בהעלותך - לאמיר מאכן סדר PDF ATTACHED
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:00 pm
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אין פרשת בהעלותך געפונען מיר די פרשה פון די 'מתאוננים' ווי די אידן האבן זיך באקלאגט און געהאט טענות צו משה רבינו און צו השי"ת. צווישן אנדערע דערציילט די תורה ווייטער, וְהָאסַפְסֻף אֲשֶׁר בְּקִרְבּוֹ הִתְאַווּ תַּאֲוָה, די ערב-רב וואס האבן זיך געפונען צווישן כלל ישראל האבן געגלוסט א תאוה, זיי האבן געוואלט האבן פלייש, און זיי האבן אנגעהויבן צו העצן און צו טענה'ן אז מ'האט נישט געהעריג וואס צו עסן, "וַיָּשֻׁבוּ וַיִבְכּוּ גַּם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" אויך די אידן האבן זיך מיטגעכאפט מיט די טענות, זיי האבן אנגעהויבן צו וויינען, וַיֹּאמְרוּ מִי יַאֲכִלֵנוּ בָּשָׂר - ווער וועט אונז געבן צו עסן פלייש.
די אידן זענען ממשיך ווייטער מיט זייערע טענות, זָכַרְנוּ אֶת הַדָגָה אֲשֶׁר נֹאכַל בְּמִצְרַיִם חִנָּם, מיר געדענקן נאך די גוטע פיש וואס מיר האבן געגעסן אין מצרים אומזיסט, עס איז געווען בחינם, און נישט נאר דאס, נאר אויך פארשידענע גוטע ירקות און מאכלים האט מען דארט געקענט עסן, וואס דא אין מדבר האבן מיר דאס שוין נישט.
וְעַתָּה נַפְשֵׁנוּ יְבֵשָׁה אֵין כֹּל, מיר זענען ממש פארטריקנט, מיר האבן גארנישט, בִּלְתִּי אֶל הַמָּן עֵינֵינוּ, אונזערע אויגן זענען געוואנדן בלויז צו די מָן. און דא האַקט די תורה איבער די טענות פון די אידן און גייט אריבער אויסצורעכענען די געוואלדיגע מעלות און גוטסקייט וואס די מָן האט פארמאגט אין זיך, און ווי רש"י ברענגט, ווייל די תורה וויל זאגן "ראו באי עולם על מה מתלוננים בני, והמן כך וכך הוא חשוב" אז די וועלט זאל זעהן אויף וואס כלל ישראל רעדט זיך דא אפ, זיי האבן דאָך באקומען אזא חשוב'ע און טייערע מתנה ווי די מן, און זיי זעהן גאר אין דעם א חסרון, זיי בענקן זיך נאך צו די לחמא עניא וואס מ'האט געגעסן אין מצרים.
די אידן האבן זיך געבענקט צו "חנם מן המצוות" ח"ו
וואס ווען מ'לערנט די פסוקים ווערט זייער שווער צו פארשטיין וואס גייט דא טאקע פאָר? וויאזוי קען זיין אז כלל ישראל זאל זיך אזוי אפרעדן אויף די הייליגע מן, די מתנה טובה וואס האט געהאט אין זיך אלע טעמים, און דאס זענען זיי גרייט אויפצוטוישן פאר די עסן אין מצרים.
און נאך אסאך מער ווערט שווער, חז"ל זאגן אין ספרי ווי רש"י ברענגט, וויאזוי קען בכלל זיין אז די מצריים האבן געגעבן פאר די אידן פיש צו עסן אומזיסט, פרעה האט דאָך ניטאמאל צוגעשטעלט אומזיסטע שטרוי צו מאכן די ליים, די אידן האבן געמוזט אליינס ארויסגיין אין די פעלדער און קלויבן שטרוי כדי צו קענען מאכן ליים און ציגל פאר פרעה, און עסן האט ער זיי יא געגעבן בחינם? זאגן חז"ל אז די אידן האבן זיך דא באקלאגט אויף עפעס פיל העכער און טיפער, "ומהו אומר חנם? חנם מן המצוות" זיי האבן זיך ח"ו געבענקט נאך די צייטן אין מצרים ווען מ'האט נאכנישט געדארפט היטן די תורה ומצוות, זיי זענען נאך דעמאלטס געווען פריי און אומזיסט אָן קיין עול אויף זיך, און אויף דעם האבן זיי זיך באקלאגט.
