בלאט 1 פון 1

לא תשנא - קאמיוניקיר!

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 2:06 am
דורך ערנסטגערעדט
שטייענדיג נאך א געפעכט מיט א צווייטן נאך וואס מיר האבן זיך נישט פארשטאנען פאר א לענגערע תקופה, און מיר האבן עס באוויזן צו שליכטן בלויז דורך קאמיוניקאציע. יא אזוי ווי איר הערט. סהאט געפעלט בלויזע רויע געזונטע קאמיוניקאציע, האב איך באמערקט וויאזוי מדארף צוגיין צו פראבלעמען אויף א געזונטע וועג בין אדם לחבירו, און מיט זיך אליין זעלבסט. און כהאף אז עס וועט זיין בייהילפיג פאר אנדערע חברי השטיבל.

קאמיוניקאציע - דאס מיינט קאמיוניקירן מיט יענעם וואס באדערט מיר, וויאזוי ער מאכט מיר פילן, און וויאזוי ער האט מיר בא׳עוול׳ט. יעדער איז געמאכט פון א צווייטע נאטור, עפעס וואס מאכט דיר באליידיגט מוז נישט זיין אז יענער פארשטייט עס, און אפילו אויב יא קען זיין אז ער איז איגנארענט. קאמיוניקיר אז עס האט דיר וויי געטון. קאמיוניקאציע איז א מיטל מיט וועלכע מענטשהייט איז באשאנקען, און רוב רובם פון געפעכטן און מחלוקת׳ן קומען פון חוסר קאמיוניקאציע. נישט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין שלעכטע מענטשן, אבער מקען כאטש קומען צו דעם אז ״ווי עגרי טוּ דיסעגרי״ֿ

די תורה זאגט לא תשנא את אחיך בלבביך, זאג וואס דו האסט צו זאגן, האלט עס נישט אין בויך נאר קאמיוניקיר מיט יענעם. מענטשן האבן ליב צו נוצן זייער אינטואיטיוו חוש אין די נישט ריכטיגע וועג. איך האב פארשטאנען אז דו האסט פארשטאנען, הער שוין אויף צו פארשטיין און פרעג,רעד - קאמיוניקיר!
נישט נאר ווייל עס קען זיין די גאנצע מעשה איז אנדערש ווי דו פארשטייסט, נאר דארפסט אויך ארויסגעבן דיינע געפילן. א שטילער וואס האט נישט ליב געפעכט וועט נישט וועלן קאנפראנטירן יענעם, אנשטאט וועט ער מוראדיג גוט פארשטיין די אנדערע זייט, עה יענער איז נישט קיין שלעכטער, מסתם האט ער געמיינט כך וכך. מדארף אנטון די טאטע-הויזן קאנפראנטירן און קאמיוניקירן!

קאמיוניקירן מיינט נישט נאר מיט יענעם, עס מיינט מיט זיך אליינס אויך. פארשטיי דיינע רצונות דיינע פילינגס, שלאג דיך נישט מיט זיי.
ווילסט נישט טון דעם טובה? זאג אים דו ווילסט נישט - נישט טו דעם טובה און האב טענות אויף יענעם פארן זיין אן אויסנוצער
פילסט בא׳עוול׳ט? פארשטיי עס, וועלידעיט עס - נישט שטופ עס אוועק דורכן פארשטיין יענעם וואס האט עס געטון

עס איז נישט בלויז א גוטע איידיע, עס נעמט אוועק סטרעס מיט ווייטאג און מאכט דעם מענטש קענען פונקציאנירן נישט צו ווערן צוקלאפט פון יעדע קלייניגקייט. אין שלום בית הייבט זיך אלעס אן ביי קאמיוניקאציע, נאר דאס אז מאן און ווייב זענען פון אנדערע סארט ספּישׁיס מאכט דאס פילפאכיג שווערער. אין די ארבעט דארף א בעל הבית זאגן וואס ער האט צו זאגן, נישט בּאָסטן פון איין מינוט אויפן צווייטן אן קיין ווארענונג. טאטע מיט קינדער דארפן די זעלבע קאמיוניקירן זיך נישט אנלייגן מיט קיין פּעין. אלע זענען מודה אז גרויסע געפעכטן זענען אייביג א בּילד-אָפּ סזאמלט זיך אן מיינונגען און מחשבות מיט דמיונות און מען נעמט נישט קעיר דערפון ביז סווערט א ריזיגע פראבלעם וואס פירט צו געפעכטן.

