בלאט 1 פון 1

רירנדע otd פילם Shttl קומט צו טאראנטא פעסטיוול+אנליין

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:24 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
די קומענדיגע וואך זונטאג (june 11) איינס אזייגער נאכמיטאג ווערט אויפגעשפילט א מייסטערהאפטע פילם וועלכע איז פאטאגראפירט געווארן אין אוקריינע האַרט פאר די מלחמה האט אויסגעבראכן- איראניש אז עס דערצצילט די געשיכטע פון א יונג בחור׳ל וועלכע קערט זיך אהיים צו זיין קליין שטעטל הארט פאר די וועלט׳ס קריג (די צווייטע וועלט מלחמה)

פיל איז געשריבן געווארן איבער די וואונדערליכע אופן וואס דער פילם איז געכאפט געווארן (ווי איר קענט זעהן אינ׳ם בייגעלייגטן לינק ביי די וואלד סצענע)

דער פילם האט געווינען awards און שוין אויפגעשפילט געווארן אין לאנדאן, פאריז, גריכנלאנד און נאך.

אויב ווילט איר עס וואטשן אנליין איז עס עוועילעבל פאר איין טאג (דעם 14׳טן June) און דעם טיקעט קען מען אויך טרעפן אינ׳ם לינק דא:

https://tjff.com/films/shttl/