איז פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פונעם דור דיעה, און מיר זענען נישט ראוי צו לערנען פשט אין די זאכן, אבער על כל פנים אלס א לימוד פאר אונז לדורות, דארף מען פארשטיין, וויאזוי קומט אזא זאך אז כלל ישראל וואס האט מקבל געווען די תורה און אויסגעשריגן נעשה ונשמע מיט א ברען, ווערט דא פלוצלינג נאכגעשלעפט נאך די ערב רב?, די נידריגע עלעמענטן און די אויסווארפן פון כלל ישראל האבן אנגעהויבן א מערכה, און דער עולם ווערט מיטגעכאפט, אלע וויינען מיט, און נישט סתם זיי וויינען, נאר זיי באקלאגן זיך אויף די מן וואס האט געהאט אין זיך אזויפיל גוטס, און זיי דערקייקלען זיך צו אזא מצב אז זיי בענקן זיך צו די צייטן ווען מ'איז נאך געווען חנם מן המצוות...
עס איז נישט קיין מגיפה!
כדי צו ערקלערן דעם ענין וועלן מיר אנהייבן מיט די 'פראקטישע חלק' פון אונזער שמועס, א זאך וואס איז אונז גאר שטארק נוגע למעשה, א זאך וואס אסאך פון אונז לעבן כסדר מיט, און אז מיר וועלן עס ריכטיג דערהערן, וועלן מיר בעזהשי"ת קענען באמערקן ווי דער ענין איז טאקע מרומז אין אט די פרשה. אבער איידער מיר פאנגן אָן, איז כדאי צו ברענגן וואס דער בארימטער מחנך און משפיע הרה"ג רבי גָד'ל אייזנער ז"ל דער משגיח אין ישיבת חידושי הרי"ם, האט אמאל דערציילט א זיסע מעשה'לע בדרך צחות ווי פאלגענד:
קומט אמאל אָ א גאסט אין א קליינעם דערפל וואו ער האט אריינוואַנדערט אונטערוועגנס. א גוטהארציגער איד האט איהם איינגעלאדענט צו זיך אין שטוב אז ער זאל האבן וואו איינצושטיין און צו נעכטיגן ווילאנג ער וועט זיך אויפהאלטן אינעם דאָרף.
דער גאסט וועלכער איז געווען הונגעריג פון זיין לאנגע נסיעה ביז אהער, האט ער געבעטן פון זיין גאסט געבער אויב ס'וואלט געווען מעגליך טועם צו זיין א נאַכטמאָל ביי איהם אין שטוב. דער בעל אכסניא ענטפערט איהם צוריק בסבר פנים יפות "איך וואלט דיר גערן מכבד געווען מיט א פיינע סעודה'לע, אבער עס טוט מיר לייד דיר צו מעלדן אז אונזער שוחט איז ליידער נפטר געווארן ממש אין די טעג, און דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין נייע שוחט, און דעריבער איז נישטא קיין פליישיגס ביי אונז אין דארף אין די יעצטיגע תקופה"... נו, אז ס'איז נישטא איז דאך נישטא, אבער אפשר עפעס מילכיגע מאכלים וואלט געווען מעגליך צו קענען דערכאפן דאס הארץ, פרעגט דער גאסט ווייטער, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן צו הערן די זעלבע תשובה פונעם בעל הבית, "אנטשולדיגט, אבער דער 'מילכיגער' וואס פלעגט ברענגן מילך און עס אויסטיילן צווישן די הייזער אינעם דאָרף איז ל"ע געשטארבן, און דערווייל האבן מיר
נישט קיין מילך"...
שוין, נישט קיין פליישיג און נישט קיין מילכיגס, קלערט צו זיך דער הונגעריגער אורח אז ער וועט ווענדן זיינע טריט אין שול אריין, אפשר וועט ער זיך כאטש אנווארימען מיט א הייסע גלעזל טיי און לערנען א בלאט גמרא, ביז ער וועט באשליסן וואס צו טוהן ווייטער.
