בלאט 1 פון 1

פארוואס ווערט מען Emotionally איבערגענומען פון א מאווי אד"ג

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:36 am
דורך יין שרף
ווערט איר איבערגענומען פון וואטשן א שרעקעדיגע ווידיאו/מאווי/TV Show?
וויינט מען ווי די אינגערישע באבע ביי מכירת יוסף, ביי די emotional חלקים? יש אומרים אויב האט מען נישט געוויינט ביי א מאווי איז עס נישט גוט געווען.

ביי א שרעקעדיגן חלק, הייבט די הארץ אן קלאפן שנעלער און שנעלער, די אטעמען ווערט שווערער און שווערער, די בלוט דרוק גייט העכער, אפילו די טשיפס קייעט מען שטייטער און שטילער.. עד כדי כך געוויסע fitness trainers זאגן אז א שרעקעדיגע מאווי געט ארבייט פאר די הארץ ווי גיין אין gym!

די קשיא איז נאר פארוואס? פארוואס פארט די adrenaline level ארויף. בשלמא אויב איז עס בעיסט אן א טרו סטארי, פארשטיי איך, מען פילט מיט מיט יענעם, אבער ווען מען ווייסט אז עס איז אלס שטותים, נישט קיין ברעקל אמת אדער שמץ של מציאות, נאר די שיינע בריאה פון א בעל דמיון'ס חלום. פארוואס ווערט מען אזוי physically און emotionally איבערגענומען?