בלאט 1 פון 2
מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:44 am
דורך [NAMELESS]
ביי אסאך רבישע מצוה טאנץ דעקט מען צו די כלה'ס פנים. ס'קוקט מיר אויס זייער מאדנע ווייל די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה. און בכלל צודעקן די פנים פון א כלה ביום שמחת לבה מאכט פשוט נישט קיין סענס ווען זי איז ביי די חתונה צו סעלעברעיטן איר אייגענע שמחה.
אויב איינער ווייסט, וואס איז די מקור פאר אזא מנהג און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:50 am
דורך גפן
בפשטות איז די סיבה ווייל זי גייט דאך שטיין אין צענטער פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, באדעקט מען די פנים, משום צניעות.
מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע כלה וואס דארף שטיין אזויי אין פארנט פון צענדליגע טויזנטער חסידים וואס שפרינגען אויף די פארענטשעס. איך האף מ'האט איר גוט צוגעגרייט פון פריער, אז נישט, וועט זי בלייבן טראומעטייזד פאר א גאנץ לעבן... אויב ווילן די בעלזא'ע נישט אויפגעבן אויף דעם הייליגן מנהג, פארוואס קען מען דאס נישט אהערשטעלן אויף אן איידלערן אופן, ווי למשל אז די כלה זאל בלייבן ביי די פרויענ'ס זייט און ציען א לאנגע גארטל וואס קומט אן ביז'ן רבי'ן, אדער זאל זי כאטש שטיין ביי די זייט. דאס שטיין מיט א פארדעקטן פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:55 am
דורך [NAMELESS]
גפן האט געשריבן:בפשטות איז די סיבה ווייל זי גייט דאך שטיין אין צענטער פון צענדליגער טויזנטער מענטשן באדעקט מען דער פנים, משום צניעות.
וואס זייער סברא איז ווייס איך. מיין שאלה איז ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען אזא זאך
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:13 am
דורך צקון לחש
ששון ושמחה האט געשריבן:די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה
זאג נאר, איר זענט א גר? וואס האט דען אונזער אידישקייט מיט מקורות איינגעשטויסן
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:08 pm
דורך איך הער..
צקון לחש האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה
זאג נאר, איר זענט א גר? וואס האט דען אונזער אידישקייט מיט מקורות איינגעשטויסן
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
איך מיין ער וויל סתם וויסען ווען עס האט זיך אנגעהויבן, נישט אז עס האט עפעס איינגעשטויסן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:43 pm
דורך קהל'ס נער
אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:49 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:52 pm
דורך קהל'ס נער
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
עיריית ירושלים/ירישאלייעמער שטאטראט
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:00 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
קהל'ס נער האט געשריבן:לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
עיריית ירושלים/ירישאלייעמער שטאטראט
געהעריגע מחאה? WOW נישט טיפיקעל בכלל
זעהט זיך אויס די עדה איז שוין און די אדמה קענען זיי אנהייבן מאכן מחאות..
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:18 pm
דורך שמן למאור
לפני, איז טייטש פארנט. מען קען זיין לפני מיט א פארדעקטן פנים.
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:26 pm
דורך איך הער..
שמן למאור האט געשריבן:לפני, איז טייטש פארנט. מען קען זיין לפני מיט א פארדעקטן פנים.
אפשר מיינט און פראנט אדער "בעפאר" א לשון פון לכבוד נישט פשט און פראנט?
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:10 pm
דורך שלג זהב
גפן האט געשריבן:מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע כלה וואס דארף שטיין אזויי אין פארנט פון צענדליגע טויזנטער חסידים וואס שפרינגען אויף די פארענטשעס. איך האף מ'האט איר גוט צוגעגרייט פון פריער, אז נישט, וועט זי בלייבן טראומעטייזד פאר א גאנץ לעבן... אויב ווילן די בעלזא'ע נישט אויפגעבן אויף דעם הייליגן מנהג, פארוואס קען מען דאס נישט אהערשטעלן אויף אן איידלערן אופן, ווי למשל אז די כלה זאל בלייבן ביי די פרויענ'ס זייט און ציען א לאנגע גארטל וואס קומט אן ביז'ן רבי'ן, אדער זאל זי כאטש שטיין ביי די זייט. דאס שטיין מיט א פארדעקטן פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט.
איך בין מסכים מיט דיין תגובה, אבער מיין ס"ה איז פונקט פארקערט, 'שטיין מיט א "אויפגעדעקטן" פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט'.
ארויס שטעלן א מיידל וואס איז געטרעינט נישט צו האבן קיין שייכות מיט מענער אינמיטן א זאל פון טויזענטער חסידים איז גאר אומבאקוועם, און ביי אזאנע אומבאקוועמע סיטואציעס זוכט מען א לאך ווי זיך צו פארשטעקן, אוודאי וואלט געווען בעסער צו בלייבן ביי די פרויען זייט, אבער אז די מציאות איז אזוי אויסגעשטעלט, בין איך גארנישט זיכער אז אויפגעדעקט איז בעסער ווי צוגעדעקט.
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 10:41 am
דורך מילך טראק
וואס טוט זיך מיט אלע פרויען אין זאל דארפן נישט צודעקן די פנים?
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 10:43 am
דורך מילך טראק
איך קען א רבי וואס ביי די מצוה טאנץ דעקט ער צו די פנים, אבער א וואך נאך דעים רופט ער די ווייבל ביי זיך אין צימער די געבן הדרכה שמועסן, איך בין נייגעריג צו דעמאלס דער ער איר אויך צו די פנים
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 6:09 pm
דורך קעשקעטעל
ניקלישבורג'ער רבי דעקט צי זיין טאכטער
https://youtu.be/4quu9d2Kg-k?t=106
נשלח: מוצ"ש יוני 10, 2023 4:39 pm
דורך נאך א שמויגער
נאר ביי די צוויטע טאכטער (תולדות אברהם יצחק). ביי די ערשטע טאכטער (קאסאן) איז די כלה'ס פנים געווען אפען.