ער קומט אָן אין שול, אבער צו זיין גרויס וואונדער זעהט ער אז די שול איז שטארק נאכגעלאזט, עס איז טונקל און נישט געהייצט, די קעלט דרינגט אריין אינעווייניג און עס איז ניטאמאל דא קיין גלעזל הייס וואסער. פרעגט ער דארט איינער פון די אנוועזנדע, רבי איד וואס גייט פאָר דא אין ענקער בית המדרש?, דער איד ערקלערט איהם תיכף מיט אנטשולדיגונג אז דער שמש פון בית המדרש איז ליידער נארוואס אוועק פון די וועלט און מ'האט נאכנישט אנגעיאָגט אויפצונעמען א נייעם שמש אויף זיין ארט, און דערפאר איז גארנישט צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
א שרעק איז באפאלן אויף אונזער גאסט, און מיט איין אטעם לויפט ער צוריק צו זיין אכסניא וואו ער גיבט א כאפ זיין רענצל און ער לאזט זיך ארויס אין ריכטונג פונעם טיר. דער בעל הבית קוקט איהם אָן מיט גרויסע אויגן און ער פרעגט איהם "וואו לויפט איר ר' איד, איר זענט דאָך קוים אנגעקומען און שוין גייט איר אוועק? וואס האט פאסירט?".
וואס הייסט וואס האט פאסירט?!, פרעגט דער גאסט צוריק, עס קומט דאָך דא פאָר א מגיפה ביי אייך אין דאָרף ל"ע, און עס שטייט אין חז"ל אז ווען ס'איז דא א מגיפה זאל מען אוועקגיין פונעם שטאט, וויאזוי ווילסטו אז איך זאל מיך אויפהאלטן אין א קליין דערפל וואו עס וואוינען קוים עטליכע מנינים אידן, און אין די לעצטיגע טעג זענען פלוצלינג נפטר געווארן דער שוחט, דער מילכיגער, און דער שמש, דאס איז דאָך א שרעקליכע זאך...
"בארואיגט אייך, בארואיגט אייך" זאגט איהם דער בעל אכסניא, איך וועל אייך ערקלערן וואס מיר מאכן דא מיט, וויבאלד מיר זענען א קליינע דאָרף און מיר האבן נישט קיין סאך מענטשן, דעריבער האבן מיר געהאט דא איין מענטש וואס האט געהאט עטליכע אויפגאבן; עס רעדט זיך סך-הכל פון איין איד וואס איז נפטר געווארן, און ער האט געדינט סיי אלס שוחט סיי אלס מילכיגער און סיי אלס שמש! ממילא דארפט איר נישט זיין באזארגט, עס קומט בכלל נישט פאָר קיין מגיפה אין דערפל, עס האט בלויז פאסירט איין זאך.
האט רבי גד'ל אויסגעפירט מיט א מוסר השכל כדרכו, זייער אסאך מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז ער איז ארומגענומען מיט פראבלעמען און צרות, ער שפירט ווי ער זינקט איין אונטער א בארג פון פארשידענע מיטמאכענישן, ער אליינס האלט נישט חשבון גענוי וויפיל זאכן עס גייט איהם אלס מיט'ן פיטום אראפ, אבער עס זעהט אויס ווי גרויסע און שווערע שטיינער וואס זיצן אויף זיין הארץ. אבער אין פאקט איז שטארק מעגליך אז דאס איז בכלל נישט די מציאות, אויב דער מענטש וואלט זיך נאר אביסל מתבונן געווען, ער וואלט גענומען אביסל יישוב הדעת און 'געמאכט סדר' אין זיינע פראבלעמען, וואלט ער געזעהן אז ס'קען אמאל זיין איין פראבלעם וואס דאכט זיך איהם ווי טויזנט זאכן... אז מ'פארמאגט נישט די נויטיגע קלארקייט און מ'מאכט נישט קיין חשבון, דאן זעהן אויס זאכן אסאך גרעסער און שווערער ווי זיי זענען, און מ'קען באמת מיינען אז עס בוזשעוועט ממש א מגיפה, ווען די אמת איז אינגאנצן נישט אזוי.
