דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:07 pm
"נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.
אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.
שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הנדחת.
אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.
די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.
איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!
שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז דאך א סדום געבוירענער, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!
איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.
איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)
איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט האט איך געמאכט א נשיקת אבר מיטן רשע'ס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" דעם מנוול'ס קאר! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם אכזר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער משוגענער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.
הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג דעם דבר אחר'ס אויפגעריסטעטע עקל וואגאן, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.
מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שוטה רשע וגס רוח איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט צו די בייזע רוחות. "זאל אים דער שלאק באטרעפן" טראכט איך צו מיר.
איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר.
(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)
איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך, שעלטנדיג דערביי די גאנצע וועג אויף די אומערצויגענע חיות מטורפות וואס ריפן זיך חסידים.
יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין דער גוי וואס שעלט אויף 'די דזשוס' ווען איין אידעלע באקריוודעט אים. אזוי גייט עס... ווי מער עפעס א סארט געזעלשאפט פירט זיך אויף א געוויסע וועג, בויעט עס דעם סטיריאטייפ.
און צו דיר דו שלעכטסקייט, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, "ביסט א קראנקער פארשוין"! גיי צו א פסיכאלאג ווי אומשנעלסטן! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? ביסט פון קאפ געפאלן?!? דארפט א דאקטאר זאפארט!! און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו קוועטשן? ס'איז א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל צו פארמאגן אזא מיטגליד ווי דיר בתוכינו.