בלאט 1 פון 1
דרייוון א טעסלא שבת - איסור דאו' אדער דרבנן?
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 6:24 pm
דורך מתבודד
דעם שבת האב איך א גאסט וואס דרייווט א טעסלא, ליידער אויך שבת ה"י.
איז דא איסורים פון דרייוון א טעסלא וואס זענען מדאורייתא? א געהעריגע קאר האט גאנץ מעגליך א איסור הבערה אבער טעסלא איז דאך פון דעם אויסגעשלאסן.
ס'איז א קנאפע נפק"מ למעשה אבער איז מיר נאך אלס אינטרעסאנט צו וויסן.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 6:29 pm
דורך קורקלענד
ס'האט מיר א דאקטאר אמאל פארציילט אז ער פירט א טעסלא, ווייל אויב דארף ער לויפן שבת אין שפיטאל זאל עס זיין אויסגעהאלטן.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 6:58 pm
דורך בעל אחריות
אפענע אינטערנעט...
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 7:43 pm
דורך מתבודד
אין איסור חל על איסור...
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 7:45 pm
דורך קהל'ס נער
שבת? אינטערנעט? מילא!
די עיקר איסור פון טעסלא איז ציונות! יא ציונות! טעסלא בתחילת דרכם זענען געוועהן שותפים אין די ציוניסטישע מאביל-איי שר”י.
Re: דרייוון א טעסלא שבת - איסור דאו' אדער דרבנן?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 2:11 pm
דורך מאנטריאל
די סעלף דרייולאזע קארס וועט לכאורה נישט זיין קיין איסור דרבן אויך נישט אויב מען באשטעלט עס פאר שבת.
אזוי ווי א שבת זייגער.
ווען מען קענען פארן שבת?
היכי תמצא. משיח'ס צייטן.
Sent from my SM-G950W using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:37 pm
דורך שעפטאל
טעסלא ואייפון בשבת אין מתירין אלא לחכימין ובצנעה. אייפאין מפני מראית העין, וטעסלא מחששת רגלים.
כ'קען א חזן וואס גייט ארום שבתים צו זינגן, ער לייגט אראפ אזא הארציגע ממקומך מיט זיין פאין אין טאש...
אבער ער פאהרט נישט מיטן קאר ווייל ער וויל נישט זיכן א נייע דשאב אויף זונטאג...
בקיצור: ס'איז צוויי שאלות. 1. הלכה וואס מ'קען גרינג מתיר זיין. 2. סיסטעם..
אוי טייערע אידן אין אמעריקע, היט דעם סיסטעם, וועט אייך גוט זיין.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:30 pm
דורך מילך טראק
מתבודד האט געשריבן:דעם שבת האב איך א גאסט וואס דרייווט א טעסלא, ליידער אויך שבת ה"י.
איז דא איסורים פון דרייוון א טעסלא וואס זענען מדאורייתא? א געהעריגע קאר האט גאנץ מעגליך א איסור הבערה אבער טעסלא איז דאך פון דעם אויסגעשלאסן.
ס'איז א קנאפע נפק"מ למעשה אבער איז מיר נאך אלס אינטרעסאנט צו וויסן.
הבראה איז נישט די פראבלעם די פראבלעם אז ער טראגט די טעסלע מיט'ן עירוב רח"ל
Re: דרייוון א טעסלא שבת - איסור דאו' אדער דרבנן?
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 am
דורך לייביששרייבער
איך שטײ און שטוין. איך רייב זיך די אויגן איבער ליינענדיג די תגובה׳ס און ענפערס אויפ׳ן פותח האשכול.
דער פותח האשכול האט געפרעגט א געוואלדיגער שאלה רום באמת אינטערסאנט צו שטודירן אויב עס האט די זעלבער דין ווי די טעלעפוינען וואס אנכי הק׳ האט געשריבן א לענגערע הסבר דערוועגן לגבי די ליטיאן אייעאן באטעריען.
(טעפטאלק: איך ווייס נישטווי אזוי צו ציטירן צו יענע תגובה)
אבער יפה שאלתו.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 3:04 pm
דורך וואלווי
השמעת קול פון א מלאכה אין שבת איז אן איסור פארזיך.
הגם טעסלא'ס זענען היבש שטיל, אבער דאך נישט גענוג
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 6:50 pm
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:השמעת קול פון א מלאכה אין שבת איז אן איסור פארזיך.
הגם טעסלא'ס זענען היבש שטיל, אבער דאך נישט גענוג
די גאנצע פראבלעם פון השמעת קול איז משום אוושא מילתא.
היש לך אוושא מילתא גדולה מזו?
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 2:08 pm
דורך pseudonym1
יין שרף האט געשריבן:
היש לך אוושא מילתא גדולה מזו?
פארוואס זאגסטו אזוי? יעדער קען דאך זעהן אז ס'איז א טעסלא, און זיי ווייסן אז טעסלאס דרייוון זיך אליין
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 2:26 pm
דורך וואלווי
pseudonym1 האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:
היש לך אוושא מילתא גדולה מזו?
פארוואס זאגסטו אזוי? יעדער קען דאך זעהן אז ס'איז א טעסלא, און זיי ווייסן אז טעסלאס דרייוון זיך אליין
אוושא מילתא איז געזאגט געווארן ווען זאכען ארבעטען פון זיך אליינס. דאס איז די גאנצע געדאנק דערפון
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 3:24 pm
דורך pseudonym1
וואלווי האט געשריבן:
אוושא מילתא איז געזאגט געווארן ווען זאכען ארבעטען פון זיך אליינס. דאס איז די גאנצע געדאנק דערפון
הגרשז"א שרייבט אין מנחת שלמה ביי א דיון וועגן א dishwasher אז די איסור איז דוקה ווען די נארמאלע וועג פון ניצן איז נישט פון לאנג פארדעהם. למעשה האט ער עס געאסרט
דא לגבי radio שרייבט ער אז די סיבה פארוואס מ'פירט זיך געהעריג צו אנצינדן לייטס אויף שבת דורך זייגערס איז וויבאלד אוושא מילתא איז נאר פאר קולות, נישט פאר זאכן וואס מ'זעהט. (למעשה לייגט ער צו נאך א היתר אז ס'נעמט נאר א רגע צו אנצינדן אדער אויסלעשן די לייט, וואס איז נישט שייך ביי א קאר)
דא פירט ער אויס אז די original גזירה איז נאר אויב סאיז עפּעס וואס מאכט א קול און איז אויך עפּעס וואס סאיז דא "חשדא" (וויל בדרך כלל טוט מען א מלאכה בשעת מעשה). און אין ספר שמירת שבת כהלכתה ברענגט ער אויך אז עפּעס וואס יעדער ווייסט אז די דרך איז אזוי צו ניצן איז נישט דא קיין חשש.
(איך ווייס נישט פארוואס די פּיקטשערס קומען נישט ארויף)