די חורבן ווען אלעס איז פארנעפלט און צומישט
און נאך מער פון דעם לאמיר צולייגן, אז צומאל איז בכלל נישט דא אפילו איין פראבלעם אויך נישט! דער מענטש איז פשוט פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט, ווי מיר האבן שוין אסאך מאריך געווען אין דעם ענין, ווען א מענטש פאלט אריין אין א מצב פון "קֹוצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה" די גאנצע קאפ און די גאנצע מוח ווערט פשוט פאַרשטאָפּט און אנגעשטויסן, אלעס ווירבלט דארט אינעווייניג אין איין גרויסע נעפל, מ'זעהט גארנישט קלאר, דער מענטש אליינס ווייסט שוין נישט וואס קומט פאָר מיט איהם, ער שפירט פשוט איבערגענומען און צוטומלט אויף א שרעקליכע פארנעם, און דערפאר לעבט ער אין דעם דמיון אז אלעס גייט איהם שלעכט און אז ער מאכט מיט פארשידענע פראבלעמען.
און עס איז מעשים בכל יום, עס פאסירט כסדר ביי אונז אלע אז מ'פאלט אריין אין אזעלכע מצבים וואס באהערשן אונז און מאכט אונז טראכטן אז זאכן זענען נישט גוט.
בעיני ראיתי, איך האב אמאל געזעהן ווי א יונגערמאן, לאמיר איהם אנרופן משה, האט זיך אויסגערעדט דאס הארץ צווישן עטליכע נאנטע חברים אין בית המדרש אז זיין לעבן איז איין שטיק ביטערקייט און שוועריגקייטן, ער איז פיל מיט דאגות און פראבלעמען ביז איבערן קאפ, ממש ער גיבט זיך שוין נישט קיין עצה, ער שפירט ווי ער אטעמט קוים, זייענדיג אזוי אנגעשטרענגט און צובראכן.
געווען איז דארט איין חבר א בר דעת, א יונגערמאן מיט'ן קאפ אויפן פלאץ, רופט ער זיך אָן צו משה, איך בין גרייט דיר צו העלפן און באמת גרינגער מאכן, קום לאמיר אבער קודם נעמען א פעדער מיט א פאפיר און מיר גייען מאכן א קלארע רשימה פון אלעס וואס דו גייסט יעצט אדורך, מיר מוזן האבן אלעס אראפגעשריבן מיט א פונקטליכע סדר כדי צו וויסן וואס קומט קודם און וואס שפעטער, וואס איז וויכטיג שוין יעצט מטפל צו זיין און וואס נישט; און ער האט שטארק געמוטיגט אונזער חבר משה אז ער זאל גוט אריינקלערן און זיך מצמצם זיין כדי צו קענען מאכן א מסודר'דיגע ליסטע פון אלע פראבלעמען וואס דארפן געלייזט ווערן...
ער האט געזאגט זיינע ווערטער מיט'ן גאנצן הארץ, און משה האט זיך צוגעכאפט דערצו, ער מאכט צו זיינע אויגן און ער הייבט אָן צו טראכטן בכובד ראש פון זיינע פארשידענע מיטמאכענישן. און אזוי הייבט ער אָן אויסצורעכענען צוויי דריי פראבלעמען וואס קומען יעצט פאָר אין זיין ביזנעס, דא האט ער זיך אביסל געריבן מיט איינער פון זיינע מענעדזשער'ס וועלכער האט זיך נישט אזוי גוט צוגעשטעלט אין די קאמפאני, און די זאך מוז ווערן מסודר. אזוי אויך האט ער איין גרויסע ארדער וואס איז נאכנישט אנגעקומען און עס שאפט איהם ערנסטע קאפ-וויי. און די דריטע זאך איז אז ער מוז צושטעלן פארשידענע וויכטיגע דאקומענטן פאר זיין אקאונטענט כדי זאכן זאלן שטימען.
דערנאך איז ער אריבערגעגאנגען צו זיין פריוואטן לעבן אינדערהיים, אה, דארט איז טאקע נישט דא קיין סאך זיך אפצורעדן ב"ה, אבער איין זאך גראדע יא, ער דארף זיך פארבינדן מיט דער משגיח פון זיין בחור אין ישיבה קטנה וואס האט איהם שוין גערופן עטליכע מאל וועגן א געוויסע זאך וואס מען מוז אדרעסירן און עס מוז ווערן גענומען אין די הענט אריין.
און... ביי דעם האט זיך די רשימה געענדיגט! די פאפיר האט געהאט אויף זיך דריי זאכן אויף די רעכטע זייט, און נאך איין זאך אויף די לינקע זייט.
