ייסורי הספק - וואס איז דאס?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2046 מאל

ייסורי הספק - וואס איז דאס?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אסאך איז שוין ארומגערעדט געווארן דא אין שטיבל איבער דאס פענאמענאן וואס רופט זיך "ייסורי הספק", ד.ה. אז א מענטש וואס זיין גאנץ לעבן איז געוואוינט געוועהן צו טוהן א געוויסע טאהט און ס'קומט צו א פוינט אין זיין לעבן וואו ער פאנגט אן צווייפלען צו דאס טאהט פעלט טאקע אזוי שטארק אויס געטוהן צו ווערן אדער אפשר זענען דא עטוואס וויכטיגערע ענינים אויף וואס מ'דארף זיך ענדערש פארלייגן, דאן ווערט געשאפן ביי איהם א ווייטאג, ויקרא שמו בישראל "ייסורי הספק".

איז מיר לעצטנס נולד געווארן אזא פראגע, דאס הייסט אזוי, געווענליך ווען מ'רעדט פון ייסורי הספק רעדט מען ווי ס'אפעקטירט רעליגיע, צ.ב. א קראישער איד איז צוגעוואוינט זיין גאנץ לעבן צו עסן שבת קאלטע עסן און איין גרויזאמען טאג ווערט איהם נולד א ספק צו אפשר זענען נישט די רבנישע אידן גערעכט מיט זייער פשט אין לא תבערו אש. אדער לאמיר זאגן א רבנישער איד וואס איז צוגעוואוינט זיין גאנץ לעבן צו צינדן חנוכה לעכט און איין טאג ווערט ביי איהם געבוירן א ספק צו אפשר זענען נישט די קראישע אידן גערעכט מיט זייער פשט אין לא תסור. דאס איז א פענאמענאן מיט וואס מ'שטויסט זיך אן אסאך, וואס איז אבער מיט ספיקות וואס האבן לאו דווקא מיט רעליגיע פער סע? צ.ב. א רעדנעק וואס איז אויפגעוואקסן זיין גאנץ לעבן מיט מסירות נפש פאר'ן צווייטן אמענדמענט, ער האט ביי זיך אין שלאפציממער אן ארסענאל מיט ביקסן און רעוואלווערס מיט אמוניציע וואס שטייען גרייט על כל צרה שלא תבוא ווען די פארשאלטענע FBI שלוחים פונעם זקן ממרא ביידען וועלן זיך אריינרייסן אין זיין קודש הקדשים, וואס געשעהט ווען איין טאג באקומט ער ספיקות צו די צווייטע אמענדמאנט קען מען אפשר אנדערש פארטייטשן, אדער ח"ו ח"ו ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, ער פאנגט ליידער אן צו האבן ספיקות אין די הייליגקייט און וויכטיגקייט פון די גאנצע קאנסטיטוציע רח"ל. מעגליך אז א ווערימל פון צווייפלעניש גריבלט אין זיין הארץ צו אפשר איז ביידן גארנישט אזא זקן ממרא, די FBI גארנישט אזא סטרא אחרא ווי זיין רבי אין חדר האט איהם אויסגעלערנט, בקיצור, איר האט ארויס דעם בילד, איא? וואס געשעהט דאן? צו ליידט ער אויך אזלעכע ייסורי הספק ווי דאס וואס מיר קענען פון רעליגיעזע ספיקות? זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע פערזענליכע שיטה וואס א מענטש האט אינוואלווד אויך די עגא און די געראנגל צווישן די עגא מיט די טענות/ראיות/פאקטן פון די צד שכנגד איז דאך גורם עטוואס ייסורי הספק, די שאלה איז אבער צו דיזע ייסורי הספק זענען טאקע אויף די זעלבע לעוועל פון פיין ווי רעליגיעזע ייסורי הספק, אדער אפשר איז עס לייכטער?

פארוואס פרעג איך דיעס פראגע? ווייל פון מיין עקספיריענס זענען ייסורי הספק וואס זענען נישט געבינדן צו רעליגיע פיל מילדער, אויב בכלל עקזיסטירענד. מייסטנס מענטשן אינעם אויבנדערמאנטן ביישפיל וואלטן פארקויפט דאס געווער, זיך אפגעווישט דאס נאז, און זיך געגאנגען ווייטער. און דא קומט דאס קערנפונקט פון די פראגע וואס האט מיר כמעט פארשאפט "ייסורי הספק"... מאי האי? וואס איז טאקע פשט אז די עגא האט אזא שטארקע קאנטראל דייקא אויף רעליגיעזע שיטות און נישט אויף אנדערע גלויבונגען? איך האב גראדע אן היפאטעזיע, אבער דאס אינוואלווד שוין מיסטישע אמונות תפילות רח"ל צו וואס דער עולם דא איז זייער סענסיטיוו (ייסורי הספק? :P ), עכ"פ ערשט וויל איך הערן וואס דער עולם האט צו זאגן און שפעטער וועט מען זעהן צו איך וועל האלטן ביים אריינגיין אין מיינע גארבידש.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר