אידישע אויסלייג: ווען א מלאפום (קובוץ) און ווען א חיריק
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

עס הערשט א שטיקל צעמישעניש אין אידישע אויסלייג איבער די צויי נקודות, חיריק און מלאפום, ווען צו נוצן וואס.
עס שטאמט ווארשיינליך פונעם פאקט אז א גרויסע טייל פון אונז זאגט ארויס ביידע, סיי דער מלאפום און סיי דער חיריק, אויף איינער פון די צוויי וועגן.
אדער ווי דער ענגלישע e אין זיין לאנגע וואקאל, אזויווי דער e אין דאס ווארט: peek, אדער ווי דער i אין זיין קורצע וואקאל, ווי דער i אין pick.
דעריבער קען מען נישט וויסן וויאזוי אויסצולייגן ריכטיג בלויז פונעם וועג וויאזוי דאס ווארט ווערט ארויסגעזאגט און מען דארף וויסן פון אויסנווייניג, דער ריכטיגע אויסלייג.
צום ערשט זענען פארהאן ווערטער וועלכע וועלן אייביג געשריבן ווערן מיט א "וּ" נישט קיין חילוק וויאזוי און ווען זיי ווערן גענוצט. צווישן זיי ווערן אריינגערעכענט די ווערטער:
פון (form)
גרוב (pit)
שטוב (home)
הונט (Dog)
שולד (Guilt)
בלוט (Blood)
גוט (Good)
פון (From)
(הערה פון @תוהו ובוהו: ס'איז יא פארהאן צוויי פעלער ווען דער וי"ו ווערט פארוואנדלט אין א יו"ד: ווען מ'פארקלענערט די זאך מיט א למ"ד ביי דער ענדע - גרוב/גריבל, הונט/הינטל, און בוך/ביכל וואס דו זעלבסט דערמאנסט שפעטער; און ווערטער וואס זייער לשון רבים איז מיט דער נאכזילבע (suffix) פון 'ער', א שטייגער ווי 'שטיבער' און 'גריבער', וואס דער וי"ו ווערט דאן געטוישט צו א יו"ד.)
און פון דער אנדערע זייט זענען דא ווערטער וועלכע ווערן אייביג געשריבן מיט א חיריק:
שיס (to Shoot)
שריט (Step)
פליכט (Duty)
מיט (With)
שילד (Sign)
דאן זענען פארהאן ווערטער וועלכע נעמען אמאל א מלאפום און א מאל א חיריק געוואנדן אין די צייטן אדער אנדערע גראמאטישע כללים. ווי למשל:
פיל - דער אקט פון אנפילן (to fill) און פול - דער שילדערונגס-ווארט וועלכע זאגט אז עפעס איז פול (full).
דאן זענען פארהאן ווערטער וועלכע ווערן געשריבן מיט א מלאפום ווען עס איז אין דער איינצעלער פארמאט (לשון יחיד) און מיט א חיריק אין דער מערהייט (לשון רבים):
פוס - לשון יחיד. פיס - לשון רבים (ענליך צו דער ענגלישע כלל פון Foot און Feet)
שוך שיך
בוך ביך (ביכל שרייבט מען יא מיט א חיריק אפילו איינס)
דאן זענען דא ווערטער וועלכע האבן דעם זעלבן קלאנג אבער דאך באדייטן עפעס אנדערש אינגאנצן:
'און' מיינט: And , דאגעגען 'אין' מיינט: In (אינערווייניג).
'וואו' מיינט: Where און 'ווי' מיינט: Like (ענליך).
ווען 'געפונען' און ווען 'געפינען'
אין מער עלטערע אידישע ביכער און העפטן געפינען מיר אן אינטערעסאנטע כלל וועלכע איך קען באשטיין צו וויסן צו עס איז נאך גילטיג אין דער היינטיגע אנגענומענע כללים אין גראמאטיק.
ווערטער ווי: געפונען, געוואוסט און זייער גלייכן, ווען זיי ווערן גענוצט פאר לשון עבר, ווערן זיי געשריבן מיט א 'וו' און ווען זיי ווערן גענוצט פאר לשון הווה אדער עתיד קריגן זיי א 'י':
ער האט געפונען – עבר, ער געפינט – הווה, ער וועט געפינען – עתיד.
ער האט געוואוסט – עבר, ער ווייסט – הווה, ער וועט וויסן – עתיד.
פאלגענד איז א ליסטע פון אפט-גענוצטע ווערטער אין זייערע ריכטיגע אויסלייג:
צוריק (נישט צירוק)
מינוט (נישט מיניט אדער מוניט)
נאטור/נאטירליך (הערה פון @תוהו ובוהו: ריכטיג איז: נאטור/נאטירליך, מיט א יו"ד.
גענוי ווי די נאכזילבע פון 'ער' וואס טוישט צו א יו"ד, דאס זעלבע איז מיט 'ליך'; גרונט/גרינטליך, פונקט/פינקטליך און נאטור/נאטירליך.)
פון (נישט פין)
פוצן (נישט פיצן)
ווער עס האט נאך ווערטער אדער כללים קען צולייגן כיד הדקדוק הטובה עליו.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- איך הער..
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 120
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
- געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
- האט שוין געלייקט: 316 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
Re: אידישע אויסלייג: ווען א מלאפום (קובוץ) און ווען א חיריק
שכח @דיכטער פאר די נוצליכע אינפראמאציע די פראבלעם ווערט אלץ ווען מ'פראבירט צי ספעלען ענגלישע ווערטער אויף אידיש דארט איז אביסל שווער די זעצען ווען גייט וואס (כ'האף כ'האב גיט געספעלט [emoji3])
.Commen sense is not commen
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
קודם ש'כח הרב @דיכטער פאר'ן שיינעם און וויכטיגן אשכול.
-----
גענוי ווי די נאכזילבע פון 'ער' וואס טוישט צו א יו"ד, דאס זעלבע איז מיט 'ליך'; גרונט/גרינטליך, פונקט/פינקטליך און נאטור/נאטירליך.
-----
ס'איז יא פארהאן צוויי פעלער ווען דער וי"ו ווערט פארוואנדלט אין א יו"ד: ווען מ'פארקלענערט די זאך מיט א למ"ד ביי דער ענדע - גרוב/גריבל, הונט/הינטל, און בוך/ביכל וואס דו זעלבסט דערמאנסט שפעטער; און ווערטער וואס זייער לשון רבים איז מיט דער נאכזילבע פון 'ער', א שטייגער ווי 'שטיבער' און 'גריבער', וואס דער וי"ו ווערט דאן געטוישט צו א יו"ד.דיכטער האט געשריבן:צום ערשט זענען פארהאן ווערטער וועלכע וועלן אייביג געשריבן ווערן מיט א "וּ" נישט קיין חילוק וויאזוי און ווען זיי ווערן גענוצט. צווישן זיי ווערן אריינגערעכענט די ווערטער:
פון (form)
גרוב (pit)
שטוב (home)
הונט (Dog)
די לשון רבים פון בוך איז 'ביכער'; און ווערט אויך געטוישט צו א יו"ד ווי אויבן דערמאנט.דיכטער האט געשריבן:בוך ביך
דער כלל איז אויסדריקליך און פולן באנוץ ביי יעדן וואס האט נאר דעם מינדעסטן פארשטאנד אין גראמאטיק, און אלע בעסערע אויסגאבעס האלטן זיך דערצו.דיכטער האט געשריבן:אין מער עלטערע אידישע ביכער און העפטן געפינען מיר אן אינטערעסאנטע כלל וועלכע איך קען באשטיין צו וויסן צו עס איז נאך גילטיג אין דער היינטיגע אנגענומענע כללים אין גראמאטיק.
ווערטער ווי: געפונען, געוואוסט און זייער גלייכן, ווען זיי ווערן גענוצט פאר לשון עבר, ווערן זיי געשריבן מיט א 'וו' און ווען זיי ווערן גענוצט פאר לשון הווה אדער עתיד קריגן זיי א 'י':
ער האט געפונען – עבר, ער געפינט – הווה, ער וועט געפינען – עתיד.
ער האט געוואוסט – עבר, ער ווייסט – הווה, ער וועט וויסן – עתיד.
ריכטיג איז: נאטור/נאטירליך, מיט א יו"ד.דיכטער האט געשריבן:נאטור/נאטורליך (נישט נאטיר/נאטירליך)
גענוי ווי די נאכזילבע פון 'ער' וואס טוישט צו א יו"ד, דאס זעלבע איז מיט 'ליך'; גרונט/גרינטליך, פונקט/פינקטליך און נאטור/נאטירליך.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
אידישע אויסלייג: ווען א מלאפום (קובוץ) און ווען א חיריק
שוין, זעסטע? ווייס איך שוין פארוואס כ׳אב געדארפט עפענען דעם אשכול.
Every day is a school day…
Every day is a school day…
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

"ווי" קען מיינען ווי אזוי ?berlbalaguleh האט געשריבן:דיכטער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט. אויסער די דעפינישן פאר "וואו" און "ווי". (און אפשר "צו" און "צי".).
די ערשטע מיינט (אויף ענגליש)...Where (to)...!
די צווייטע מיינט (אויף ענגליש)...How/Like...!
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
ייש'כ ר' בערל פאר דיין הערה. איז עס נישט דאס וואס איך האב געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:דיכטער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט. אויסער די דעפינישן פאר "וואו" און "ווי". (און אפשר "צו" און "צי".).
די ערשטע מיינט (אויף ענגליש)...Where (to)...!
די צווייטע מיינט (אויף ענגליש)...How/Like...!
'וואו' מיינט: Where און 'ווי' מיינט: Like (ענליך).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
- האט שוין געלייקט: 969 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
יישר כח @דיכטער פאר אזא אינפארמאטיווע מאמר, נאכדערצו געשריבן מיט דיין רייכע שפראך! עס איז מיר שוין צוניץ געקומען דא אין שטיבל. מגלגלין זכות ע"י זכאי!
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
א דאנק אייך רב דוראק.
איך בין שוין א שטיק צייט אין א פארלעגנהייט איבער דער ריכטיקע אויסלייג פון ווערטער מיט דער נאכזילבע "ליך". אין דויטש צום ביישפיל, ווערט פארענדערט די אויסלייג פון דאס וואָרט. אין דויטש שרייבט מען נאטור: Natur (נאטור) און נאטירליך: natürlich. דער ü אין דאס וואָרט ווערט פארענדערט אבער עס פארמאָגט ניט קיין דירעקטע יידישע קעגנער, עס קלינגט ווי עפעס צווישן אוּ און אִי.
(צוריק צו דער חסידישע הברה) אויף ווי ווייט דייטש האט א ווארט איבער אידישע גראמאטיק איז שווער קאנטראווערסיאל, דעריבער וואלט דאס בעסטער געווען ווען איינער קען אפירברענגען עלטערע אידישע שריפטן וועלכע דייטן אן אויף איין געוויסע וועג פון אויסלייג.
איך בין שוין א שטיק צייט אין א פארלעגנהייט איבער דער ריכטיקע אויסלייג פון ווערטער מיט דער נאכזילבע "ליך". אין דויטש צום ביישפיל, ווערט פארענדערט די אויסלייג פון דאס וואָרט. אין דויטש שרייבט מען נאטור: Natur (נאטור) און נאטירליך: natürlich. דער ü אין דאס וואָרט ווערט פארענדערט אבער עס פארמאָגט ניט קיין דירעקטע יידישע קעגנער, עס קלינגט ווי עפעס צווישן אוּ און אִי.
(צוריק צו דער חסידישע הברה) אויף ווי ווייט דייטש האט א ווארט איבער אידישע גראמאטיק איז שווער קאנטראווערסיאל, דעריבער וואלט דאס בעסטער געווען ווען איינער קען אפירברענגען עלטערע אידישע שריפטן וועלכע דייטן אן אויף איין געוויסע וועג פון אויסלייג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אלס א שטיקל הוספה: די מענטשן פון רוסישן/ליטווישן אפשטאם וועלכע מאכן סייווי א חילוק (אין די אויסשפראך) צווישן די אלע אויבנדערמאנטע ווערטער. פאר זיי איז גרינגער צו שרייבן ריכטיג די פארשידענע ווערטער מיט אנדערע מיינ'ען ( נישט מיינונגען). משא"כ די פוילישע/גאליציאנער/אונגארישע אפשטאמיגע וועלכע זאגן ארויס סיי דעם חירי"ק און סיי דעם מלאפו"ם/קיבוץ-שורוק וואקאל דעם זעלבן וועג איז א ביסל שווערער צו וויסן ווען און וויאזוי מ'שרייבט .berlbalaguleh האט געשריבן:דיכטער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט. אויסער די דעפינישן פאר "וואו" און "ווי". (און אפשר "צו" און "צי".).