פלוצלינג האט משה אנגעהויבן אפצואָטעמען מיט דערלייכטערונג, אויף זיין געזיכט האט זיך אנגעזען א שמייכל פיל מיט בושה, און ער רופט זיך אָן "חברה, עטס לאכטס אלע פון מיר יעצט?" שיין זעה איך אויס אויב דאס זענען אלע מיינע 'צרות' אויף וואס איך הער זיך נישט אויף אפצורעדן, הא?...
איז וואס איז באמת געשען? וואס האט זיך טאקע געטוישט ביי משה אין קאפ פון איין רגע צו די אנדערע? קיינער האט דאָך איהם נישט געהאלפן, קיינער האט נישט געלייזט זיינע פראבלעמען, און קיינער האט איהם אויך נישט מוסר געזאגט. אבער דורכ'ן מסדר זיין זיינע רוישיגע מחשבות, האט משה פלוצלינג באמערקט אז דאס לעבן איז נישט אזוי ביטער ווי ער מאכט עס. געלויבט השי"ת ער האט א שיינע ביזנעס מיט אסאך ארבייטער, ער קויפט און פארקויפט אסאך סחורה ב"ה, ער איז שיין מצליח און האט פרנסה בהרחבה, נו, אז מ'צוקראצט זיך אמאל מיט אַן ארבייטער אדער אַן ארדער ווערט אפגעהאלטן, דאס איז דאָך א חלק פון די מציאות. אודאי איז אלעס בהשגחה פרטית, און מן הסתם וויל דער אייבישטער עפעס פון איהם, ער מעג און ער דארף מתפלל זיין אז די זאכן זאלן פאָרן געשמירט אָן קיין באזונדערע עגמת נפש; אבער מ'האט שוין געהערט אזאנס, מ'רעדט דאָך נישט פון קיין גרויסע טראגעדיעס, שווערע חובות, אדער אומגעהויערע דאגות ח"ו, מ'רעדט סך-הכל פון טאג טעגליכע שוועריגקייטן וואס קומען פאָר אין יעדע גרויסע קאמפאני, און רוב פון די זאכן וועלן ביז געציילטע טעג אדער וואכן פאלן אין פלאץ אָן צו איבערלאזן נאָכווייען נאך זיך.
ווי אויך דארף ער זיין אזוי דאנקבאר אז דאס לעבן אין שטוב איז איהם לעכטיג און זיס בעזרת השי"ת, ס'איז דא געזונט, שלום בית, פרנסה, נחת פון די קינדער ב"ה, יא מ'דארף טאקע רעדן מיט'ן משגיח, מ'דארף זיך בעסער אפגעבן מיט'ן זוהן און אריינלייגן מער כוחות אין איהם, הונדערט פראצענט! אבער דאס איז דאָך די שענסטע מתנה פאר א איד אז ער קען זוכה זיין צו פירן זיין שטוב על מי מנוחות און זיך טאקע אוועקגעבן בלב ונפש פאר זיינע קינדער, משקיע זיין אין זיי כוחות אז זיי זאלן ריכטיג מצליח זיין און שטייגן. אויב אזוי "מה כל הרעש" פארוואס האט איהם אזוי גענאָגט ביים הארצן און ער האט געפילט כאילו ער ווערט עפעס דערטרונקען אין א שטורמישע ים ח"ו, פארוואס האט ער געשפירט ווי ער מוז זיך באקלאגן אָן אויפהער און זיך אויסרעדן כסדר פאר ווער ס'איז נאר גרייט צו הערן ווי ביטער דאס לעבן איז איהם.
נאר דער תירוץ איז פשוט אזויווי פריער דערמאנט, ווי לאנג מ'מאכט נישט סדר אין די מחשבות, ווי לאנג עס בוזשעווען ארום אין קאפ די אלע 'קלייניגקייטן' וואס דארפן נאך ווערן ארלעדיגט, דאן זעהן זיי טאקע אויס ווי גרויסע בערג און טיפע טאָלן, זיי שטארקן זיך אויפן מענטש און רויבן אוועק פון איהם דאס לעצטע ביסל מנוחת הנפש און הרחבת הדעת, עס זעהט אויס ווי די וועלט ענדיגט זיך ח"ו.
און נאך מער, עס קען זיין אזעלכע זאכן וואס זענען גאר די גרעסטע ברכה און א מתנה פארן מענטש, אבער צוליב זיין אומקלארקייט און געדעכטע נעפל, אנערקענט ער נישט אז ער פארמאגט דא אזויפיל גוטע זאכן, נאר אנשטאט דעם ווערט דאס צוגעלייגט צו זיין 'שווארצע ליסטע' פון פראבלעמען וואס דרוקן איהם...