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 2:46 am
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג! א העכסט וויכטיגע ארטיקל, א בריליאנט!
אויב זענען ביידע געזונטע מענטשן, איז טאקע וויכטיג צו קאמיוניקירן - דאס איז ממש דער שליסל צו א גוטע, געזונטע רילעישאנשיפ.
דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען איינער איז א שווערער מענטש און וויל נישט קיין קאמיוניקאציע. אבער מען דארף פארט פרובירן.

א דאנק פאר די אשכול.

Re: לא תשנא - קאמיוניקיר!

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 3:10 am
דורך פאליטיקאנט
רעד. רעד! רעדט צו יענעם! קאמיוניקעיט!!!!

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 8:32 am
דורך מי אני
דער רמב"ם בהל' דעות (פ"ו ה"ו) לערענט אויך אפ דעם (ויקרא יט יז) הוכח תוכיח את עמיתך אז עס מיינט אויך אז מ'דארף קאמיוניקירן ולהודיע לחבירו שחטא נגדו וז"ל:
כשיחטא איש לאיש לא ישטמנו וישתוק כמו שנאמר ברשעים (שמואל ב יג כב) ולא דבר אבשלום את אמנון מאומה למרע ועד טוב כי שנא אבשלום את אמנון, אלא מצוה עליו להודיעו ולומר לו למה עשית לי כך וכך ולמה חטאת לי בדבר פלוני, שנאמר הוכח תוכיח את עמיתך
דר. משה הלברטל איז טאקע מסביר אז דער רמב"ם האט דאס צאמגעשטעלט מיט לא תשנא את אחיך בלבבך, וואס שטייט ממש פריער אין פסוק און פון וועלכעס דער רמב"ם האט גערעדט א הלכה פריער.

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 3:04 pm
דורך חדשים
א מלמד האט זיך אפגערעדט צו מיר אויף א קאלעגע מלמד, אז יענער מיט זיין ווייב גייען ארום אים בארעדן אז ער טוט א שוואכע ארבייט. די עיקר וואס טוט אים וויי איז, אז אויב האט ער אים עפעס וואס צו זאגן פארוואס קומט ער נישט רעדן צו אים דירעקט. ער וויל אז איך זאל אים פראבירן צו העלפן. פרעג איך אים, פארוואס גייסטו נישט רעדן מיט יענעם? דיר באדערט אז יענער רעדט נישט אפן צו דיר אין די צייט וואס דו טוסט די זעלבע...

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:08 pm
דורך לייביששרייבער
די דריי וויכטיגסטע יסודות אין שלום בית און בין אדם לחבירו איז קאמיוניקעשאן, קאמיוניקעשאן, און קאמיוניקעשאן.

הלוואי אויף מיר געזאגט.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 1:32 am
דורך שמעקעדיג
ר' לייביש, ערגערט אייך נישט... הייב אן מיט איינס, מוזט נישט טון אלע דריי אויף איינמאל, תפשת מרובה לא תפשת...

נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 11:25 pm
דורך אלע צוזאמען
טאקע וועגן דעם איז א צובע פנים סאך ערגער ווי ווען איינער זאגט אין פנים אריין 'איך גלייַך דיך נישט', ווייל ביי די 2 facer ווייסט דער אנדערער ניטאמאל אז עפעס גייט פאר.
געוואלדיג @ערנסטגערעדט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:49 am
דורך מי אני
קאנט.jpg
ולכאורה איז דאס וואס ליגט אונטער דעם אז א ת"ח איז נוקם ונוטר כנחש (שבת סג. יומא כג.). ורבנן איקרו מלכים (גיטין סב.) ומלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול (קידושין לב:). אבער, כמובן, אפילו א ת"ח איז קשה כברזל איז דאך מיבעי ליה לאיניש למילף נפשיה בניחותא (תענית ד.).