בלאט 1 פון 5
א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:35 pm
דורך חאצקל
איך וויל זיך באציען צו דער נושא פון מסורה בבגדי נשים, צו די אלע באגרעניצונגען אין בגדים וואס איז איינגעפירט ביי די עלטערן, מוז אריבער גיין צו זייערע טעכטער.
צ.ב.ש. גענצליך אפגעבינדן, שפיצל (וואס אין דעם זענען אויך פאראן פארשידנארטיגע מסורות: געדריזלטע אדער נאר גלאטע, מיט א העט אדער נאר א טיכל, פילפארביגע טיכל אדער איין קאלער טיכל און נאר בלוי אדער שווארץ וכו'), שייטל, נאר א פראנט, שייטל העט, שייטל בענד, הוילע שייטל. לאנגע שייטל וכו'.
שטרימפ, נאר שווארצע, נאר גרויע, מיט א סים וכו'
איך מיין אז ס'איז נישטא נאך אזא זאך וואס איז אזוי יהרג ואל יעבור ביי אונז ווי די מסורה פון די פרויען לבוש.
וואס האט איר צו זאגן איבער דעם ענין?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:21 am
דורך משה רוקח
מיין שוויגער טראגט א בענד און מיין ווייב טראגט א פלעינע לאנגע שייטל.
מיין שווער איז נישט צופרידן דערפון און ער לאזט מיר עס כסדר וויסן, אבער הו קעירס?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:23 am
דורך חכם מחוכם
איך האב ענליך צו דעם, איך קען עס נישט הענדלען. אזא מין אנשיקעניש, כאילו תורה מסיני
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:58 am
דורך משכיל
געהערט אמאל איינעם אויסרימען א מיידל וואס איז געשטאנען אין שידוכים אז זי איז זייער צניעות'דיג, דהיינו אז די געהעריגע מיידלעך גייען סיעמס אויף די זאקן נאר אין בעק, דער וואס קומט פון פארנט קען מיינען אז דאס איז די פוס, די מיידל אבער [א שלאך] גייט די סיעמס ארום און ארום אז יעדער פון וועלכע זייט אימער קען עס זעהן..
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:43 am
דורך געפילטע פיש
ס'דא וואס זענען טאקע מקפיד צו גיין מיט פישנעט סטאקינגס וואס האט סיעמס רינגס און ארום.
און הרב רוקח, זאג פאר דיין שווער אז ער'ט געהאט 18 יאר מחנך צו זיין זיין טאכטער און ער זאל דיר אויפהערן איינצוטיילן ווי אזוי צו פירן דיין שטוב.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:26 am
דורך מורינו הרב
עס ווערט היינט מער און מער די תופעה, אז קינדער גייען אנדערש ווי די עלטערן. איך מיין אז די טיכל עולם האלט זיך מער צו די מאמע'ס ווי די בענד עולם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:56 pm
דורך לעמיל
איך האב א אנדערע קשיא איך וויל חס ושלום נישט חוזק מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין, עס איז זייער חשוב די פרויען וואס גייען מיט שפיצלעך ווייל אזוי האט די רבי זכרונו לברכה פארלאנגט, אבער למען השם מוז עס זיין די טייערסטע ברענד נעימס טיכלעך?? וויל איך פארשטיין איז דאס וואס סאטמערע רב האט געמיינט ווען ער האט פארלאנגט מ'זאל גיין מיט שפיצלעך? אז די גאנצע געלט וואס די מאן מאכט זאל גיין פאר די ווייב'ס ברענד נעים זאכן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:36 pm
דורך שרייבער
להערה בעלמא, א שייטל וכל המסתעף קאסט מער ווי א שפיצל, סאו אויב גייט זי מיט א שפיצל לאז איר כאטש אויסקוקן שיין און נארמאל נישט ווי א שלאך
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:14 am
דורך חאצקל
לעמיל האט געשריבן: עס איז זייער חשוב די פרויען וואס גייען מיט שפיצלעך ווייל אזוי האט די רבי זכרונו לברכה פארלאנגט...וכו' ... וויל איך פארשטיין איז דאס וואס סאטמערע רב האט געמיינט ווען ער האט פארלאנגט מ'זאל גיין מיט שפיצלעך?
