בלאט 1 פון 1

עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 3:13 pm
דורך כלבאשבוע
עפל האט היינט אנאנסירט זייער שפאגל נייע פראדוקט, א virtual reality גלעזער דעווייס וואס רופט זיך Vision Pro, די אנאונסמענט זאגט פאר א דורכברוך פאר XR טעכנאלאגיע נאכדעם וואס אסאך אנדערע ווי למשל פעיסבוק האבן שוין פרובירט אבער אן קיין באזונדערע גרויסע הצלחה

סאיז ערווארטעט אז יעצט אז עפל איז אריין אין די מארקעט וועט virtual reality אויסגעברייטערט ווערן און טאקע ווערן א רעאליטי נישט בלויז פאר געימערס וואס האבן דאס שוין געניצט ביז יעצט נאר סוועט ווערן א נארמאלע ערשיינונג צו זען מענטשן איבעראל זיך ארומדרייען ווי זאמביס און טראגן די מאדנע גלעזער (מקען שוין אנגרייטן די איסורים)

סוועט נאך ווארשיינליך נעמען א שטיק צייט (די דעווייס איז היבש טייער יעצט אין אנהויב), אבער געווענליך ווען עפל קומט אריין אזוי שטארק אין א קאטאגאריע זענען זיי גורם א מהפיכה