בלאט 1 פון 3
נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:16 pm
דורך כלבאשבוע
מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות
סאיז לכאורה א שאלה פון צייט ביז וועד לבושי כבוד למיניהם וועט ווערן א השגחה סטייל ביזנעס אזויווי כשרות וכו׳
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כאילו ביז יעצט זענען די קינדער נישט געגאנגען אנגעטוהן גענוג בכבוד'יג.
ס'איז אומגלויבליך צו וואו עקסטרעמיזם קען נעמען.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:30 pm
דורך תשפג
איז דעיס אמת׳דיג? אדער בלויז ליצנות?
צי
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
תשפג האט געשריבן:איז דעיס אמת'דיג? אדער בלויז ליצנות?
און אפילו ס'קען זיין ס'נישט אמת יעצט, בין איך אבער מאמין באמונה שלמה, אז בקרוב גייט עס ווערן די נייע מציאות.
כ'געדענק ווען כ'פלעג וואוינען אין וויליאמסבורג, בין איך אמאל געגאנגען מיט איינע פון מיינע קינדער קויפן ברילן צו די לאקאלע אפטיקל געשעפט, און דער וואס האט מיר ארויסגעהאלפן האט מיר די ערשטע שאלה געפרעגט אין וועלכע מוסד מיין זוהן לערנט, האב איך עם געפרעגט למאי נפק"מ, האט ער מיר אנגעוויזן ווי יעדע מוסד האט א באקס מיט'ן נאמען פונעם מוסד דערויף אז נאר דאס איז ערלויבט צו טראגן אין חדר.
עטץ מיינסט טאקע אז די קאנטראל ענדיגט זיך ביי ברילן? פאוער פארהינגערטע שטעלן זיך נישט אפ ביי גארנישט זיי וועלן זוכן קאנטראל אויף אלעם, אפילו וואסערע זאקן און אינטערוועש מ'מעג טראגן הינטער די הויזן און שיך.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:58 pm
דורך דערהויבענע איד
איי געס ס'איז דא אסאף פעדאפילן אויט דער. כ'מיין מ'זאל עפענען א וועד הרוחני אויף אלע חותמים אויף די פריעדיגע וועד.
און א וועד הצניעות אויף די וועד הרוחני וואס זאל קוקן די קעמרע'ס.
און א וועד משמרת הקדושה וואס זאל קוקן ווי אזוי די עסקנים קוקן די קעמרע'ס, ס'זאל זיין אויף א אויסגעהאלטענע וועג.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 1:13 pm
דורך תשפג
כ׳האב געמיינט אז אלע עסקנים זענען יעצו ביזי מיט Ai… איי געס כלל ישראל האט גענוג עסקנים פאר דעם אויך…
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 2:51 pm
דורך קהל'ס נער
נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 3:04 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
קהל'ס נער האט געשריבן:נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
אויך אויב זיי האבן זיך מקנח געווען אין ביה"כ כדת וכדין...
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
תשפג האט געשריבן:כ׳האב געמיינט אז אלע עסקנים זענען יעצו ביזי מיט Ai… איי געס כלל ישראל האט גענוג עסקנים פאר דעם אויך…
די אלע אידן וועלכע שפאצירן אהיים פון ביהמ"ד אום 2 אזייגער נאכמיטאג מיט טו"ת און שמועסן געמיטליך. זיי אלע זארגן זיך פאר'ן באשעפער. וואס ס'וועט (ח"ו) געשעהן צו אידישקייט אן זייער הילף.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 5:18 pm
דורך ערנסטגערעדט
מיין מנהל פלעגט אין די תש״ס יארן זאגן אז ווען מגייט אין געשעפט קויפן גלעזער זאל מען זיך נישט לאזן נאַרן פון די געשעפטסמאן, ער וועט פראבירן צו פארקויפן Half rim גלעזער אבער מזאל וויסן אז פאר די זעלבע פרייז קען מען באקומען full rim גלעזער…
נשלח: מוצ"ש יוני 03, 2023 11:55 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.
כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:18 am
דורך שמעון וואלף
דערהויבענע איד האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.
כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?
אויפן שידוך רעזומעי וועט מען דארפן צולייגן א בילד וואס ווייזט אז ס'איז מסודר
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 am
דורך Salford
כלבאשבוע האט געשריבן:מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות
סאיז לכאורה א שאלה פון צייט ביז וועד לבושי כבוד למיניהם וועט ווערן א השגחה סטייל ביזנעס אזויווי כשרות וכו׳
בטלה מביאה לידי שעמום דאס איז דע מקור
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:04 am
דורך הקטן
כלבאשבוע האט געשריבן:מוסדות התורה אין מאנסי וועלן פון היינט און ווייטער דיקטירן וועלכע סטיילס זענען אויסגעהאלטן פאר אינגלעך צו טראגן און וועלכע נישט, צו פארזיכערן קאנטראל וועט מען לייגן פרעשור אויף די סטארס און דיסטריבוטערס צו מאכן זיכער אז זיי שטעלן זיך צו צי די מוסדות
איך וויל דיר געבן אן אנדערע בליק און קוק אויב דאס קען מאכן סענס
איך האב געהערט פין מערערע עלטערען דאס זיי קענען נישט קויפן קיין הויזען פאר זייערע קינדער וואס זיי ווילן, זיי מיזען קויפן זייער שמאלע טייט הויזען ווייל די סטארס האבן די
קאנטראל און זיי ברענגען נישט אריין עפעס אנדערש. די איינציגע קאלעקטיוו בארגעניג וואס די עלטערען האבן איז די מוסדות.
ווער עס וועט וועלן דאס זיינע קינדער זאלן דוקא גיין מיט שמאלע הויזען איז געבליבן דאס ביז דערווייל גייט דאס נאך מעסיס פארקויפן
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:18 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:22 am
דורך מתבודד
נאר וואס דען... ווער געדענקט ווען שניעלס (סנוד'ס בלעז) זענען געווארן אסור ווייל עפעס א ביזנעסמאן איז געבליבן מיט צופיל טורבאנ'ס אין סטאק...
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:37 am
דורך הקטן
ששון ושמחה האט געשריבן:ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער
וואס איז געקימען קודם, לדעתך?
א. דו מוסדות\עלטערן האבן געקרימט אויף וואס מען פארקויפט זיי דערנאך איז געקימען א פיפיגער ביזנעסמאן צו פילען די need
אדער
ב. ס'איז געקימען א ביזנעסמאן א באנדיד, און געאפערט געלט אינטערען טוש פאר די מוסדות דאס זיי זאלן אסרען די סחורה פין די אנדערע געשעפטן, אזוי וועט סיי ער און סיי די מוסדות האקען א לעבן און זיך צי טיילן מיט די רויב
ב.ד.וו. ווייסט איינער מער פרטים פין די דיל'ס - וויפיל שערעס א יעדע מוסד האט וכו'
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:43 pm
דורך הקטן
יהורם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
שטארקע ווערטער!!!
מי גילה רז זה ליהורם???
נישט דאס וואס זיי שרייבן...
Re: נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:46 pm
דורך צוזאמגעדרייט
א באַנדע פעדאפילן! זאלן זיי צוריקלייגן די האָר אויף זייערע ווייבער'ס קיווי-קעפ און אפלאזן די חדר אינגלעך מיט שיינע הויזן'עס.
ווייזט אויס אז PRIDE-MONTH צעשפילט די האָרמאָנען פון די מלמדים.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:54 pm
דורך תשפג
כ'פרוביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי די קליידער סטאר׳ס גייען אויסזעהן נעקסטע יאר, ס'גייט זיין העמעדער מיט די הכשר פון סאכדעס, הויזן פון וואלאווא וכו',
ס'גייט ארויסקומען קול קורא'ס קעגן געשעפטען וואס פארקויפן קליידער אן קיין השגחה...
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:56 pm
דורך הקטן
תשפג האט געשריבן:כ'פרוביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי די קליידער סטאר׳ס גייען אויסזעהן נעקסטע יאר, ס'גייט זיין העמעדער מיט די הכשר פון סאכדעס, הויזן פון וואלאווא וכו',
ס'גייט ארויסקומען קול קורא'ס קעגן געשעפטען וואס פארקויפן קליידער אן קיין השגחה...
קאפלעך וואס די פעדעפיילס ווילן ארויפצווינגען האסטו אויסגעלאזט.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 1:58 pm
דורך ישראל הלוי
יהורם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
חחח...
איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!