אבער אין די מינוט וואס דער מענטש קריכט ארויס פון זיין 'נֶפֶשׁ מִבֶּהָלָה' מצב, ער איז זיך מתבונן, ער טראכט, ער קלערט אריין, ער קוקט זיך אום און איז זיך מצמצם כדי ארויסצוהאבן פונקטליך זיין אמת'ע מצב, וועט ער על-פי-רוב געוואר ווערן אז ס'איז גארנישט אזוי ביטער ווי ער מיינט.
אויב מ'שרייבט עס נאר קלאר אראפ
און אגב, די עצה וואס יענער חבר האט געגעבן פאר משה איז גאר א פראקטישע און נוצבארע געדאנק און עס לוינט זיך צו פראבירן, עס איז כמעט בדוק ומנוסה! אז מ'נעמט א פאפיר און מ'שרייבט אראפ קלאר אלעס וואס מ'האט אויפן קאפ, מען קלארט אויס דעם מוח אז ס'זאל נישט דארפן טראגן אויף זיך אלע פראבלעמען און אלע דאגות צוזאמען, מ'זעהט וואס איז וויכטיג און וואס נישט, וואס דארף באלד ווערן מסודר און וואס האט נאך צייט, וואס איז פערזענליך און וואס האט מיט אנדערע, און אזוי ווייטער, פלוצלינג ווערט לעכטיג, עס ווערט סדר אויף די וועלט!
משל למה הדבר דומה, ווען מ'עפנט אויף א לעדל ווייל מ'זוכט עפעס א קלייניגקייט, אבער אלעס איז אנגעווארפן, עס ליגן דארט צענדליגע זאכן געקניפט און געבינדן און אויסגעמישט, און מ'הייבט אָן צו רוקן און ווארפן די זאכן פון רעכטס צו לינקס און פון לינקס צו רעכטס, מ'דרייט איבער און מ'נישטערט אהין און אהער, איז כמעט נישט דא קיין שאנס אז מ'וועט געפונען דאס וואס מ'זוכט. עס קען ליגן דארט, עס קען אפילו זיין גאנץ אפן פאר די אויגן, אבער ווען אלעס איז צעווארפן און צופארן זעהט מען גארנישט. ווי אנדערש איז אבער ווען זאכן זענען שיין און מסודר'דיג, יעדע חפץ ליגט אין זיין קעסטל אדער אין זיין ווינקל, די אויג קען באלד באמערקן וואס איז יא דא און וואס איז נישט דא, ווייל עס איז קלאר, עס איז דא בהירות און לעכטיגקייט!
ווען מ'הייבט אָן צו זיין אומצופרידן אָן קיין קלארע ציל
אצינד לאמיר זיך צוריק קערן צו די פסוקים מיט וועלכע מיר האבן אנגעהויבן, און זיך אביסל פארטיפן אין זייער משמעות. מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט געזאגט, אז עס שטייט נישט אין פסוק וְהָאסַפְסֻף אֲשֶׁר בְּקִרְבּוֹ "הִתְאַווּ בָּשָׂר" אז זיי האבן געגליסט פלייש אזויווי זיי האבן טאקע שפעטער געזאגט, נאר עס שטייט "הִתְאַווּ תַּאֲוָה" זיי האבן געגליסט א תאוה! וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז זיי אליינס האבן נישט געוואוסט באמת צו וואס זיי צילן, עס איז נישט געווען א אמת'ע בקשה צו האבן א ספעציפישע זאך אזויווי פלייש אדער פיש וכדומה, נאר אנשטאט דעם האט זיך אנגעהויבן אריינצוכאפן אין זייערע הערצער א מצב פון 'אומצופרידנקייט' די ערב-רב האבן אנגעהויבן צו וויינען, און דער עולם איז געווארן מיטגעשלעפט מיט דעם געפיל אז זאכן טויגן נישט, זיי ווייסן נישט וואס, זיי ווייסן נאר איין זאך, "הִתְאַווּ תַּאֲוָה - זיי גליסטן!" יעצט איז נישט גוט, זיי ווילן
אנדערע זאכן, זיי ווילן א טויש.
