בלאט 1 פון 1

דער ליובאַוויטשער חינוך

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 8:11 am
דורך דוראק
עס איז ניט קיין סוד אַז איך בין אַ ליובאַוויטשער, ווען אַלץ וואָלט דאָ לויפן ווי נאָרמאַל וואָלט איך עס אפילו ניט דערמאָנען.

אָבער אַזוי ווי אין אַ נאָענטן אשכול איז געוואָרן אַ רייד וועגן דערויף, מוז איך דאָך אָפּרופן.

צי מיר זײנען אפיקורסים צי ניט – ווייס איך ניט. יבואו גדולי ההוראה ויורו.

איר ווילט מסתמא וויסן וואָס מ׳רעדט אין חב״ד גופא, ניט וואָס מ׳ווייזט פאַר הפצה.

וועל איך זײן אַ „הולך רכיל מגלה סוד”. יעדער קינד אין חב״ד אין די לעצטע דרײסיק יאָר האָט זיך אויפגעהאָדעוועט אויף די פאָלגנדע צוויי ווידאָוּס, ביידע טאַקע אויף ענגליש.

דער ערשטער איז ווי קינדער לערנען פון דעם רבי׳ן ווי צו זיך אויפפירן, און דער צווייטער איז מער כללות׳דיק וועגן דרכי החסידות.

דער ערשטער hand in hand:
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=oePF4GLrnUo[/youtube]

דער צווייטער I'm a chossid
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=5w4D9xtZzBQ&t=81s[/youtube]