להוי ידוע, ביי די ירושלימער איז אנגענומען אז כמעט אלע פארדעקן די פנים. ס'האט נישט מיט רבישע.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 6:00 pm
דורך צפור בודד
ווייל אז מ'מאכט פונעם מצווה טאנץ א לוויה מיט הספדים און בכיות פאסט זיך אז מ'זאל צודעקן דעם פנים פונעם בר מינן.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 6:55 pm
דורך פונדאַמענטאַל
צפור בודד האט געשריבן:ווייל אז מ'מאכט פונעם מצווה טאנץ א לוויה מיט הספדים און בכיות פאסט זיך אז מ'זאל צודעקן דעם פנים פונעם בר מינן.
מען איז אבער נישט מספיד די כלה ר''ל - מען איז מספיד די אדמו''רים. לפי זה דארף מען צודעקן דעם געזיכט פון די אדמו''רים.
שוין לאנג האלט איך אז מען וואלט געדארפט צודעקן זייערע געזיכטער. נאר די חלק פון ויאמינו... ובמשה עבדו ווייסן זיי איבערצוזאגן, ווי איז די ויתן על פניו מסוה? (עי' כלי יקר שם: ויתן על פניו מסוה, לפי שהיו הכל מסתכלין בו ומשה היה עניו גדול וביישן, והיה מתבייש על שמסתכלין בקירון עור פניו, כי כך היא המדה בכל מי שהוא ביישן, ע"כ נתן על פניו מסוה לכסות עינים עכ''ל.) שטעלט אייך פאר די אלע אדמו''רים זאלן ווען האבן א קליינע מאס בושה פון די פילקעפיגע עולם וועלכע אפלאדירט אים לויט זיינע וואונדערבארע תנועות.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 7:08 pm
דורך ברוך שפינוזה
אז מ'רעדט שוין, מרקדין לפני הכלה מיינט מען טאנצן אויף פרייליך צו מאכן די כלה (שמחת חתן וכלה?
![שאקירט :shock:](./images/smilies/icon_eek.gif)
), אין גמרא דארט שטייט אז ס'געוועהן עפעס א רב וואס פלעגט דשאגלען הדסים, בקיצור, מ'מיינט בכלל נישט דעם מאדנעם ריטואל וואס חסידים טוען וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס. גראדע אין די אלגעמיינע אידישע וועלט איז דא א מנהג אז אינמיטן די חתונה זעצט מען דעם חתן נעבן די כלה און דער עולם טאנץ ארום און מ'מאכט פרייליך מיט "שטיק" און אינטערעסאנטע טענץ, דאס האט שוין יא עפעס א פשט, און לכאורה איז דאס וואס די גמרא האט געמיינט.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 9:28 pm
דורך מתבודד
גראדע די קאסאנע רבי'ס פירן זיך דווקא יא אפצורעכטן הערליכע געטענץ וואס איז ווערט צו באטראכטן, און אזוי פלעגן זיך פירן די אמאליגע צדיקים.
קען זיין די היינטיגע קענען פשוט נישט?!...
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:00 am
דורך פאלאצ'ינטא
ששון ושמחה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:44 am
ביי אסאך רבישע מצוה טאנץ דעקט מען צו די כלה'ס פנים. ס'קוקט מיר אויס זייער מאדנע ווייל די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין
לפני הכלה. און בכלל צודעקן די פנים פון א כלה ביום שמחת לבה מאכט פשוט נישט קיין סענס ווען זי איז ביי די חתונה צו סעלעברעיטן איר אייגענע שמחה.
אויב איינער ווייסט, וואס איז די מקור פאר אזא מנהג און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
עס זעהט אויס בעסער פאר די בילדער אין די אלע רבישע מאגאזינען אז דער רבי איז א פרימאק
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
דורך whatever
איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דער מנהג, די שטוב איז געפאקט מיט מענער, אסאך בחורים אויך (אויב עס מאכט א חילוק), די כלה איז געווענטליך פיין אויסגעפיצט, פארוואס זאל מען צוברענגן די עולם צו נסיונות
די איינציגסטע טענה אפשר, פארוואס דארפן מיר זיין פרומער ווי אונזערע זיידעס, אויב זיי האבן עס נישט געטוהן, אבער מ'קען עס אויך פארענטפערן, ווייל די גאנצע חתונה אויסשטעל איז נישט געווען אויף דעם פארנעם.
Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:00 am
דורך אלע צוזאמען
whatever האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דער מנהג, די שטוב איז געפאקט מיט מענער, אסאך בחורים אויך (אויב עס מאכט א חילוק), די כלה איז געווענטליך פיין אויסגעפיצט, פארוואס זאל מען צוברענגן די עולם צו נסיונות
די איינציגסטע טענה אפשר, פארוואס דארפן מיר זיין פרומער ווי אונזערע זיידעס, אויב זיי האבן עס נישט געטוהן, אבער מ'קען עס אויך פארענטפערן, ווייל די גאנצע חתונה אויסשטעל איז נישט געווען אויף דעם פארנעם.
אנטשולדיגט, אבער ווער ס’ווערט ווילד פאר א רבי’שע כלה, -וואס אזי בדרך כלל נישט מורא’דיג אויסגעפיצט- זאל גיין לערנען מוסר ספרים, וועגן דעם גייסטו פייניגן א מיידל.