אט דאס איז מיין שאלה דא אין דעם אשכול:
מוז א פרוי גיין א שפיצל-טיכל וכדו' א.א.וו. פרומער ווי רוב ערליכע היימישע כלל ישראל, בלויז ווייל דער רבי זכרונו לברכה האט דאס געוואלט, אדער ווייל עס איז איינגעפירט אין זיין פארפרומטער משפחה?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:57 am
דורך gehlungen
שרייבער האט געשריבן:להערה בעלמא, א שייטל וכל המסתעף קאסט מער ווי א שפיצל, סאו אויב גייט זי מיט א שפיצל לאז איר כאטש אויסקוקן שיין און נארמאל נישט ווי א שלאך
Can somebody explain to me the reason for SEAMS? BTW the very modern ladys go with seams
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:00 am
דורך חאצקל
סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:03 pm
דורך we will
In our family, everyone does what he wants, first-in-law goes with the hat, the other with the Band, the third without one at all.
The main thing is the face of a woman, what is at the heart
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:45 pm
דורך חכם מחוכם
גיי זאג דאס פאר וויליאמסבורג, אז אלעס ווענדט זיך וואס טוט זיך אין הארץ
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:52 pm
דורך we will
Why not?
When a person with a brain is looking for a match for his child, he seeks what is best for his child, not what is best-in-law or-in-law
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
חכם מחוכם האט געשריבן:גיי זאג דאס פאר וויליאמסבורג, אז אלעס ווענדט זיך וואס טוט זיך אין הארץ
מעלות האט דעי חודש געהאקט אויף די איידיע אז די עיקר איז די הארץ
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:10 pm
דורך we will
Why are you talking to your sister-in-law These things
I think it's the opposite of
צניעות
Sorry
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט איר געוואלט מעורר זיין, וואסי דען?...
הוכח תוכיח גייט נישט אן ביי א שוועגערין?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:30 pm
דורך we will
Tell your wife to talk to her, do not do it yourself ... This will cause you problems
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:35 pm
דורך שמעקעדיג
גערעכט, גערעכט....
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:54 pm
דורך gehlungen
חאצקל האט געשריבן:סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!
O k. But you know that the very modern ladys wear seams
![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:01 pm
דורך gehlungen
Also I don't understand when a Rebbish kind wears black stockings then she is very frum, but when a regular heimishe lady will wear the same stockings she will be labeled as a MODERN lady
![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:43 pm
דורך חאצקל
gehlungen האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:סימס איז געמאכט אז מ'זאל זיכער דערקענען אז ס'איז טייטץ און נישט די פיס!
O k. But you know that the very modern ladys wear seams
![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
איך נעם נישט דא קיין שטעלונג, איך זאג נאר דער ווארשיינליכער סיבה צו דער קפידה
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:48 pm
דורך חאצקל
gehlungen האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:גערעכט, גערעכט....
Also I don't understand when a Rebbish kind wears black stockings they she is very frum but when a regular heimeshe lady will wear the same stockings she will be labeled as a MODERN lady
![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
די זעלבע סיבה פארוואס ווען א דיין אין וויליאמסבורג וועט גיין א פלאכע היט וועט עס הייסן פרום, און ווען זיין רעבעצן וועט טראגן א הוט וועט עס הייסן מאדערן.
איך מיין אז דער הסבר איז געווען איבריג, ס'איז א דבר פשוט אז נישט אלעס וואס איז פאסיג פאר א מאן איז פאסיג פאר א פרוי, א מאן גייט אויך הויזן, זינגט ברבים וכו'