עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך שעפטאל »

כ'געב חומש שוין א גוטע פאר יאהר. לכו"ע חומש געלט מאכט רייך (גר"א) און גארנישט. כ'האב אפי' פארלוירן אסאך געלט דעם יאהר נאכן אויפגעבן א סייד דשאב. [כ'קען נאך איינער וואס טענה'ט די זעלבע].
א גוי וואלט געזאגט: דער אייבישטער לאכט מיך אין פנים. ער זאגט ובחנוני און ער האלט נישט ווארט.
אבער אונז אידן ווייסן דאך קלאר אז מ'פארשטייט נישט דעם אייבירשטען'ס חשבונות.
---

שיידוועג
כ'שטיי אין א מצב. מיט דעי ביסל אפגעשפארטע געלט קען איך קויפן א הויז, אדער עס (דער)לייגן אין דעם סטאק מארקעט. און ווייטער ארבעטן ווי א פערד פאר נאך א הונדרעט קעי א יאהר. אדער. עפענען א ביזנעס.

מיינע מחשבות טראגן מיך פון איתמר גינזבערג'ס ביזנעס קורס, צו אהרן גאטליב'ס ריעל עסטעיט'ס קורס. פון דארט צו Rich dad

דאן קומט ארויף די פחדן אין מיך וואס זאגט: לאז געמאך. בלייב ביי דיין דשאב, אינוועסט אין ריעל עסטעיט דורך קאמפעני'ס. צו קויף זיך אליין א הויז. פון עפענען אליין'ס ווייסטו קלאר אז דו וועסט ניטאמאל מאכן קיין פופציגער די ערשטע יאהר צוויי. דו האסט ניטאמאל קיין ביזנעס איידיע.

אבער מיין אינערליכע מיך נאגט. כ'וויל ווערען רייך. כ'וויל אנקומען צו פיינענשיל פרידאם. לאמיך כאטש פראבירן.
קיין יתקיימו שניהם איז נישטא. ווייל מיין דשאב טראגט אזויפיהל אחריות אז כ'בין צו דרעינד אוט צו טראכטן פון עפענען עפעס אליין אין די זייט.

כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר