בלאט 1 פון 1

ווען דו ווערסט א שריפטשטעלער

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 5:30 pm
דורך שעפטאל
ס'אלעמאל גוט צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא. א לעבעדיגע-שטייטע ניגון פאר לכה דודי. א תורה'לע אויפן פרשה מיט א ווערטל. שמא איקלע עמוד לידן.

[ביי אונז אדמורי"ם. דארף מען אסאך צוגעגרייטע זאכן. זאצן פאר דעם בחור וואס האלט שוין אין די יאהרן: אה, בן שמונה עשרה לחופה. פארן חתן: אה, חתן דינן. און אפי' הספדים פאר די בני הקהילה. מ'גרייט עס צו פאר יעדער וואס דערגרייכט דעם בן שבעים להענט פאָכענען.
אין די ארכיוון האבען מיר אפי' א פאלדער וואס הייסט: על הצדיקים. געוויסע פון זיי זענען אזוי רירענד אז אונז האפען מ'גייט אונז מכבד זיין עס צו זאגן בפני המת ממש. אונז קענען קוים ווארטן...]



זעהנדיג דעם שריפשטעלער טיטל אשכול. האט אריינגעקריעפט א דאגה'לע, וואס טוה איך ווען כ'זעה די @מנהל שרייבט מזל טוב שעפטאל.
געוויסע שרייבן פלעין שהחיינו. שכח. וואוו. געוויסע איגנארירען עס מיט א בלעכענעם פנים. ווי כ'האב ניטאמאל באמערקט. אבער @חדשים האט דאך פון דעם אליין געמאכט אזא הערליכע דשאב פון א תגובה.

ס'איז גראדע צו גוט. ער האט זיך שוין זיכער געגרייט אויף דעם א לאנגע צייט. אפשר נאך פון די ערשטע טאג זיינע אויף ק"ש. פונקט ווי די פרעזידענט דארף זיין ערשטע טאג אויספלאנירן זיין לוויה. [ס'איז א קאמפלמענט. נישט א פליק חלילה].
---


סאו פאר אלע חשובע ליכטיג בלויע ניקים דא. [שריפטשטעלער רעכטן איז פונקט פארקערט פון מאחורי הפרגוד. דער קען מעקן און דער מעג שרייבן. שטייצעך. געוויסע זאכן קענען זיך טוישן זיך מיט די צייט איינמאל מ'איז שוין א שריפטשטעלער. מ'מעג שוין שרייבן א שיטה אהן הסבר. מ'דארף מער נישט די לייק'ס. וכו'. פונקט ווי די אלטע זיידע וואס מעג שוין גרעבצען הויעך, און זאגן א שבע ברכות דרשה וואס שטומט נישט. נעה. דאס איז שוין סתם קנאה.] גרייט'ס צו א הערליכע ענוה'דיגן תגובה פאר דעם גרויסן טאג. ווי אויך א אינטרעסאנטע אנקעטע.

ס'נישט אזוי שווער צו ווערן א שריפשטעלער. לויט ווי אני הקטן לערען עס אפ זענען די סגולות בערך אזוי.
1. צערייס זיך נישט מיט קיינעם דא אויף ק"ש.
2. ליין אסאך אלטע אשכולות, צו עררייכן דעם טעם זקנים.
3. לייק מיט א עין טובה
4. על שלשה דברים שטעלער עומד. על שרייבן. שרייבן. און שרייבן.

ודא עקא. געוויסע ניקים שפירן זיך עפעס פארטריקנט, פארהאקט. זיי ברענגן [לינק'ס און בילדער] אבער זיי שרייבן נישט. ווי זאגט די משנה. יבש המעיין ונקצץ האילן – מביא ואינו קורא.
אבער טייערע חברים. נישט ווייל מ'האט סחורה שרייבט מען. נאר ווייל מ'שרייבט - קומט ארויף סחורה. בבחינת משביעו מרעיבו. ונעשה כמעיין המתגבר.
---


זיצט די רבי איבער געבויגן איבער דעם דרעפט שריפשטעלער תגובה, ווי מוהרא"ש איז געזעסען איבער זיין הייליגע צוואה.
מ'וואלט געקענט צעשניידן די ערענסקייט מיט א מעסער. אבער ס'איז געוועהן א שוואכע מעסער.

ובזה החלי:
מיט א ציטער. אבער די הארץ ב"ה האט נישט פארפעהלט דעם קלאפ. די סקריך וואס האט געזאלט אדורך לויפן אלע ביינער. האט נישט געקענט אזוי שנעל לויפן. קוים וואס ער סקריכט אזוי שטייטלעך. ווען כ'האב באמערקט דעי בלויע ווארט אונטער מיין ניק: שריפטשטעלער.

רבותי. ס'נישט מיך. ס'איז דעם הייליגען טאטען און הייליגע זיידע'ס. בזכותם נעשיתי כותב מעומד. [דעס איז די טייטש פון שריפטשטעלער?]
יהא רעוא קדמך, מ'זאל נישט פארשעמען דעם כבוד בית אבא. מתי יגיעו - אונזערע תגובות זאלן כאטש אנרירען די הענדסאם שריפטשטעלער. ס'זאל זיין מיט. חן. נישט קארני. שיין. נישט האור.. ריין. נישט פאר..
---


כא כא כא שעפטאל ביסט אינגאנצען משוגע? דו מיינסט דו גייסט נאך אמאל זיין א שריפשטעלער? פריי דיך אז מ'האט דיך קיינמאל נישט אויסגעשפארט. די עולם קען גערן באשטיין זאלסט זיך אפפיצן פון ווי די ביסט אריינגעוואקסן. שרייבסט דאך נישט קיין איין גראדע ווארט.

אזוי? דאן וואס טוהט מען מיט דעם תגובה?
פארשטאפען אין בויך ווי פּאַרע בעינים. ראַרא בגרוניים [יא. כ'האב א דאבּעל טשין]. ווי הייסע וואַרע בבני מעים. חאַרא ומי רגלים. ?

מאכט מען א באזינדערע אשכול. יעדער וואס האלט אז ער וועט קיינמאל קיין שריפטשטעלער נישט ווערן - קען דא באקומען זיין מאַק-שריפט'שטעלעריי. זיין 15 סעקונדעס אוו פעים. [ווי אויך די שריפטשטעלער וואס ווילען א סעקענד טשענס פאָר דע פורסט אומפרעשען]

מ'גייט מסיים זיין מיט א דורך'דרינגענדיגע שאלה נוקבת נקיבין בנוקבא: וואס וואלסטו געשריבן ווען דו ווערסט א שריפשטעלער?!

1. סתם א ריזיגע שכח מנהל.

2. זיך הויעך גערעגט אז ס'האט גענומען אזוי לאנג עס צו באקומען.

3. מודיע געוועהן דעם ציבור: איך האב עס קיינמאל נישט געבעהטן.

4. חוזק געמאכט פון די כבוד. ווי די זיידע וואס וויל נישט הערען קיין שבחים ביים מצוה טאנץ [אבער רעגט זיך אז מ'רעדט אזוי ווייניג פון עם].

5. אדער גאר עפעס יאָניק וחכים?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 6:22 pm
דורך שעפטאל
ס'איז געבויט אויף דעם אשכול שריפטשטעלער טיטל.
פון די ערשטע @שמעקעדיג בלאָשינג תגובה: איז אזוי, עהעם, כ'ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט דאס, אבער עפעס זעה איך פלוצלינג אז איך בין א (איין-שטערנדיגע) שריפטשטעלער. איינער ווייסט וואס דאס מיינט? אדער איז דאס בלויז א בייזער חלום?
כולל @קהל'ס נער'ס נייע זילבערנע מעקער..
ביז די לעצטע בשורה טובה פון @מנהל מ'קען שוין מאכן אנקעטעס
--

וזאת למודעי. מיין תגובה איז סתם צו ליציווען (פאר אביסל אטענשען.) אבער ח"ו נישט אראפצורייסן קיינעם פערזענדליך!
אלע חשובע ניק'ס וואס שרייבן אפט מעגן וויסן. אונז שפירן ווי מ'קען זיך אזוי גוט מיט ענק. ווי א עקסטענדעד פעמעלי. [ווי אפי' שעפטאל איז וועלקאם :oops: ]
ס'סתם פעמעלי דשאק'ס. אבער יעדעם'ס כבוד און שעצונג בלייבט ווייטער גאר הויעך באשפריצט

אויב איינער האט נישט ליב דעי סארט תגובות. זאל ער מיך ביטע מודיע זיין אין אישי. זיין ניק וועט ח"ו נישט דערמאנט ווערען אין מיינע קאפ פארדרייעניש'ן תגובות! [אפי' ברמיזה]

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:56 am
דורך חדשים
אין מיינע לעבנסטעג אין כולל, האב איך זיך צאמגעטראפן מיט א אינגערמאן מיט א גוזמאות’דיגע לאנגע בארד. שכל מיט אים זענען זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעקומען. ווען ער האט געהערט א כרוז פליז דאונלאוד שכל, האט ער געדריקט decline. בקיצור, יו געט די פיקטשער. במשך הזמן, נאך דא אין די ביטערע גלות, האט ער זוכה געווען צו א צונאמען ”נעבעך.” די מפרשים מוטשענען זיך פארוואס האט ער באקומען אזא כינוי שם. אפגערעדט פון די גרויסע איסור פון המכנה שם לחבירו, איז דאך דא א שיינע מספר פון אחב”י וואס זענען אויף די זעלבע IQ לעוועל, און עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן זיי אנצורופן ”נעבעך.”

אז מען טראכט אריין זעט מען אז קושיא מעיקרא ליתא, עס איז פשוט אז מען זעט א לאנגע בארד מיט אזא רבנ’ישע טראגע ערווארט מען מער ווי פון א עוורידזש אינגערמאן. אזויווי ער meet נישט די ערווארטונגען, אויטאמאטיש ווערט ער אנגעקוקט ווי א נעבעך. כלפי מה דברים אמורים, ווען איינער ווערט באשאנקען מיט די טיטול ”שריפטשטעלער”, ערווארט מען פון אים מער ווי פון א צווייטן. אויב מען meet נישט די ערווארטונגען קען עס גאר זיין בבחינת ”עושר שמור לבעליו לרעתו.”

אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו, זאגן חז”ל. א מענטש ווייסט אפילו נישט וואספארא כוחות ער האט ביז עס איז נוגע למעשה, זאגן די חכמי או”ה. וויאזוי קען מען זיך אפילו צוגרייטן וואס צו שרייבן אין אזא מאמענט. עס דארף קומען מיט די דעמאלטס’דיגע השראה און אורות וואס עס שיילט זיך ארויס בשעת מעשה. דיבורים מעומק הלב וואס שפיגלען אפ די עמאציעס וואס דער מענטש איז פארכאפט אין די מינוט. צוגעגרייטע דרשות קוקן אויס ווי די ראש הקהל’ס צעטל ארויסגליטשענדיג זיך פון טאש נאכ’ן זאגן איך האב מיר גארנישט צוגעגרייט. דאס דארף מען לאזן פאר ראבאטישע מענטשן. אנו כותבים והם כותבים ואל יהי חלקינו עמהם.

איזהו עשיר השמח בחלקו, גייט אויך ארויף אויף רוחניות. עוצם עיניך מראות בלייק”ס, וויינט שוין די נביא. קוק נישט אויף קיין לייקס, דו ווייסט נישט ווער עס שטייט דערונטער. ווען דו ווייסט ווען אז חדשים האט נאכנישט מסיים געווען ד’ חלקי שו”ע און ער לערנט נישט מער פון 18 שעה א מעת לעת, וואלסטו ווען אפילו געקוקט אויף זיינע לייקס. עס איז א וועג וויאזוי מען קען דאונלאודן באג”ס אריין אין דיין מח. קוק אויף דיר אליינס און קלאפ דיך אין רוקן אויף די אלע מעלות, כשרונות און נאטורן וואס דו ביזט באשאנקען געווארן. לעב און לאך. דארפסט נישט צוקומען צו קיינעמ’ס רשות דאס צו טון און צו קיינעמ’ס החלטה אז דו ביזט גוט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:39 am
דורך שמעקעדיג
שעפטאל האט געשריבן: 5. אדער גאר עפעס יאָניק וחכים?
לייק פאר די מליצה! :like

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:32 am
דורך Moshe itche
שמעקעדיג האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן: 5. אדער גאר עפעס יאָניק וחכים?
לייק פאר די מליצה! :like
ס'איז א גוטס!

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:19 pm
דורך שעפטאל
חדשים האט געשריבן: איזהו עשיר השמח בחלקו, גייט אויך ארויף אויף רוחניות. עוצם עיניך מראות בלייק”ס, וויינט שוין די נביא. קוק נישט אויף קיין לייקס, דו ווייסט נישט ווער עס שטייט דערונטער. ווען דו ווייסט ווען אז חדשים האט נאכנישט מסיים געווען ד’ חלקי שו”ע און ער לערנט נישט מער פון 18 שעה א מעת לעת, וואלסטו ווען אפילו געקוקט אויף זיינע לייקס. עס איז א וועג וויאזוי מען קען דאונלאודן באג”ס אריין אין דיין מח. קוק אויף דיר אליינס און קלאפ דיך אין רוקן אויף די אלע מעלות, כשרונות און נאטורן וואס דו ביזט באשאנקען געווארן. לעב און לאך. דארפסט נישט צוקומען צו קיינעמ’ס רשות דאס צו טון און צו קיינעמ’ס החלטה אז דו ביזט גוט.
שכח!
הלוואי וואלט איך דאס געהערט ווען כ'בין געוועהן א קינד!!! אבער בעסער שפעהטער ווי קיינמאל

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 10:34 am
דורך תרמב
שעפטאל דו שרייבטס זייער גוט!

איין זאך נאר, פון דיין תגובות שיילט זיך ארויס אז דו ליידסט אויף א געפערליכע קאמפלעקס, ס'איז ממש געפערליך, דו ווילסט מ'זאל דיר אפראוון יעדע עטליכע טעג אז דו שרייבסט נישט אזוי שלעכט, און עכט ביסטו יא גוט, ס'איז ממש א שאד, אפשר זאלסטו גיין צו טעראפי פאר דעם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:00 am
דורך פאלאצ'ינטא
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:03 am
דורך פאלאצ'ינטא
.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:37 am
דורך סוף טוב הכל טוב
און אז מ'לעבט דערלעבט מען!
מז"ט שעפטי.
היינט דיך אינזינען געהאט ביי שעפטי בבית כל ימי חיי לחזות בנועם. שרייבסטעך אזוי זיס קעניינעהארע!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:00 pm
דורך שעפטאל
שכח!!
:oops:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:29 pm
דורך הרב שיף
מזל טוב, ביי די בני תורה איז א שטעלער א ציל צו לעבן און שטארבן.