אבער איינמאל דער מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין א מצב פון אומקלארקייט און אומצופרידנקייט, דעמאלטס ווערט אלעס איין גרויסע צומישעניש, די אור וחושך פארלירן זייערע גרעניצן און עס ווערט א 'עירבוביא' פון אלע סארטן מחשבות, און דעמאלטס זעהט שוין דער מענטש גארנישט קלאר, אלעס דרוקט איהם אויפן הארצן און אלעס מאכט איהם אומצופרידן, און דעמאלטס קען די גרעסטע ברכה אויסזעהן אין זיינע אויגן ווי דאס פארקערטע ח"ו! פלוצלינג וויינט מען שוין אויך אויף די מָן און אויף די מצוות, ווייל די ערב-רב האט זיי אראפגעשלעפט און פארטומלט, און אצינד איז שוין נישט געווען די קלארקייט און די לעכטיגקייט פאר זייערע אויגן...
ווי מיר קענען באמערקן א דוגמא, די אידן האבן צווישן אנדערע זיך אפגערעדט אויף פארשידענע גוטע ירקות און מאכלים וואס זיי פלעגן האבן אין מצרים ווי קִשֻׁאִים, אֲבַטִּחִים, חָצִיר, בְּצָלִים, און שׁוּמִים, דאס זענען פארשידענע סארטן מעלאנעס און קנאבל און צוויבל וכדומה, וואס די אלע זאכן האט מען אצינד נישט געקענט שפירן דער טעם דערפון אין די מן. אבער דער אמת איז ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז די סיבה פארוואס מ'האט נישט געקענט טועם זיין די טעמים אינעם מן איז געווען צוליב דעם וואס עס שאַדט פאר קליינע קינדער וואס זייגן פון זייערע מאמעס, און דערפאר האט דאס השי"ת צוריקגעהאלטן פון זיי. דאס הייסט, אז דאס אליינס איז געווען פאר זייער טובה, עס איז געווען א מתנה מן השמים, אבער ווען מען הייבט שוין אָן צו וויינען און מ'טראכט שוין נישט גראד, דעמאלטס זעהט מען שוין נישט קיין חילוק צווישן טוב און רע אויך נישט ח"ו.
זיך גוט מתבונן זיין און זוכן די ברכה אין יעדע זאך
היוצא לנו, צוריק צו אונזער פריערדיגע נקודה, וויפיל כוחות דארף א איד אָנווענדן און האלטן זיינע אויגן ברייט אפן צו קענען מַבחין זיין און ארויסהאבן קלאר וועלכע זאכן דרוקן איהם, זענען זיי טאקע אזוי געפערליך ווי איך מיין? זענען דאס טאקע ערנסטע פראבלעמען אדער בלויז א דמיון? זענען דאס עטליכע זאכן אדער בלויז איין זאך וואס דארף ווערן מסודר?!.
און ועל כולם זיך שטארק פארטיפן און "צונעמען די פראבלעמען אויף קליין געלט", און דעמאלטס וועט מען על פי רוב באמערקן און אנערקענען מיט וויפיל ברכה און טובה מ'איז באמת ארומגענומען, זייער אָפט טראגט מען 'געזונטע דאגות' ב"ה, אמאל איז עס צוליב שמחות, אמאל צוליב אינוועסטירן געלט, קויפן א הויז, די פלענער אויפן זוממער, וואס דאס זענען בעצם הערליכע מתנות וואס השי"ת האט געשענקט פארן מענטש, אבער אויב מען טראכט נישט אריין און מען לאזט זיך פירן דורך די אויבערפלעכליכע געפיל פון דאגה וואס ליגט אויפן קאפ, דאן גייט מען חלילה אריין אינעם מצב פון "הִתְאַווּ תַּאֲוָה" און מ'איז סתם נישט צופרידן, מ'רעדט זיך אפ און מ'באקלאגט זיך, וואס דאס איז אלעס די פארקערטע פון ברכה.
אונזער תפקיד איז צוצוקומען צו די ריכטיגע יישוב הדעת און נישט ווערן צוטראגן דורך יעדע קליינע דאגה, אדרבה זוכן און טרעפן די ברכת ה' אויף יעדן טריט און שריט, אננעמען די מָן וואס השי"ת שטעלט אונז צו, און דאנקן און לויבן אויף די גוטע מתנות און השפעות וואס נעמען אונז שטענדיג ארום.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com