצע 'קשר נפשי' טיעם, הרה"צ ר יצחק יעקב לובינשטיין, הרה"צ צבי שטיינבערג פון דזשעקסאן ניו דזשורסי, הרה"צ ר' מרדכי אהרן אונגאר, דער קראלער רב פון וויליאמסבורג, און נאך אסאך וואוילע גוטע מסירות נפש'דיגע אידן וואס שטעלן זיך ארויס פריי אן אפצאל און גענוג מאל נעמען זיי נאך די היץ פון אזוינע וואס שפייען עקסטרעמיזם און שנאה צו די מכלומר'שטע חדש אסור מן התורה מהלכים, ווי כאילו מ'רעדט פון עפעס נייע וועגן וואס מ'האט אדאפטירט פון די גוים.
אבער די אלע - און אויך וועם כ'האב נישט אויסגערעכנט כי רבים הם - זענען נישט רעפרעזענטירט מטעם א חסידות אדער מוסדות, און דערפאר איז אסאך שווערער פאר זיי צו טוען די הייליגע ארבייט. יעצט אבער אז אזא מעגא חסידות ווי בעלזא האט זיך ארויסגעשטעלט און האבן געוויזן ווי שטענדיג, צו זיין די נחשונים און באלייכטן דעם וועג פאר אנדערע, אזויווי זיי האבן שוין געטוהן אינעם עבר מיט'ן צושטעלן סאציעלע הילף אין זייערע חדרים/ישיבות און סקולס, און זיין די ערשטע דאס צו טוהן, און היינצוטאגס טוען עס כמעט אלע חסידי'שע מוסדות אויך. און פארשטייצעך אז בעלז זענען פאראויס מיט א צוואנציג יאר און רוקן זיך געשווינד און האבן נישט מורא, קומט זיך זיי זייער אסאך קרעדיט סיי וואס זיי טוען אין זייערע מוסדות און סיי וואס אנדערע טוען זיי נאך.
טייל פון מיינע טעכטער פלעגן ארבייטן אין איינע פון די בעלזע ת"ת מיט'ן געבן סאציעלע הילף פאר קינדער וואס ברויכן עס, האבן זיי מיר כמה פעמים געזאגט וואספארא כוחות די הנהלה לייגט אריין אין די קינדער און האבן נישט מורא פון וואס די גאס וועט זאגן און ווי זיי זענען מכבד די אלע וואס קומען לערנען מיט זיי, זאל עס זיין מיידלעך, מענער, די רעספעקט וואס מיינע טעכטער האבן באקומען דארט און די הארץ וואס די הנהלה האט אריינגעלייגט האבן זיי נישט געזעהן אין קיין שום אנדערע מוסדות וואו זיי האבן אויך געארבייט.
ווען איך האב ווען די יכולת וואלט איך מיך אויפגעהויבן און יעצט געפארן קיין ארץ ישראל נאר פאר דעם סיבה אליין און ארויסגעוויזן מיין רעספעקט און מחזק געווען די ידי עושי המלאכה, כ'וואלט זיכער אריין צום בעלזער רב און צו די עסקנים און ארויסגעוויזן מיין שטיצע. איי ווער בין איך דען? אבער פארט יעדעם און פון יעדעם שמעקט חיזוק, קאמפלימענטס און ווארעמע וואונטשן אויף לעתיד.
זאל דער רבוש"ע טאקע העלפן אז די וואס זענען עוסק אין די זאכן זאלן געבענטשט ווערן מיט כל מילי דמיטב און די וואס האבן נישט די שכל צו כאפן, זאל גאט זיי באשענקען און אריינשיינען אין זיי שכל, און זיי זאלן זיך נישט דארפן דערלערנען דורך אייגענע עקספיריענס ח"ו.
מיט א וואונטש פאר אידיש נחת פאר אלע אידישע עלטערן בכבוד ובניקל.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk