בלאט 1 פון 2

קאלאר קאודינג; משתמשים שנרשמו לאחרונה

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:50 am
דורך אינגערמאנטשיקל
איך זעה אז די מנהל זז"ג איז ממשיך מיט איבערמידליכע כוחות ארויפצוברענגן די קוואליטעט פונעם שטיבל.

די לעצטע טויש: נייערע באנוצער'ס ניק איז אן אנדערע קאליר ווי עלטערע ניקס.

יעצט העליך נעמען די גאטס, און מכבד זיין די @מנהל ווייטער ממשיך זיין דעם שמועס.

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:53 am
דורך מנהל
האסט מיר אויסגעכאפט ...

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:58 am
דורך אינגערמאנטשיקל
מנהל האט געשריבן:האסט מיר אויסגעכאפט ...
1-0?

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 1:15 am
דורך שמן למאור
כ'האב מיך אויך געוואונדערט אויף דעם, וואס איז טאקע פשט? פשוט להבחין בין ישן לחדש?

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 8:13 am
דורך חדשים
'תניא היה ר' מאיר אומר מה נשתנה תכלת מכל מיני צבעונין? מפני התכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע לכסא הכבוד שנאמר ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר וכעצם השמים לטהר וכתיב כמראה אבן ספיר דמות כסא'. עס איז א דערמאנונג פאר די נייע תושבים דע לפני מי אתה נכנס, עס איז א פלאץ וואו מען דארף צוגיין מיט א ערנסקייט...

מאימתי קורי”ן בשחרי”ת, משיכיר בין תכל”ת ל... דורך די תכל”ת דערקענט מען אז ער איז קור”א בשחרי”ת...

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 8:40 am
דורך דערוועקט
א ניי-געקומענער ווערט געווענטליך באצייכנט אלס "גרינער"
אפשר זאלן מנהלים בייטן די הויט און אנטאן ווייסע בעקישעס אדער געשטרייפטע מונדירן..

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 8:49 am
דורך שמעקעדיג
ווי לאנג הייסט מען ניי?

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 9:40 am
דורך מנהל
25 תגובות

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 11:42 am
דורך תשפג
עולם הפוך ראיתי, די מנהל איז די גרינער, אין די נייע מעמבערס האבן א שיינע ליכטיגע קאליר…

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 11:46 am
דורך הערשער
איך שעם מיך

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:07 pm
דורך Happy365
איך אויך (24 צו גיין)

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 2:54 pm
דורך קהל'ס נער
מען גייט יעצט אנהייבן זעהן א אויפוואכונג אין תגובות ווי , איך אויך, איך שעם מיך, אמת, און אזוי אן און אזוי פארט………

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 4:17 pm
דורך מנהל
די תועלת פון א ספעציעלע קאליר פאר נייע מעמבערס איז צוויי פאכיג:

1) אז די תושבים זאלן וויסן אז מ'רעדט פון א נייע מעמבער און מ'זאל זיך אויפפירן צו אים ווי אידישע קינדער דארפן זיך פירן מכניס אורח צו זיין, און נישט חלילה פארשרייען אדער אראפרייסן אויב ער כאפט נאך נישט גענוי ווי אזוי מ'דארף שרייבן אדער זיך אויפפירן אין קאווע שטיבל. נאר להיפך, מקרב זיין און ארויסהעלפן פארשטיין די קולטור פון דעם פלאץ.

2) אז דער נייער מעמבער זאל געדענקען אז ער איז נאך ניי, און זאל פארמאגן די ענוה און איינגעהאלטענקייט וואס מ'דארף האבן ווען מ'קומט אויף א נייע פלאץ, ביז מ'ווערט היימיש און מ'גלידערט זיך איין.

צו העלפן נייע מעמבערס עפענען אשכולות וואס זענען פאסיג און קומען נאך אונזערע תקנות, ווען מען ערשט קענען עפענען אייגענע אשכולות נאר נאכ'ן ארויסגיין פונעם "נייעם מעמבער" סטאטוס, וואס דאס איז נאך 25 תגובות. וואס דעמאלטס האט מען שוין האפענטליך געהאט א געלעגענהייט צו באקומען א געפיל און פארשטאנד ווי אזוי מ'עפענט אשכולות.

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 5:20 pm
דורך God Farbid
איך בין נאך בלוי?

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 5:20 pm
דורך God Farbid
יא ס'ארבעט.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:55 pm
דורך ישראל הלוי
יישר כח פאר דעם הערליכן קאליר,
מיין בקשה איז אז אפילו נאכן גרייכן 25 תגובות זאל מען נאכאלץ קענען בלייבן דערמיט.

יעצט אזוי ווי איך בין ניי דא וויל איך וויסן וויאזוי קען מען אנשטעלן אויב איינער ציטירט מיר זאל מען באקריגן א נאטיפיקאציע?

ווי אויך איז דא ערגעץ דא א מתחיל גייד פאר פרישע באניצער צו קענען וויסן וויאזוי זיך אומציגיין?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:46 pm
דורך מן הסתם
וואס הייסט ניי? למשל איך בין שוין א ליינער מיום היווסדה פונעם שטיבל, למשל אויב איינער טשעקט אריין און פירקלט אן 26 שטיק ער איז מיר א גאנצער תושב, משא"כ איינער וואס שרייבט זאכליך און איז שוין דא א לענגערע צייט, נאר האט נישט אזויפיל איבריג צייט צו פירקלען ער בלייבט אונטערן פלויט....? :דיסלייק

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:47 pm
דורך מן הסתם
ישראל הלוי האט געשריבן:יישר כח פאר דעם הערליכן קאליר,
מיין בקשה איז אז אפילו נאכן גרייכן 25 תגובות זאל מען נאכאלץ קענען בלייבן דערמיט.

יעצט אזוי ווי איך בין ניי דא וויל איך וויסן וויאזוי קען מען אנשטעלן אויב איינער ציטירט מיר זאל מען באקריגן א נאטיפיקאציע?

ווי אויך איז דא ערגעץ דא א מתחיל גייד פאר פרישע באניצער צו קענען וויסן וויאזוי זיך אומציגיין?
די עצם קאליר איז גראדע נישט שלעכט

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:15 pm
דורך Moshe itche
איך האב געעפנט די ניק כדי צו קענען שרייבן ארטיקלען וואס איך וויל נישט שרייבן אויף מיין געהעריגע ניק, א שטייגער ווי דער ארטיקל וואס איך האב היינט געשריבן דא.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 73#p527675

למעשה בין איך געוואויר געווארן אז א נייע ניק קען אויך נישט עפענען קיין נייע אשכולות ביז ער האט 25 תגובות, נאך א רינגעלע אינעם איינצוימען די 'נייע חברה'. האב איך געדארפט זיין ביזי מיטן ארומגיין און שרייבן תגובות ביז איך בין ענדליך אנגעקומען צום פארלאנגטן מספר און ערלויבט געווארן צו שרייבן מיין ארטיקל.

אפשר קען די חשובע @מנהל צוריק טוישן דעם זאך אז נייע מעמבערס זאלן יא קענען גלייך שרייבן ארטיקלען. אמאל איז דא איינער וואס קען שיין שרייבן לענגערע ארטיקלען אבער ער איז נישט אזוי גוט מיטן מגיב זיין אין א שמועס, אדער האט ער נישט קיין כוח און צייט דערצו און ער וויל נאר אראפלאזן אן ארטיקל דא דארט.

איך פארשטיי אז נייע ניקים עפענען צומאל אויף אשכולות אן קיין חשבון מיט אפאר קורצע ווערטער, אבער פון די אנדערע זייט מאכט עס אויך שאדן פאר די וואס וויל שרייבן נאר אמאל לענגערע ארטיקלען, אדער פאר די ןואס ווילן האבן א זייטיגע ניק צו קענען שרייבן ארטיקלען וואס זיי ווילן נישט נישט מיט דעם זייער געהעריגע ניק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:17 pm
דורך צומישט און צוחישט
Moshe itche האט געשריבן:איך האב געעפנט די ניק כדי צו קענען שרייבן ארטיקלען וואס איך וויל נישט שרייבן אויף מיין געהעריגע ניק, א שטייגער ווי דער ארטיקל וואס איך האב היינט געשריבן דא.

יא דעיס איז א גרויסע פראבלעם, ווייל למשל ווען איך זעה וואס דו שרייבסט דא, האב איך חרטה פאר'ן מגיב זיין אויף דיין תגובה אין א אנדערע אשכול, ווייל דו זאגסט קלאר אז האסט סה"כ געדארפט פירקלען און יענער אשכול איז געפאלן א קרבן,
ס'נישט נאר דו אסאך מאל זעהט מען אפען יענעם'ס כוונה בפרט די וואס קומען דא זיך צו עינזשויען אין אישי... און לאחר הגזירה קענען זיי עס נאר טוהן נאכ'ן פירקלען 25 מאל..
אויף אייוועלט איז דא זייער א גרינגע עצה פאר די מענטשן וואס ווילן דארט ווערן שרים ושרות, ווייל דארט איז דא דער הייליגער מנהג פון שרייבן גאנצעטע בלעטער פון בלויז גא"מ תגובות וכדומה, אבער דא וואס געווענליך ב"ה לויפט א שמועס ווי צווישן נארמאלע מענטשן, דארפן זיי נעבעך שרייבן אין די וועלט אריין...

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:09 pm
דורך מנהל
Moshe itche האט געשריבן:איך האב געעפנט די ניק כדי צו קענען שרייבן ארטיקלען וואס איך וויל נישט שרייבן אויף מיין געהעריגע ניק, א שטייגער ווי דער ארטיקל וואס איך האב היינט געשריבן דא.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 73#p527675

למעשה בין איך געוואויר געווארן אז א נייע ניק קען אויך נישט עפענען קיין נייע אשכולות ביז ער האט 25 תגובות, נאך א רינגעלע אינעם איינצוימען די 'נייע חברה'. האב איך געדארפט זיין ביזי מיטן ארומגיין און שרייבן תגובות ביז איך בין ענדליך אנגעקומען צום פארלאנגטן מספר און ערלויבט געווארן צו שרייבן מיין ארטיקל.

אפשר קען די חשובע @מנהל צוריק טוישן דעם זאך אז נייע מעמבערס זאלן יא קענען גלייך שרייבן ארטיקלען. אמאל איז דא איינער וואס קען שיין שרייבן לענגערע ארטיקלען אבער ער איז נישט אזוי גוט מיטן מגיב זיין אין א שמועס, אדער האט ער נישט קיין כוח און צייט דערצו און ער וויל נאר אראפלאזן אן ארטיקל דא דארט.

איך פארשטיי אז נייע ניקים עפענען צומאל אויף אשכולות אן קיין חשבון מיט אפאר קורצע ווערטער, אבער פון די אנדערע זייט מאכט עס אויך שאדן פאר די וואס וויל שרייבן נאר אמאל לענגערע ארטיקלען, אדער פאר די ןואס ווילן האבן א זייטיגע ניק צו קענען שרייבן ארטיקלען וואס זיי ווילן נישט נישט מיט דעם זייער געהעריגע ניק.
אין אזא פאל קען מען מיר שיקן אן אימעיל, און כ'וועל ארויסנעמען פון דעם ''נייע מעמבער'' סטאטוס (ווי כ'האב שוין געטוהן מיט יונה מצאה ניק). א שאד סתם צו פירקלען.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 9:33 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
וויפיהל תגובות דארף מען שרייבן ארויסצוגיין פון דעם ״נייע מעמבער״ סטאטוס?

נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 10:28 pm
דורך שמעקעדיג